די ערשטע נאכט חנוכה איז א א איד חיים י. ד. פון ארץ ישרא' ארין צו ר' זלמן לייב אין שטוב נאך געלט, און צום שאק האט ער געזעהן אז ר' זלמן לייב האט געצינדען די ערשטע ליכטל פון די פארקערטע זייט!
ער האט עס געזאגט פאר ר' זלמן לייב צוויישן זיינע ווערטער אויף א שיינעם אופן, ר' זלמן לייב איז רויט געווארן פאר בושות, און ער האט אנגעהויבען צו שטאמלען, און דער עם הארץ האט אים געזאגט אז ביי אונז צינד מען אזוי, און ר' זלמן לייב האט געאגט פאר דעם איד אז ער איז יעצט פארנומען און ער האט נישט קיין געלט און זאל צוריק קומען אן אדערע מאל.
פארשטייט זיך פאר די חוצפה פון אים לערנען ווי אזוי מען צינד די מנורה.
די שאלה איז צו דים עם הארץ צינד נעבעך אלע יארן אזוי פארקערט, אדער פשוט ווי עס קען זיך מאכן ביי א פשוטער איד וואס איז נישט קיין יודעי ספר אז ער האט פארגעסען היי יאר פון וועלכער זייט אנצוהייבן?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/12/2005 22:27:45
נשלח ב-28/12/2005 22:30
איך בין ביי דער מיינונג אז די מנהלים דא זאלן נישט צולאזן צו שרייבן פּערזענליכע דברי זלזול אויף מענטשן, נישט קיין חילוק צי איר האלט יא פון אים אדער נישט! ס'איז נגד התורה און נישט מענטשליך! איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזוינס קעגן ר' אהרן, און ווער עס שרייבט יא טוט די זעלבע אומרעכט.
קבל את האמת ממי שאמרו!
איך האב געהערט די מעשה פון שור שנגח שוין נעכטן, אלזא ס'איז נישט קיין היידפארק מעשה.
איך בין נישט געווען אין ר' זלמן לייב'ס הויז און וועגן דעם קען איך עס נישט באשטעטיגן, אבער לויט זיינע אנדערע גאונות'ן פון די לעצטע פאר יאר איז ביי מיר קיין שום ספק אז דאס האט געקענט געשען ביי אים.
פונקט ווי מען זאגט אויף די תלמידי בעש"ט: מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט פאסירן
נשלח ב-29/12/2005 03:36
שיעור פארגעסן
** יהללוך ביי מצות באקן
**שהחיינו פורים ביי די מגילה
נשלח ב-29/12/2005 03:50
פערד, וואס שטויסטו? סאיז אלס בעסער צו זיין אומוויסנד, ווי צו וויסן און שטויסן, אזוי ווי דיין (אפ)ג-ט.
נשלח ב-29/12/2005 18:46
תכלית: האט ער געמאכט א שהחיינו די צווייטע נאכט?
נשלח ב-4/1/2006 01:05
א גוט ווארט.
זאת חנוכה האט זלמן לייב זיכער נישט געמאכט דעם טעות...