כפ"י - כ'לי פ'ה י'ד
היינט ביי ש"ס האט דער רב שליט"א ווידער געשטורעמט איבער די שרעקליכע גזירה קעגן מציצה בפה.
אינמיטן האט די רב געזאגט זייער א שיינע רמז, ער האט נאכגעזאגט די ווארט פון ר' שמשון פון האסטארפאלי זי"ע אויף די פסוק פון פר' תצוה ביי די מעיל "שפה יהיה לפיו סביב מעשה אורג, כפי תחרא יהיה לו לא יקרע", זאגט ר' שמשון אז די ווערטער ל'פיו ס'ביב מ'עשה א'ורג איז די ר"ת פון די נאמען פונעם שטן, און די ווערטער ת'חרא י'היה ל'ו ל'א י'קרע איז די ר"ת פון די נאמען פון זיין ווייב, און ווען די צוויי קומען זיך צוזאם איז גרויסע צרות פאר די אידן, און נאר די ווארט "כפי" האלט זיי אפ פון זיך צאמקומען.
האט די רב געזאגט אז סקען זיין אז די ווארט כפי איז מרמז אויף מצות מילה, וואס פון די מצוה האבן אידן כח צו האבן מסירות נפש, און מצות מילה האט דריי חלקים, חיתוך פריעה און מציצה. חיתוך דארף זיין מיט א כלי, פריעה מיט די יד, און מציצה מיט די פה, דאס איז די ר"ת פון כ'לי פ'ה י'ד. און נאר ווען ממאכט מציצה בפה דעמלאטס האלט די מצוה אפ די ס"מ פון זיך טרעפן מיט זיין ווייב.
|
|