די הערליכע דינער האט זיך יעצט געענדיגט, די גרויסע ציבור איז אהיים מלא חיזוק און הדרכה.
בקיצור נמרץ אויפן שפיץ גאפל, אפאר פוינטס.
קודם איז געווען א קנאקעדיגע דרשה פון ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש, כאטש די עולם האט נישט צופיל אויסגעהערט...
די זינגען פון די קינדער איז געווען הערליך, ספעשיל וואו מהאט געהערט די רבי זאל זיין געזונט'ס קול, סאיז געווען זייער עמאשאנעל.
נאכדעם האט ישעי' סאקס אויסגערופן מאיר הירש, וואס האט געמאכט א סורפרייז און אויסגערופן עזריאל גליק זאל רעדן וועגן ישראל גאלדבערגער. ער האט גערעדט אביסל צו לאנג און כמעט נישט פון ישראל גאלדבערגער, אבער זייער עמאשאנעל אז דעס איז די מוסדות פון רבין זי"ע און מדארף עס שטיצן. אויך האט ער דערציילט א מעשה וואס בא ללמד האט שוין געשריבן פון שלמה יענקל, די עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן, עפעס א מעשה מיט איינעם וואס זיין קינד איז געווארן קראנק און זיין ווייב האט אראפגעלייגט די קינד ביים רבין זי"ע אויפן טיש און געזאגט אז זי נעמט נאר אהיים א געזונט קינד און די קראנקהייט איז אוועק.
אינמיטן האט מאיר הירש געבעטן אלי' שלמה זאל שטיל מאכן, און אלי' שלמה איז ארום בעטן אז די עולם זאל זיין שטיל ווייל אז נישט פארלירט ער זיין זשאב...
נאכדעם האט מאיר אליין גערעדט, נישט קיין גרויסע חידושים אבער זייער פאוערפאל, ער האט געזאגט אז די גרויסע וואוקס צו 6,000 קינדער ציט אריין אין גרויסע חובות, אויך אז יעדע נייע בילדינג ציט אסאך הוצאות.
ער האט געזאגט אז היי יאר זענען די הכנסות שטארק געפאלן, בעיקר ווייל מהאט אינוועסטעט אין אסאך זאכן וואס מוועט טאקע זען ריוח אבער דערווייל איז עס נאר הוצאות. ער האט געזאגט אז די בית השחיטה, זיין בעבי, איז שוין כמעט אז זיי ברעיקן איווען, און מהאפט אז ביז אפאר חדשים וועט עס אנפאנגן צו מאכן געלט.
אויך האט ער געזאגט אז די שמחה זאל אויף פארעסט וועט מען שוין אנהייבן נוצן דעם ווינטער. צום סוף האט ער געבעטן אז יעדער זאל שטיצן די מוסדות און מזאל נישט טון קיין זאך וואס ברעכט אונטער די הכנסות (וועם האט ער געמיינט???).
נאכדעם האט המזמרים געזינגען "איינס אבער א גיטס", נאכדעם האט די רב זיך אויפגעשטעלט רעדן, קודם האט די רב געזאגט עפעס א תורה (פרעג מיך נישט וואס...), און נאכדעם האט ער גערעדט וועגן די נייע תקנה אז מהאלט נישט קיין קינדער פון די צוואנציג דרייסיג טאטעס וואס שניידן זיך די בארד.
ער האט געזאגט אז סאיז דא קינדער פון כיתה ד' וואס ווילן זיין באמעס, אויך האט ער דערציילט אז ער האט לעצטנס געזען א חתן וואס האט זיך געשניטן די בארד, און ער איז געזעצן לעבן אים ביים קידוש און די בחור האט זיך געהאט מיאוס אנגעשמירט, און סהאט אים זייער וויי געטון אז סאיז שוין דא אזאנס אויכעט ביי א בחור וואס האט געלערנט אין ישיבה.
ער האט געענדיגט מיט א תורה וואס ער האט געזאגט ביי די אפשערן פון ר' שמעון זאב, אויך עפעס וועגן די קדושה פון די פיאות, אז פיאות און בארד איז קעגן די י"ג מדות של רחמים, און די פיאות איז ה' ה' קודם שיחטא, ווייל פיאות האט מען ווען מאיז נאך א קטן און סאיז קודם שיחטא. עפעס האט ער מיט דעם אריינגעטייטשט אין ויגש אליו יהודה.
נאך די דרשה האט מען אויסגערופן יצחק מארקאוויטש, אבער רוב עולם איז שוין געגאנגען עניוועי, סאיז געווען ביטער שפעט, אזויווי יעדעס יאר.
תוקן על ידי - כל_העולם - 08/01/2006 15:25:57
 |
|
|