משה שמואל זופניק האט געכאפט נאך א מעכטיגן ריק די וואך. ווען ר' משה לאבין האט אפען מוחה געווען קעגן דעם הולך בערכאות ומסרב לדין משה שמואל זופניק.
ר' משה לאבין האט אויך מוחה געווען אז א געוויסער רב האט מכבד געווען דעם מסרב לדין מיט קבלת שבת און מיט י-ה רבון עלם ביי זיי באטע.
(ר' זלמן לייב האט געפירט א באטע לכבוד שבת חנוכה, און דארט מכבד געווען דעם מסרב לדין).
משה שמואל שווערט נקמה אין לאבין.
דערווייל איז ר' משה לאבין אריבער צו דעם פוסטן לץ ר' זלמן לייב טיייטלבוים און אים פארגעהאלטן. זלמן לייב האט געזאגט אז ער ווייסט וואס א סירוב מיינט.
תוקן על ידי - wassa_dif - 04/01/2006 0:24:41
נשלח ב-4/1/2006 00:46
עס איז באמת א וואונדער אז עס איז נאך דא היינט רבנים וועלכע האבן נישט מורא מוחה צו זיין אקעגן די שרעקליכע פירצות וואס קומען פאר, אן צו טראכטן א מינוט אז עס קען ברענגען פאליטישע קאנסעקווענצן.
אבער איך קען באמת נישט פארשטיין, וואו איז די "הנהגת התורה" ? וואו זענען אלע שיינע אידן ?
אפילו משפט שלום האט נישט געוואגט ארויסצולייגן קיין צעטל וואו זיי געבן א היתר פאר זשופניק צו גיין אין קאורט.
און דערצו שרייבן אזעלכע וואולגארע לשונות, אז ער האלט נישט ביים גיין צו קיין בי"ד בישראל דייקא נאר א געריכט ?
נשלח ב-4/1/2006 00:48
וועלכער רב איז ר' משה לאבין?
נשלח ב-4/1/2006 00:50
חרדים.
ס'איז מער אינטערעסאנט, ווייל כ'מיין אז משה שמואל דאוונט אסאך אין חרדים, און ער לאזט דארט פאלן "ברעקעלעך" פון מאל צו מאל.
נשלח ב-4/1/2006 01:03
הגה"צ רבי משה לאבין אב"ד דקהל חרדים בוויליאמסבורג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א איז פון די חשוב'סטע רבנים אין ווילי.
פאריאר שמחת תורה האב איך געזען דארט משה שמואל זופניק, ווען ער האט געשנאדערט פינף טויזנט דאלער.
טאקע אינטערסאנט וויאזוי ער האט נישט מורא פון אים.
נשלח ב-4/1/2006 04:22
רבותי,
כ'האב שוין געזען די גאנצע מעשה אין די בלאט
איך וויל אבער וויסען וואס משפט שלום ענפערט ,אויף די גאנצע זאך
וואס משה שמואל ענפערט אויף די גאנצע זאך
האבן זיי שוין ארויסגעגעבן עפעס דאקומענטס, קונטרוסים.??
נשלח ב-4/1/2006 07:15
זיי האבן ארויסגעגעבן איין חוזק צעטל אז קיינער האט נישט אויסגעהערט זייער צד, סאו די סירוב קעגן יאקאבאוויטש איז ווייטער אין קראפט.