פארשלאג
זאל יעדער איינער אויפהערען פראביערען אויסצוטרעפען ווער איז געווען וועלכע אלטע ניק און צו ער איז אן ארויני וואס שפיעלט א זאלי צו פארקערט.
אויך אויפהערען צו ענטפערען באשולדיגונגען פון אנדערע וועגען ווער איז וועמען. ס'אן אומזין.
ס'נישט דא קיין שום וועג אויפצוווייזען צו יא צו נישט, און ס'מאכט נישט אויס.
לאממיר בעסער באציען צו יעדער נייער ניק אזוי ווי ס'טאקע א נייע מענטש. סיי ווי וועט מען ביז א וואך צוויי דריי זעהן גענוי ווי ער געהער זיך, און ווי נאר מ'קריכט ארויס פון די תוהו ובוהו פון די ערשטע טעג פון א נייע פארום וועט קיינער נישט האבען קיין אינטערעס צו "שפיעלען ארויני" אדער "שפיעלען זאלוני".
איך מיין אז איך רעד בשם א סאך נארמאלע גולשים וואס ווילען אן אנשטענדיגע פלאץ צו קענען ליינען סאטמארע פאליטיק, נישט קיין חילוק צו די קעפעל איבער'ן פארום שטייט כל העולם כולו, חדשות אנ"ש דסאטמאר צו אישקאביבעל.
ס'א גרויל און אן עקעל צו זעהן ערוואקסענע מענטשען ארומקריעגען ווי קליינע קינער אין כתה א' און ס'מעג שוין נעמען אן עק!
און צו די אלע מענטשען פון ביידע זייטען וואס מיינען אז מיט קלאפען "יענעם" וועט מען מצליח זיין, ביטע, נישט דאס איז די וועג. לייג זיך אריין אין אויפבויען וועלכע פארום דו האלטסט איז פאסיג און גוט, די היסטאריע ווייזט, און יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אליין, אז פון קלאפען יענעם איז קיין זאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען.
יעצט ווארט איך פאר א פאר קינדערישע תגובות פון יא! ער האט גוט אריינגעזאגט, -פאר יענעם. אבער איך האף אז די נארמאלע (עכ"פ נארמאלערע) מענטשען אין פארום וועלען זיך איבערקלערען.
 |
|
|