בית פורומים כל העולם כולו

בני ברק: הערליכער נייער בנין תלמוד תורה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2006 02:24 לינק ישיר 
בני ברק: הערליכער נייער בנין תלמוד תורה!

א הערליכער נייער אגף צום בנין התלמוד תורה אין די הייליגע מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק, ווערט געבויעט יעצט ביתר שאת ויתר עז.

די נייער בנין ווערט געבויעט אויף א שטיקל ליידיגער לאט, וואס געהערט פאר די שיכון קרית יואל בני ברק, בראשות המנהל רבי משה חיים ווייס שליט"א, די זאליס האבן פראבירט מיט אלע וועגן עס צו סטאפן און ארויסנעמען א tro אן עיקול פון בית המשפט אז מען זאל עס נישט קענען דערווייל בויען ווייל זיי האבן טענות, אבער די בית המשפט האט עס ארויסגעווארפן.

דער הערליכער נייע בנין ווערט געבויעט מיט די גרויסע הילף פון הרבני הנגיד הטפסר רבי חיים לאקס שליט"א פון וויליאמסבורג, וואס האט מנדב געווען דעם ריזען סכום פון א האלב מיליאן דאללער.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 03:05 לינק ישיר 

דאס איז מורא'דיג א קלוגע סטראטעגיע.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס גייט פאר אין בני ברק, אבער סיי וואס עס זאל נאר נישט זיין, איז דער בעסטער מהלך אנצוגיין ווייטער ווי גארנישט וואלט געווען.

די זאליס האבן דארטן פרובירט צו מאכן די זעלבע זאך וואס זיי האבן געטון דא אין ניו יארק, זיי האבן ארויסגעשטויסן די אהרונים בכח הזרוע, דערנאך האבן זיי געזאגט אז זיי גייען נישט צו דין תורה, און ווען די אהרונים זענען בלית ברירה געגאנגען אין געריכט האבן זיי אנגעהויבן פארפירן "געוואלד, ערכאות" !

דאס זעלבע האבן זיי געוואלט טון אין בני ברק, שלאגן אין ביהמ"ד ביז ס'וועט נישט זיין קיין ברירה נאר צו רופן די פאליציי, דערנאך וועט עס שוין אנקומען אין געריכט ווייל די זאליס וועלן דאך צו קיין דין תורה נישט גיין, און זיי וועלן ווידער שרייען "ערכאות".

די בעסטע עצה איז דעריבער זיך נישט רעכענען מיט גארנישט נאר ווייזן בעלות, און אז יענער וויל עפעס זאל יענער רופן צו דין תורה אדער אין געריכט !

ר' משה חיים, חזק ואמץ !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 03:09 לינק ישיר 

ס'איז טאקע ערליך שיין.
הגם, מ'האלט נאר און אנהייב, אבער מ'קען שוין זעהן, אז ס'גייט זיין עפעס גאר שיין.

נאר צו געדענקען, אז זיי האבן געשווירען אז טאמער משה חיים בויט דאס, זיצט ער אין תפישה.

נישט אז זיי האבן נישט פראבירט.
זיי זאגן קלאר אז זיי פראביר'ן מאסר'ן בכל הכח.
אבער ס'האט נישט קיין קייס.

דערווייל בויט מען אויך אין פריוואטע הייזער, על אפם וחמתם.
נאר צו געדענקן, אז פאר אוואך האט זיך געדרייט דער בארימטער מ, וו. דער איידעם פון הר' י. ב ארום די נייע פריוואטע בנין, אין געזאגט בקול גדול כדרכו, אז ער וועט דאס נישט קענען בויען, די משטרה וועט דאס נישט לאזן


ונראה מה יהיו חלומותיהם.
ורוה"ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
און זיי זאלן פלאצן פון קנאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 03:21 לינק ישיר 

בא ללמד



איך האלט אויך אז אנגיין ווייטער נארמאל, איז די בעסטע זאך.

אבער מען דארף נאר זיכער מאכען, אז עס קימט נישט צי קיין געוואלדטאטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 03:24 לינק ישיר 

אז דער רויטער וועט נישט בייסן, וועט נישט צוקומען צו קיין געוואלדטאטן אי"ה.

עס איז נאך קיינמאל, קיינמאל, קיינמאל, אין די היסטאריע נישט פארגעקומען קיין געוואלדטאטן מצד די אהרונים אן קיין פראוואקאציע.

אבער צוריקגעבן קענען זיי, אז עס גייט א רויעך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בני ברק: הערליכער נייער בנין תלמוד תורה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext