ביקור חולים דערלאנגט א זעץ פאר הויער
אינעם קונטרס קעגן בי"ד משפט שלום איז די ערשטע בריוו געווען פון דוד הויער, וועלכער שרייבט אז דאס בי"ד האט מעוות דין געווען ביים דין תורה וואס ער האט געהאט מיט ביקור חולים ד'סאטמאר איבער די ערהוילונגס היים אין סיגעיט. האט ביקור חולים נשט געשוויגן און אריינגעלייגט אין איד פון די וואך א גאהצן פעידזש מיט 4 בריוון וואו מען זעט אז הויער האט גאר פארלוירן ביי התאחדות און ביי ועד להבאת שלום, בעפאר "ער" איז געגאנגען צו משפט שלום. וירא הקהל וישפוט!
|