ר' זלמן באווינדערט זיין ברודער.
מיין שוואגער פון לאנדאן איז דא געווען, ער האלט זיך פאר א זאלוני, כאטש ער איז נישט קיין שונא פאר קרית יואל'ער רב, נאר אלץ א חבר מנעוריו פון ר' זלמן לייב, האלט ער אן זיין קשר מיט עם, ער דאווענט אין לאנדאן אין די בערגער שוהל, דערציילט ער מיר אז ער האט געכאפט א שמועס מיט ר' זלמן לייב, און זיי האב גערעדט פון די מחלוקת, און פון שמיני עצרת, האט ער עם בין הדברים געזאגט אז ער באווינדערט דעם כח המעצור פון זיין ברודער, שוין זיבן יאר וואס מען פייניקט עם און ער האט נאך קיין איין ווארט נישט גערעט פון דעם ענין, איך זאגט ער אויף זיך וואלט מיך נישט געקענט צוריק האלטן,
תוקן על ידי - בא_ללמד - 27/12/2005 22:08:03
|
|