| נשלח ב-26/12/2005 23:15 |
|
| |
וואס איז דער פראצעדור אין אפעלאט געריכט?
אין ליכט פון די שאקירנדע אנטדעקונג, אז די זאליס האבן באוויזן צו אנקניפן באציאונגען מיט איינעם פון די פיר אפעלאט ריכטער, וואלט געווען אינטערעסאנט צו באטראכטן די מעגליכקייטן וואס עס קענען זיך ארויסשטעלן, לפחות לויט ווי עס קוקט אויס פאר מיינע אויגן.
איך פערזענליך בין שארף איבערצייגט, אז עס איז אוממעגליך פאר די זאליס צו געווינען דעם קעיס נאר ביי אונטערגעשמירטע ריכטער. די באווייזן זענען לדעתי צו פעסט, און די זאליס האבן נישט קיין איין נארמאלן תירוץ (ווער עס גלייבט מיר נישט זאל גיין פרעגן אלטר משה גאלדבערגער אויב דער רבי איז בעה"ב...).
איז די שאלה אזוי.
לויט ווי די זאליס פארקויפן שוין א לאנגע צייט, האבן זיי לפחות צוויי ריכטער אין טאש (כ'שטעל זיך פאר אז דער צווייטער איז שמידט), איז מעגליך אז צוויי אונטערגעקויפטע ריכטער זאל זיי זיין גענוג ?
עס איז נישט מסתבר אז די צוויי וועלן קענען פארדרייען דעם קאפ פאר די אנדערע צוויי, בפרט וואס לויט ווי איך האב געהערט, שרייבט יעדער פון די פיר זיין פסק באזונדער, און ערשט דערנאך ווערט דאס איין גרויסער פסק (ווער קען באשטעטיגן ?).
אלזא, וואס פאסירט אויב צוויי ריכטער אורטיילן פאר איין זייט, און צוויי פאר די אנדערע זייט ?
צו האט שמידט, וואס איז דער טשיף פון די פיר אין די יעצטיגע קעיס, עפעס א מאכט צו מאנעוורירן אין אזא צייט דעם פסק לויט זיין געשמאק ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 23:16 |
|
| |
אגב, איז דא עמיצער וואס קען זאגן עפעס א דאטום ווען מען רישט זיך אז זיי וועלן ארויסקומען ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 02:22 |
|
| |
אויב אנשטאנט אז צווי ריכטער זענען קעגן צווי ריכטער, איז דער ריכטער וואס האט געגעבן דעם פסק און סופרים קאורט דער מכריע, וואס דאס מיינט ריכטער מאלווין באראש.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 02:28 |
|
| |
יוסף90 אזוי ווי בארש איז נאמער א דשדזש איז עס רויזענוואסער
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 03:01 |
|
| |
ולא יעדתי פשרו של דבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 03:12 |
|
| |
יוסף90 אויב אז צווי ריכטער זענען קעגן צווי ריכטער, איז דער ריכטער וואס האט געגעבן דעם פסק און סופרים קאורט דער מכריע, וואס דאס מיינט ריכטער מאלווין באראש יעצט אז ריכטער מאלווין באראש איז היינט א פלענער גוי איז ריכטער סטוערט רויזענוואסער מכריע
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 03:16 |
|
| |
שפיטצער די האסט א טעות
דער פארפאסער פונעם פסק איז דער מכריע, מיינט דער מענטש פערזענליך, זיין פסק איז מכריע.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 03:22 |
|
| |
אויב האט באראש נאך א מיינאונג פאר וואס דארף רויזענוואסער אריין לערנען פשט אין באראש'ס פסק גיי פרעג באראש וואס ער האט געמיינט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 03:26 |
|
| |
פון מיין זייט זאל דער "באראש" פסק בלייבן כמו שהוא, און ראזענוואסער זאל נאר זיין דער וואס לערנט אריין פשט דערין, איך בין זייער צופרידן דערמיט,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 04:17 |
|
| |
שפיטצער
דער סיסטעם און דער געזעץ לויטעט ווי איך האב געשריבן אויבערדערמאנט.
אין עס איז אויך עפ"י סברא, באראש דער פערזאן אלס מענטש האט פארלוירן זיין געזעצליכן קראפט.
אבער זיין פסק וועט אלעמאל האבן א געזעצליכן קראפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 04:30 |
|
| |
יוסף90 יא די אליין שרייבסט אז ער האט פארלוירן זיין געזעצליכן קראפט. אבער זיין פסק וועט אלעמאל האבן א געזעצליכן קראפט נו אז ער האט פארלוירן זיין געזעצליכן קראפט איז רויזענוואסער דער וואס האט נאך יא א געזעצליכן קראפט דער מכריע און בכלל ווייס איך נישט אויב ס'גייט אזוי דעם סיסטעם ווי די שרייבסט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 04:38 |
|
| |
וואס באראש פסק מיינט איז א צוויטע אישו
אבער די אפיעל איז דאך אויף באראש פסק, צו דער רבי האט א כח צו נישט,צו אנטשיידן וועלכע וואלן איז ריכטיג איז זיך אריינגעמישט און רעליגיע צו נישט.
באראש האלט אז דער רבי האט א כח, באראש האלט אז אנטשיידן די וואלן פון ביידע צדדים איז ווי זיך אריינגעמישט און רעליגיע.
דער פסק פון באראש בלייבט געזעצליך, ביז מ'ווארפט עס נישט.
איצט אויב בלייבט צווי אויף צווי, איז באראש פסק דער דריטער פאר די צווי, אזוי זאגט דער אמעריקאנער געזעץ.
לגבי וואס באראש האט געמיינט "סטאטוס-קוו,, וועלן אויך די אפעלעאט ריכטער'ס מכריע זיין, וואס באראש האט געמיינט.
ביים וועלן לייגן א טי. אר. א. אויף ר' יעקב כהנא ביים אריינגעבן דעם אפיעל אנהייב ווינטער, האבן די פיר אפעלאט'ס ריכטער געהאלטן אז באראש האט געמיינט "סטאטוס_קוו" ר' יעקב כהנא וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 07:48 |
|
| |
יוסף90, וועגן דעם וואס די איד האט אריינגעלייגט א פאלשע צעטל מיינט נאכנישט אז די אפעלעט זשאדזשעס האבן אזוי געשריבן.
און אויב איז אמת וואס זו זאגטס, וואס טוט זיך אויב די זשאדזשעס נעמען אלע אן אז באראש איז נישט געווען גערעכט, אבער זיי בויען אויך אנדערע זאכן?
בכלל מיין איך אז א זשאדזש וואס איז שוין ארויס קען מער גארנישט זאגן, אויב יא, פארוואס דארף מען פרעגן רויזענוואסער וואס באראש האט געזאגט?
משה שמואל זופניק האט שוין פארלוירן באראשעס טעלעפאן נומבער?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 16:35 |
|
| |
צו באראש האט פארלוירן זיין געזעצליך קראפט ווייס איך נישט
אבער יוסף90 האט זיכער נישט פארלוירן זיין געצעצליך קראפט,
ער איז אונזער געזעץ געבער דא אויף היידפארק מיום הוסדה,
ר' יוסף פארציילט אין וועלכען לאו סקול איר האט שטודירט לאו, און וואסערע דעגרי איר האט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 20:51 |
|
| |
וואס עס גייט זיין דער דעסיזשאן ביים אפעלעט קארט, ווייסט נאר דער בורא כל עולמים, מיר זענען דאך נישט קיין יודע עתידות.
אבער איך גלייב נישט אז זיך טרעפן אין א רעסטעראנט מיטן שופט, וועט אסאך אויסמאכן ביים אפעלעט קארט, לא הרי סופרים קארט כהרי אפעלעט קארט, א סופרים קארט דזשאדזש, ווי באראש, קען ארויס געבן א לעכערליכן פסק, און די קאנסעקווענצן זענען אז יעדער לאכט פון עם, ער האט גיט געוויסט אז דער אפעלעט קארט וועט באקומען דעם קעיס און ער וועט פיינעלי פטור ווערן פון דעם פארפלאנטערטן קעיס, איי ער האט זיך סותר געווען, איי ער האט נישט געפסקעט אויף רוב פראגעס, נו, זאל זיך דער אפעלעט קארט אדער דער נעקסטער דזשאדזש ברעכן דעם קאפ דערמיט.
אבער ביים אפעלעט קארט, איז דער סדר אנדערשט, זיי זענען נישט דן דעם עצם ענין, זיי דארפן נאר זען אויב דער געזעץ איז גיט געווארן אויסגעטיישט, ס'מיז אלעס שטימען לויטן געזעץ, מיט קלארע מראה מקומות, דא איז מען לאוו דווקא דן די סאטמארע קעיס, נאר יעדע רעלידזשעס קארפארעשאן, זיי ווייסן אז זייער דעסיזשאן ווערט גלייך א סימן אדער א סעיף אין זייער שלחן ערוך להבדיל, על כן איז מיטן זיך טרעפן מיט איין אדער צוויי שופטים טוישט זיך נאכנישט דאס געזעץ, דריבער בין איך נישט זייער דערשראקן.
אדרבה, זאלן מיר די פעסעמיסטן מסביר זיין א היכי תמצא, וואס זיי וועלן פסקענען, לאמיר שוין זאגן אז דער מיטינג מיט די זאלונים וועט זיי קאנווינצן אז דער רבי איז יא בעל הבית, (וואס איך גלייב נישט אז דאס וועט פאסירן) נו, בלייבט נאך אלץ אפן רוב פראגעס,
1- האט דער רבי טאקע ארויס געווארפן ר' בערל פריעדמאן?, באראש האט דאס נישט געפסקעט,
2- אויב האט עם דער רבי יא ארויס געווארפן און לאחר המעשה האט ער נאכאמאל געווינען די עלעקשאנס, וויאזוי איז דאן די הלכה?,
3- אויב איז דער רבי בעל הבית, פארוואס דארף מען בכלל עלעקשאנס?,
4- אויב האט דער רבי ארויס געווארפן ר' בערל, נו, וואס איז מיט ר' דוד הויער, ר' שמואל אבערלענדער, און ר' יצחק ראזענבערג?
5- אויב איז דער רבי בעל הבית, וואס איז מיט די אנדערע קהל שטאטוטן, וואס איז סתירה ברורה צו דעם אז דער רבי איז גענצלעכער בעל הבית?, און וואס איז מיט די נ"י סטעיט רעלידזשעס קארפארעישאן לאו?, איז דאס בטול ומבוטל?.
על כן איז לדעתי, אז ס'איז דא א 80% טשענס אז מען וועט רעווערסן באראש'נס פסק, און זאגן אז דער רבי איז נישט דער ענדגילטיגער בעל הבית, (א געווינס פאר די אהרונים), און א 20% טשענס אז זיי זאלן דאס צוריק שיקן צום נידעריגן געריכט, פאר א פרישן טרייעל, (וואס איז לכאורה א שטיקל געווינס פאר די זאלונים) אבער זיי וועלן געבען רעקאמענדאציעס און פארשריפטן, וואס וועט זייער צוימען דעם פרישן ריכטער, למעשה איז דאס געזעץ אויף די זייט פון די אהרונים,
על כן ברודערלעך, נאר בטחון, זייטס נישט פארלוירן, קרובה הישועה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 21:41 |
|
| |
איך בין נישט קיין פעסיסמיסט, און כהאלט קלאר אז ביי די ענד אוו די דעי וועלן די אהרונים זיין די געווינער.
אבער איך קען נאכאלץ פארשטיין וועגן וויאזוי די אהרונים קענען פארלירן, אפילו איך האלט אז סוועט נישט געשען.
1) זיי זאלן זאגן אז דער רבי איז יא בעה"ב, און אז ער האט יא ארויסגעווארפן ר' בערל. זיי זענען מסתם נישט געבונדן צו באראש.
2) דער רבי איז בעה"ב, אבער מווייסט נישט וואס ער האט געזאגט, און זיי שיקן עס צוריק קיין ברוקלין צו דן זיין וואס דער רבי האט גזאגט. אויב דער רבי איז בעה"ב, איז עלעקשאנס נאר א געים.
3) דער רבי איז נישט בעה"ב, אבער יענקל כהנא איז געווען קא פרעזידענט, און זיינע עלעקשאנס זענען בעסערע עלעקשאנס ווייל ער האט געהאט מאשינען אד"ג.
4) דער רבי איז נישט בעה"ב, און אלע איבעריגע מאושאנס ווערן אראפגעשיקט קיין ברוקלין.
5) דער רבי איז בעה"ב, אבער מווייסט נישט וואס ער האט געזאגט, און סטאטוסקווא מינט יא יענקל כהנא, און ביז סווערט נישט קלאר איז יענקל פרעזידענט.
|
|
|
|
|