נבוכדנאצר אין חדשות אנ"ש:
נעכטן ברענגט איינער פון מיינע שוואגערס דעם אלעמען-באקאנטן Community Connections פון מאנסי, איך בלעטער דא און דארט, מיין אויג פאלט אויף א צודרייטן אדווערטייזמענט וועלכער ליינט זיך בערך אזוי:
ופרצו
חומות
מגדלי
וויאזוי איז דאס געשעהן?
ווייל עס איז נישט געמאכט געווארן ביי אונז!
און עס איז דא א בילד פון חומות ירושלים געמישט מיט א בילד פון א אויפגעריסענעם צוים, און דער אדווערטייזער איז א צוים פאבריקאנט.
פרעג איך: איז דאס מ ש ו ג ע ת אדער ע מ ה א ר צ ו ת? די חומת המקדש איז פרצו בה י"ג פרצות ווייל מען האט עס נישט געמאכט ביי די פירמע פון מאנסי?
בין איך משוגע אדער ער?
כ'בין שוין געוואוינט צו זעהן אז מיט א שטריימל למטה מעשרה טפחים און אהן א טלית שכולה עטרת כסף קען מען נישט צוגיין צום יום הדין, און אודאי אודאי נישט אהן א Chanuka Gift צום הייליגן יום טוב חנוכה, שוין געווען אן אשכול דערוועגן, אבער על של עתה באתי, עד היכן תכלית משוגעת? ס'הייסט דאך א פרומע צייטונג!
אויב איינער דא האט עס - ביטע אריינסקענען, עס איז געוואלדיג
תוקן על ידי - בא_ללמד - 29/12/2005 16:58:11
|
|