בית פורומים כל העולם כולו

מנהל געזוכט - מצד די זאלונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2005 17:11 לינק ישיר 
מנהל געזוכט - מצד די זאלונים

ווי שוין געמאלדן אויף אן אנדערן פלאץ אין דעם אשכול, זוכן מיר זייער שטארק איינעם פון די זאלי'ס וועלכער זאל דא אנטייל נעמען אין אנפירן דעם פארום.

לויטן פלאן, וועט דער פארום איבערגעגעבן ווערן פאר א ספעציעלן ניק הניהול, וואס וועט באלאנגען סיי פאר אן אהרוני און סיי פאר א זאלי.

אויסער דעם וועלן זיין צוויי מנהלי משנה, איין אהרוני און איין זאלי.

דאס איז געצילט צו פארזיכערן אייניגע רעכטן פאר יעדן צד, און אז יעדער זאל זיך דא שפירן באקוועם.

ווער עס איז גרייט צו העלפן, קען זיך מעלדן אין אישית צו איינעם פון די מנהלים.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 21:21 לינק ישיר 

איך וואלט פארגעשלאגען דעם פאסטן פאר

דרייניץ,פייערמאן אדער פאליש,אויב זיי ווילן עס

אויב נישט וועט זיין גיט אן זיי אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 15:53 לינק ישיר 

עס איז נישט דא ווער ס'זאל לאכן

קוקט אינעם פורום "בחצרות חסידים" וואו בא_ללמד איז מנהל משנה וואספארא ביטערער ארוני ער איז, און מיט וואספארא שקרים און דמיונות ער פיטערט דארטן זיינע ציוניסטישע קאלעגערס אויפן טמענעם העברעישן שפראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 16:40 לינק ישיר 

איך בין נישט דא צו באהאלטן מיינע פערזענליכע מיינונגען, וואס זענען גוט באקאנט אין גאנץ היידפארק (בפרט מיט מיין אלטע ניק...).

אבער אנפירן א פארום איז אנדערש ווי האבן א פערזענליכע מיינונג.

איך בין איבערצייגט, אז א פארום מוז האבן צוטרוי ביי די ליינער און שרייבער, און אלס אזא איז דאס בעסטע וואס מעגליך אויב מען פאראייניגט זיך ביידע פארטייען, מען לייגט די דיפערענצן אין א זייט ווען עס קומט צו ניהול פונעם פארום.

און דאס פלאן איך צו טון אי"ה.

דער פארשלאג איז נאך אלץ קאנקרעט, און וועלכער זאלי עס איז גרייטט דערויף קען זיך קומען מעלדן אין אישית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 19:58 לינק ישיר 

דארט אין בחצרות חסידים פירסטו אויך אן מיטן פורום, און דו מעקסט און צענזארירסט ווער ס'פראבירט דארטן אויפצודעקן דעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 04:14 לינק ישיר 

אזוי ווי מיר האבן שוין ב"ה געטראפן אן ערנסטן באזעסענעם מנהל, וועלכער וועט זיין געשטעלט דא צו באאבאכטן אז אלעס גייט כשורה און אז קיינער ווערט נישט בא'עוול'ט, דעריבער האבן מיר געמאכט דעם אשכול אויס אשכול עוגן.

אבער אזוי ווי מיר זוכן נאך מנהלי משנה, און מיר ווילן אז עס זאל זיין איינגעטיילט גלייך אויף גלייך, דעריבער וועלכער זאלי עס איז אינטערעסירט אין דעם פאסטן צו ווערן מנהל משנה דא אינעם פארום קען זיך מעלדן אין אישית צו איינעם פון די מנהלים, פשטידא, מקוה איד, אדער אני הקטן.

יישר כחכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:00 לינק ישיר 

איך צי צוריק פין מיין פאריגע תגובה
אז מען זאל נעמען אין באטראכט "דרייניץ" אלץ מנהל משנה
ווייל כאטש אמאל האט ער נאך אויסגעזען ווי א נערמאלער מענטש, טראץ אלע זיינע חסרונות וואס ער האט

אבער יעצט זענעדיג ווי ער האלט אין איין שרייבן אינעם פורום פין "חדשות אנשדסאטמער" טראץ דעם וואס מען שרייבט דארט ריין שטותים,חלומות, דימיונת,אין מורא'דיג קינדעריש געשריבען,א פלאטץ ווי א נערמאלער מענטש באלאנגט נישט, דאך האלט ער זיך נישט צירוק פין זיין דארט טאג אין נאכט,
ע"כ איז עס מער נישט לפי כבודו פין דעם פורום אז "דרייניץ" זאל זיין דא א "מנהל משנה"

ע"כ שלאג איך פאר אז מען זאל נעמען אין באטראכט נאר KJפייערמאן, אין פאליש, וואס זיי שרייבן גאר ווייניג דארט, דאס ווייזט אז זיי האבן נאך יא נערמאלקייט אין זיך


תוקן על ידי - שלום_משה - 02/01/2006 20:01:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:08 לינק ישיר 

שלום משה

פאקטיש בין איך מחולק

ווייל דרייניץ קען שרייבן נארמאל, און פאליש/פוליש קען נישט אפילו ווען ער וויל

קעי דזשי פייערמאן, בין איך פאקטיש יא איינשטימיג מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מנהל געזוכט - מצד די זאלונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext