|
|
| נשלח ב-4/1/2006 20:22 |
|
| |
א"מ גאלדבערגער אין זיין דרשה ,א גיטע
איך האב געהערט די לעצטע דרשה פין א"מ גאלדבערגער
אזוי ווי אלע זיינע דרשות הער איך עס נאר אלץ ענטערטעמענט, זיך אינטער צי האלטן מיט אים אביסל
אבער אין די איצטיגע דרשה האט ער געזאגט א פוינט,
וואס האט מיר אפגעשטעלט פאר א מינוט, אין געמאכט טראכטן
אין בשר המת מרגיש באיזמל, אונז זענענן מיר שוין ציגעווינט שוין 6 יאר הערט מען נאכאמאל אין נאכאמאל די קארט האט דאס געפסקנט, דער שופט האט דאס געזאגט,
אבער שטעלט אייך אפ אין טראכט,די גאנצע {כמעט}אידשע וועלט, שטייט אין ווארט צי הערן וואס א....גוי...דער שופט וועט זאגן ווער עס זאל זיין בעה"ב אין סאטמער!!
יא, נאכאמאל אונז אידן, מיט אירע בתי דינים, אין רבנים, דיינים, מיט די שלחן ערוך, אין די תורה וואס מיר האבן שוין טויזענטער יאר,
שטייען מיר אין ווארטן מיט א איינגעהאלטן אטעם איבער דריי וואכן צי הערן וואס?????!!!!!!
וואס דער גוי וועט זאגן!!!!!!!!!
דער גוי וועט זאגן ווער עס וועט זיין דער בעה"ב אין די גרעסטע אידישע קהלה!!!!!!!!!!
בושה תכסה פנינו עד היכן הגענו
איך מיין ח"ו נישט אונז צי באשלדיגען ווייל איך ווייס מיר זענענן אריין בהיתר אין קארט אין מ'האמיר געטיען וואס עס שטייט אין די תורה! אז דאס זאל מען טיען
אבער א חילול השם איז עס א גרויסע
אין א בושה א גרעסערע
טויזענטער אידן שטייען אין ווארטן צי הערן וואס דער...גוי....וועט זאגן ווער איז בעה"ב אין די גרעסטע אידישע קהלה
תוקן על ידי - שלום_משה - 04/01/2006 20:23:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 20:30 |
|
| |
איך האלט קלאר אז שילדיג דערין זענענן די זאליס
ווייל זיי האבן נישט געוואלט דין תורה!!
אבער עס א גרויסע חילול השם, איז עס נאך אלץ
אין הלוואי ווען מעל ווען נישט דארפן צי קימען דערצי
======
באלד וועל איך שרייבען מיין ענטפער צי אלטר משה ג"ב וויפיל מאל די "בני יואל" איז אריין אין קארט וועגן קר"י רבנות וכדומה
פין דעם וויל ער נישט רעדן!!!
ער איז זיך אויך ווערט דאס געלט וויפיל מאל זיי זענענן אריין אין קארט אז דער שופט מיטן שווארצן חלאטעל זאל מאכן סדר
אזוי אויך פין די "היתר מסירה כללית" וואס די זאליס האבן באקימען פין דעם וויל ער אויך נישט רעדן!!
אין אזוי אויך מ.ש.זופניק/משפט שלום. פין דעם רעדט ער אויך נישט
תוקן על ידי - שלום_משה - 04/01/2006 20:41:44
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 20:47 |
|
| |
וואס איז די נומבער
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 21:41 |
|
| |
212-990-6143
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 22:23 |
|
| |
איך זע אז דער עולם איז נישט ציפרידען געווען פין דעם אשכול
{נישט דא קיין איין תגובה,נישט פארן אשכול,אין נישט קעגן}
וועל איך שרייבען נאך איין זאך וואס כ'האב באקימען אין אישי, בנוגע דען ענין, ובזה אסיים
קען זיין אז דאס איז די סיבה פאר וואס ראזענוואסער שלעפט אזוי לאנג מיט זיין פסק
עס איז מן השמים כדי אז יעדער זאל געדענקען אז די קארט איז נאר א הכרח אין מען טיט עס נאר בכפי'
אין נישט ווייל מען וויל, איהכ"נ איצט ערווארט מען די ישעה פין דארט
דארף מען אבער וויסן אז קארט איז נאך אלץ אסור אין דא איז מען געאנגען אין קארט נאר ווייל עס איז געווען א היתר
עושה שלום במרומיו היא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל
תוקן על ידי - שלום_משה - 04/01/2006 22:23:55
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 04:30 |
|
| |
פאר דעם משוגענעם וואלט איך גראדע געגעבן די וועלט'ס געלט אז ער זאל אנהאלטן דעם האטליין, ער מאכט דעם בעסטן זשאב פאר די אהרונים מיטן ארויסגעבן פונקטליך די זאליס אמת'ע כוונות, און זייער אמת'ער צוגאנג צום "סיגוטער"...
בנוגע זיין טענה וועגן קאורט, דארף מען אים באמת אפגעבן אן עפנטליכן דאנק, ווען נישט ער וואלט מתיר געווען פאר דעם משוקץ יוסל וואלדמאן צו גיין אין געריכט יעדע פינף מינוט, וואלט געווען אסאך שווערער פאר די אהרונים צו גיין אין געריכט, אפילו מיטן היתר בי"ד להציל עשוק מיד עושקו.
ער ודעימי' זענען שולדיג אז מען גייט שוין איבער צען יאר אין געריכט ווי קיינמאל וואלט גארנישט געווען !
ער ודעימי' זענען שולדיג אז עס איז היינט א היתר גמור צו גיין ארויסטראגן די אינערליכע רייבערייען צו די גוי'אישע צייטונגען !
ער ודעימי' זענען שולדיג אז די ציאניסטישע צייטונגען באלעקן זיך די פינגער מיט די רייבערייען אין סאטמאר, און זיי טאנצן פאר שמחה אז "היינט איז מען שוין נישט פארנומען מיט די מלחמה אקעגן ציונות" !
און די הויפט שולדיגע זענען די פירער פון די "הנהגת התורה" פארטיי, וועלכע האבן געגעבן א "היתר מכירה כללי" ווען מען מעג פארקויפן די תורה און לויפן אין געריכט, און ווען מען דארף נישט גיין צו דין תורה !
זאלן זיי נישט קומען יעצט ווי דער ביבער וויינען "געוואלד, ערכאות" !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:17 |
|
| |
ווי לאנג אהרן טייטלבוים איז געווען די מושל בכיפה, האט מען נישט געדארפט גיין צו דין תורהס, מהאט נישט געפרעגט קיין איין רב, איינער וואס האט זיך געוואגט צו זאגן עפעס איז געווארן א פסולע בי"ד אדער האט ער באקומען אין זיבעטע ריפ א עפרא לפומי', און קיינער האט גארנישט געקענט זאגן.
היינט ווען ער איז שוין אין דער ערד, און ער פירט שוין מערכות מיט הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן, וואס איז זינס גלייכן ווי א פאליטישאן, פארפירט ער פלצלונג אז מדארף גיין צו דין תורה?
ווען ר' יוסף וואלדמאן איז געגאנגען להציל עשוק מיד עושקו, און ממש געראטעוועט טויזנטער משפחות אין מאנרא איז ער געווען א מסור, און מהאט אים געדארפט לייגן אין ח.ר. אבער ווען יוסי בראך גייט מסרן אפן און גראב צענדליגער אידן פאר די עף בי איי איז ער א גאנצער שיינער איד! ער זיצט נאך אויבנאן! יעדער לעקט זיך מיט אים, אהרן אליינס לאכט ארום מיט אים, וועמען דרייען ענק א קאפ? ביי ענק איז א פראבלעם מסירה?!
מפרייט זיך אין אלע גאסן אז ראזענוואסער גייט צושמעטערן דעם רב שליט"א (זיסע חלמומות), דער שווארצער כאלאטל גייט פסקענען! עטץ שעמטץ ענק נישט? וואס וועלן ענק זען פאר ענקערע קינדער? ממעג גיין אין קאורט? מדארף פלעין באהאלטן א היתר אין א לעדל? ר' יוסף וואלדמאן האט נישט געהאט גענוג לעדלעך?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:00 |
|
| |
אלטר משה גאלדבערגער זע איך אז דו הערסט אויס, אבער וואס טוט זיך מיט די אנדערע האטליינ'ס ?
איך האב פאר דיר אינטערעסאנטע אינפארמאציע, די זאליס האבן א האטליין, וואו זיי האבן שוין לאנג צוריק ארויפגעלייגט א דרשה פון יוסל מסור ווי ער רעדט מיטן רב שליט"א, און יוסל קאמפלימענטירט אים פארן זיין גרייט צו גיין צו דין תורה...
נעם דיר אריין דעם כלל אין קאפ אריין:
דער וואס וויל נישט גיין צו דין תורה ביי א זבל"א, דער איז דער וועלכער האלט נישט ביים גיין צו דין תורה !!!
ואידך פירושא זיך גמור...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:03 |
|
| |
212-461-8644
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|