בית פורומים כל העולם כולו

בקיצור נמרץ: תוכן ד"ק פון רב שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2005 08:14 לינק ישיר 
בקיצור נמרץ: תוכן ד"ק פון רב שליט"א

אזוי ווי כאב עס ממש איצט געהערט וויל איך עס ענק איבער געבן,

מ'זאגט ביי הנרות הללו, "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", איז שווער פארוואס דערמאנט מען פונקט דעם הלכה, וואס האט עס א שייכות צום נוסח. נאר, ווייל מ'זעהמיר אז ביי נרות חנוכה איז דא אן ענין פון "פרסומי ניסא", איז שווער פארוואס? אדרבא מ'געפין מיר די גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז אויב ס'פאסירט א נס מיט א מענטש איז עס א "חסרון", ווייל מ'האט משנה געווען מעשה בראשית, נאר די פני יהושע פרעגט, פארוואס האט אויסגעפעלט די נס מ'ווייס מיר דאך "טומאה הותרה בציבור", ענטפערט די פנ"י אז אין הכי נמי ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס, נאר "להראות חיבת המקום עלינו" האט דער אייבישטער געמאכט א נס, ממילא ווען א מענטש מוז ציקומען צו א נס ער האט נישט קיין אנדערע אויסוועג, אזוי ווי די מעשה מיט דעם איד אז ער האט נישט געהאט ווי אזוי צו געבן צו עסן פארן קינד, אזא מין אופן איז עס א "חסרון", אבער ביי די נס חנוכה וואס ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס ווי די פנ"י זאגט איז אדרבא, איז עס "להראות חיבת המקום עלינו", ממילא וועגן דעם איז דא אן ענין פון פרסומי ניסא, די חת"ס זאגט אן אנדערן תי' אויף קושית הפנ"י, ווייל "טומאה הותרה בציבור" איז נאר ביי "טומאת מת", אבער ביי טומאת עכו"ם וואס דאס איז טומאת זיבה, איז נישט הותרה בציבור, לויט דעם תירוץ האט שוין יא אויסגעפעלט די נס, ממילא לויט דעם איז אפשר יא א חסרון די נס, ממילא בלייבט ווייטער שווער פארוואס איז מען מפרסם די נס, נאר ס'איז דא אן ענדליכע קשיא צו די פנ"י, אז מ'וואלט דאך עס געקענט מבטל זיין די שמן טמא מיטן עצה פון "קמי קמי בטל", ענטפערט דער קובץ אז מ'קען נישט ווייל אין מבטלין איסור לכתחלה, מ'געפין אבער און הלכות סוכה אז מ'מעג לכתחלה מערב זיין סכך פסול מיט סכך כשר, כדי צו כשר'ן א סוכה, זאגט די טו"ז אז כאטשיג אין מבטלין איסור לכתחלה, דאס איז נאר ווען איינער וויל עפעס עסן להנאתו, אבער ביי א מצוה וואס איז נישט להנאתו, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, מעג מען לכתחלה מבטל זיין, קומט אויס אויב איך נעם אן אז מצות לאו ליהנות נתנו, וואס דאס איז א מחלוקה אין די גמרא, דעמאלטס האט מען געקענט לכתחלה מבטל זיין די שמן דורך קמי קמי בטל, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס. די בני יששכר זאגט אז די טעם פון אסור להשתמש איז וועגן מצות לאו ליהנות ניתנו. ממילא דאס איז די שייכות אין די נוסח פון הנרות, "הנרות הללו אנו מדליקין על הניסים..." איז דאך שווער ס'איז דאך א חסרון א נס? פארוואס דער פירסום? אויף דעם ענטפערט ער "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", פארוואס, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, ממילא דעריבער האט מען געמעגט לכתחלה מבטל זיין די שמן, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא אויף אזא אופן איז גאר א מעלה און א שבח א נס, ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 08:20 לינק ישיר 

ד"ק? פין זיין מויל ארויס, די גלייבסט באמת, שטעל דיך אפ טראכט אריין, אז סאיז ד"ק?

ווען קוק האט געזאגט תורה, האלסטו אויך, אז סאיז געווען ד"ק?



תוקן על ידי - שלמההמלך - 30/12/2005 8:20:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 08:24 לינק ישיר 

איך זאג דאך נישט קיין תורה פון קוק,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 08:25 לינק ישיר 

וואס איז געווען די פראבלעם מיט קוק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 08:28 לינק ישיר 

פאר וואס א יעדע'ס מאל שלמה המלך מאכט א תגובה איז דא א

תוקן על ידי שלמה המלך

תוקן על ידי - allgood1s - 30/12/2005 8:27:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 08:34 לינק ישיר 

ווייל אייביג קוק איך איבער, און עס פאלט מיר ביי אז עס קען זיין בעסער.

איך בין שטאלץ מיט מיינע טעותים, אזוי לערן איך מיך.

אפילו סקען זיין אז איך וועל מאכן א טעות, נעם איך מיך נאך אלץ אינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 11:07 לינק ישיר 

מקוה איד, יישר כח. א הערליך ווארט.
שלמה המלך (וואס פארשעמסטו אים?), ווען דער רבי זי"ע האט געזאגט תורה האט מען יא געשריבן ד"ק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 15:55 לינק ישיר 

שכוח מקוה איד, איך האב מיט געהאלטן יעדן טאג אין קרית יואל, אבער ביז וויליאמסבורג, בין איך שוין נישט געפאהרן, ביסטו געווען די מזכה, אגב ווייס איך אז סאיז תורת אמת, ווייל פשוט זעה ווי אזוי די זאליס טאנצן, סאיז נכלל אונעם ע"ה שונא לת"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 18:02 לינק ישיר 

פארוואס דארף מען זיך ארומרייסען?
שטעלט ארויף א פשעטיל פון רז"ל וועט דאך דער עולם איינערקענין נישט נאר זיין גרויס גאונית נאר אויך זיין גרויסע קדושה, און שלום על ישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בקיצור נמרץ: תוכן ד"ק פון רב שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext