בית פורומים כל העולם כולו

חאמאס זיך אריין געכאפט ביי אנשי שלומינו?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2006 07:43 לינק ישיר 
חאמאס זיך אריין געכאפט ביי אנשי שלומינו?

איך האלט אז מ'טאר זיך נישט לאזען פארפירען פין די חאמאס פארפירער, וואס שטייען אויבען ביים שטייסעל, אין פירען אינז ארים ווי פיינע שעפעלעך.
ווען אינז וואלט מיר געהאט נארמאלע באזעסענע פירער, וואלטען מיר שוין לאנג געהאלטען אסאך ווייטער.
אבער אזוי ווי עס ווערט יעצט געפירט פין ווילדע חאמאסניקעס, ווי למשל, י. ר"ב, ש. א"ל, אא"וו, אין דא אויף היידפארק פין אזעלכע עקסטרימיסטען ווי ווארהייט, אויסשווארץ, בא לל.,אא"וו., וועלען מיר גאנץ זיכער נישט אנקימען צי ווייט אין צי שנעל.

איך וועל אייך געבען איין דוגמא, לעת עתה האבען מיר נישט קיין מוסדות אין וויליאמסבורג פין 13 יאר אין אראפ, די זאלי מוסדות זעהט שוין נישט אויס ווי מען וועט עפעס האבען דערפון, אין ווי לאנג אינז וועל מיר זיך בויען קען נאך נעמען ווער ווייסט ווי לאנג, נאך דערצו ווען אסאך פין אינז, (אין איך אויך), זענען שוין באקוועם אין אנדערע מוסדות.
פארוואס איז דאס אזוי? ווייל מען האט געהאנדעלט ווילד, מען איז געלאפען אין קארט אן א חשבון, דער עיקר אינז צי איינרעדען אז מען האלט ערגעץ.
וואס וואלט מען געדארפט טין: זיך אראפ זעצען מיט זיי, אין פארהאנדלען, אזוי ווי יעדע קא. וואס ציטיילט זיך, נעמן א פאר בילדינגס, אין זיך בויען ווייטער אין נישט צירוק קיקען.
אין אזוי ביי יעדע זאך ממש.
אינז דארף מיר זאגען:
געניג זיך געלאזט פארפירען, מען דארף נייע ראשי הקהילה, וואס זאלען ציגיין צים ענין ווי צי א ביזנעס, אין טרייען צי ראטעווען וואס מען קען נאך!
עס איז שוין טאקע אביסעל שפעט, אבער עס איז נאך אלס בעסער ווי קיינמאל.

יא איך ווייס, באלד גייען קימען די עקסטרימיסטען דא אין שרייען: די ביסט א זאלי די ביסט דער אדער יענער.
דארף מען געדענקען, אז זיי זענען עקסטרימיסטען, וואס האלטען נישט ביים נאך געבען אן אינטש, אין וועגען דעם האבען מיר גארנישט.
די קינץ איז נישט נאר צי נעמען, מען דארף וויסען ווען צי געבען.
ווייל איך טראכט מיט א שכל הישר, בין איך נאך נישט א זאלי וועגען דעם.
אין איך ציקראץ מיך נישט ווען מען ריפט מיר אן פארשידענע נעמען, ווייל איך ווייס אז דער אמת איז מיט מיר.
אדרבה, קיקטס אן דעם מצב, אין איבערצייגט אייך אליינס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 07:47 לינק ישיר 

הייסט די ביסט געווען די זאלי שרייבער וואס האט געשיקט די בריוון און ק"י אקעגן ר' יצחק רויזענבערג

תוקן על ידי - אלעסאמת - 10/01/2006 7:48:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 07:51 לינק ישיר 

שיקט דעם מטורף אין שפיטאל אריין דחוף,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 07:52 לינק ישיר 

קיק אהער, געב מיך נישט א פארסטעמפעל אפ ווי א זאלי שרייבער אין פינישד.
אין ניין, איך בין נישט קיין זאלי שרייבער.
לאמיר דיבעיטען די ברענענדיגע אישא ווי מענטשען, אין זעהן ווער עס איז גערעכט.
איך מיין אז איך האב א סאליד טענה.

תוקן על ידי - ניו_יארק - 10/01/2006 7:54:46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 07:55 לינק ישיר 

איך האלט נישט אז איך בין א מטורף, פינקט אזוי ווי איך האלט נישט אז די ביסט.
האב איך נישט ארויס געברענגט א ריכטיגע פונקט?
אז די האלטס אנדערש, אדרבה זאג פארוואס, אפשר וועל איך מיר טוישען די מיינד.
אבער נישט שריי סתם אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 07:59 לינק ישיר 

די ערשטע זאך איז קיינער האט נישט ליב צו דיבעיטן מיט א פאלטשער ניק אז די וועסט קימען גהעריג מיט דיין זאלי ניק וועט דער עולם גיין מיט דיר און א דיבעיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 08:00 לינק ישיר 

איך בין נישט דיין בר פלוגתא, אבער דיין קעפל ווי כאמאס אויף מסירת נפש עסקנים, ווייזט קלאר ווער די ביזט,

די מעגסט האלטן אז מען דארף ענדערש בויען פאזאטיוו ווי נעגעטיוו, וואס איך וויל יעצט נישט דיסקאסען מיט דיר, אבער באשולדיגן אין עקסטימיזעם אדער כאמאסניקעס, איז א סימן וואו די באלאנגסט,

קענסט שוין זוכן א נייעם ניק,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 08:06 לינק ישיר 

פין ווי ווייסטו אז די ווייסט דעם אמת?
האסט עס שוין איבער געזאגט א פאר מאל, האסט עפעס פרוף?
אין פין ווי ווייס איך, אז די האסט נישט נאך א זאלי ניק?
איך האלט אז די האסט יא נאך א זאלי ניק, אין די דרייסט דיך דא אלס א שפיאן.
אויך, מיט דיין ארויס ברענגען דא דיינע פאלשע השערות, (ווייל די ווילסט דא אויסזעהן געטריי), פארדרייסטו דעם אשכול פינעם נושא, וואס איז אקעגען די תקנות.
האסטו עפעס א מיינונג אין דעם נושא, דעמאלסט ענטפער צי דער זאך, אין אז נישט, מיזטו דיך נישט אלס אנריפען.
א גיטע נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 08:09 לינק ישיר 

דאס איז טאקע דער דיסקאשען, צי זיי זענען מסירת נפש עסקנים, צי זיי זענען חאמאס!
איך האלט אז חאמאס, אין ש"ע יוכח.
אז די האלטס אנדערש, זאג פארוואס, אין פארענטפער זייערע ווילדע שטיק.
געדענק, אמעריקע איז ארויס געקימען פין א רעוואלוציא, נישט פין נאך גיין בלינדערהייט די בריטישע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 08:30 לינק ישיר 

ניו יארק און דיינע ווערטער ליגט דער תירוץ
(געדענק, אמעריקע איז ארויס געקימען פין א רעוואלוציא, נישט פין נאך גיין בלינדערהייט די בריטישע. )

ווער עס האט נאך די צעטלך וואס ניו יארק האט געשיקט און ק"י פאר די וואלן א קעגן ר' יצחק רויזענבערג זאל עס ביטע פאסטן

איך האב עס געזיכט אויף חדשות אנש ס'איז שוין אויס געמעקט דארט

תוקן על ידי - אלעסאמת - 10/01/2006 8:30:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 09:02 לינק ישיר 

איך בין בדעה אחת מיט ניו יארק.

דהיינו: איך בין אן אהרוני בלב ונפש,

אבער דער הייליגער רב שליט"א איז א מנובל, א פירער/פארפירער וואס פארשעמט סאטמאר און מאכט אן א שרעקליכן חורבן הדת. אלע נארמאלע מענטשן, חוץ די חאמאס פירער ווארהייט, אויסשווארץ און יצחק ראזנבערג, האלטן אזוי, דאס איז דאך פאקטן.

ר' מענדל שווימער איז דער קלארער געווינער פון די וואלן אין קרית יואל, מיר אהרונים דארפן איינזען די מציאות, מען קען זיך נישט פאפן.

די אהרונים זענען אלע שעפסן וואס גייען בלינד נאך זייערע פירער, אלע אהרונים ווייסן דאס. טא, פארוואס אפילו זיך איינרעדן אז ס'איז נישט אזוי.

דער רבי שליט"א האט באשטימט ר' זלמן לייב אלס זיין יורש, און דער רב שליט"א איז א בן סורר ומורה, וואס האט איין ציל, יורד צו זיין לחייו פון רבי'ן, און אים אונטערגראבן און הרג'ענען.

דאס גיין אין ערכאות איז א שרעקליכע עוולה. לאמיר זיך אנקוקן, ווער זענען די מתירים י.ה. סופר? ג. בערקאוויטש? ש. זאבעל? מיר זענען א געלעכטער אין דער וועלט מיט אזעלכע מתירים. די דיינים און רבנים פון די זאליס זענען דאך אנערקענט אין די גאנצע וועלט, און אז זיי האלטן אז מיר זענען מוסרים זענען מיר מוסרים.

מיר אהרונים זענען פארפוילטע און פארדארבענע יונגען, מיר זענען ציונים, מיר זענען אלע אפגעפארן פון אידישן וועג. אפן וועלן מיר דאס נישט מודה זיין, אבער יעדער ווייסט אז באהאלטענערהייט אין אונזערע הייזער עסן מיר נבילות וטריפות, מיר זענען מחלל שבת און אסאך פון אונז זענען באהאלטענע קריסטן. איך בין א הייסער אהרוני, אבער איך שעם מיך נישט מודה צו זיין דעם אמת.

דער בלאט ווערט אנגעפירט דורך משכילים, וועלכע האבן געלערנט אין די גרעסטע אוניווערזיטעטן. ווי יעדער ווייסט איז שמואל ווידער נישט קיין אנדערער ווי דער לץ און כופר בעיקר שלום עליכם, קיינער לייקנט דאס נישט. יעדער ווייסט אויך אז אלע בלאט שרייבערס גייען אן קאפלעך און זענען פורקי עול. די גאס ווייסט דאס טאקע נישט אבער איך רעד דאך נאר צום היימישן ציבור, אהרונים, וואס מיר אלע זענען ליידער באקאנט מיט די ביטערע פאקטן.

טראץ די אלע "פאקטן" בין איך א הייסער אהרוני, און כ'ווער נישט באצאלט דורך משה גבאי צו מאכן פראפאגאנדע צווישן די אהרונים.

(די אויפקלערונג איז געשיקט געווארן נאר פאר געציילטע מענטשן מאנ"ש, און עס ליגט א גרויס אחריות אויף די אלע מענטשן אז ס'זאל נאר בלייבן פנימי און ח"ו נישט אנקומען צו די זאליס)

תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/01/2006 9:11:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 14:36 לינק ישיר 

גוטזאגער
אוי ווי גוט דו זאגסט... דרייניטץ האט ארויסגעשלעפט זיין נעקסטע ניק פון בארהעלטעניש, נאך וואס מהאט חוסם געווען שלמה המלך/נארמאל, אבער יעצט גייט ער שפילן אהרוני...
דו מאכסט מיט אים גוט סדר... A-1!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 15:31 לינק ישיר 

אפש רווייסט איינער וואס גייט פאר ביי די זאליס אז זיי פארפירן שוין ווייטער פאר שלום?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 18:06 לינק ישיר 

OK גיטזאגער:
אמת די זאגסט טאקע זייער גיט, אבער לאמיר עס צילייגען אויף טעלערלעך, אין זעהן וואס איז אמת, אין מיט וואס די פיקסד מיך גיט צי.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס די דארפסט מיך ציפיקסען, איך מיין דאך נאר לטובת אנשי שלומינו, איך פארשטיי אז די האלטסט אנדערש, נו קענסט דאך זאגען דיין מיינונג אן מיך ציפיקסען, אין אן שקרים.



"איך בין בדעה אחת מיט ניו יארק." :

אמאל יא, אין אמאל נישט.

"דהיינו: איך בין אן אהרוני בלב ונפש,":
אמת.

"אבער דער הייליגער רב שליט"א איז א מנובל, א פירער/פארפירער וואס פארשעמט סאטמאר און מאכט אן א שרעקליכן חורבן הדת.":
שקר שקר, איך ווייס נישט ווי אזוי די האסט נישט מורא צי שרייבען אזא זאך, איך האלט אז די מיסט דא איבער בעטען דעם רב ברבים.


"אלע נארמאלע מענטשן, חוץ די חאמאס פירער ווארהייט, אויסשווארץ און יצחק ראזנבערג, האלטן אזוי, דאס איז דאך פאקטן.":

קיינער האלט נישט אזוי ביי אינז.

"ר' מענדל שווימער איז דער קלארער געווינער פון די וואלן אין קרית יואל, מיר אהרונים דארפן איינזען די מציאות, מען קען זיך נישט פאפן.":

שקר.

"די אהרונים זענען (אלע) שעפסן וואס גייען בלינד נאך זייערע פירער, (אלע אהרונים ווייסן דאס). טא, פארוואס אפילו זיך איינרעדן אז ס'איז נישט אזוי.":
אמת, דאס איז פינקטלעך מיין פוינט , אבער נישט יעדער ווייסט דאס, אין וועגען רעד איך דערפין.

"דער רבי שליט"א האט באשטימט ר' זלמן לייב אלס זיין יורש, און דער רב שליט"א איז א בן סורר ומורה, וואס האט איין ציל, יורד צו זיין לחייו פון רבי'ן, און אים אונטערגראבן און הרג'ענען.":
שקר.

"דאס גיין אין ערכאות איז א שרעקליכע עוולה. לאמיר זיך אנקוקן, ווער זענען די מתירים י.ה. סופר?( ג. בערקאוויטש? ש. זאבעל?) מיר זענען א געלעכטער אין דער וועלט מיט אזעלכע מתירים. די דיינים און רבנים פון די זאליס זענען דאך אנערקענט אין די גאנצע וועלט, און אז זיי האלטן אז מיר זענען מוסרים זענען מיר מוסרים.

מיר אהרונים זענען פארפוילטע און פארדארבענע יונגען, מיר זענען ציונים, מיר זענען אלע אפגעפארן פון אידישן וועג. אפן וועלן מיר דאס נישט מודה זיין, אבער יעדער ווייסט אז באהאלטענערהייט אין אונזערע הייזער עסן מיר נבילות וטריפות, מיר זענען מחלל שבת און אסאך פון אונז זענען באהאלטענע קריסטן. איך בין א הייסער אהרוני, אבער איך שעם מיך נישט מודה צו זיין דעם אמת.

דער בלאט ווערט אנגעפירט דורך משכילים, וועלכע האבן געלערנט אין די גרעסטע אוניווערזיטעטן. ווי יעדער ווייסט איז שמואל ווידער נישט קיין אנדערער ווי דער לץ און כופר בעיקר שלום עליכם, קיינער לייקנט דאס נישט. יעדער ווייסט אויך אז אלע בלאט שרייבערס גייען אן קאפלעך און זענען פורקי עול. די גאס ווייסט דאס טאקע נישט אבער איך רעד דאך נאר צום היימישן ציבור, אהרונים, וואס מיר אלע זענען ליידער באקאנט מיט די ביטערע פאקטן.

טראץ די אלע "פאקטן" בין איך א הייסער אהרוני, און כ'ווער נישט באצאלט דורך משה גבאי צו מאכן פראפאגאנדע צווישן די אהרונים.

(די אויפקלערונג איז געשיקט געווארן נאר פאר געציילטע מענטשן מאנ"ש, און עס ליגט א גרויס אחריות אויף די אלע מענטשן אז ס'זאל נאר בלייבן פנימי און ח"ו נישט אנקומען צו די זאליס) "


ביסטו פאריקט?!
וואס האקסטו מיר אין קאפ מיט נארישקייטען אין מיט שקרים!



איך פארשטיי אז די ווילסט שפילען ריווערס סייקאלידזשי ווייל די טראסט מיך נישט, וועגען דעם זאג איך דיר, אז איך מיין עס גאר ערענסט.

אין לייג מיר נישט אריין ווערטער אין מויל אריין.

אגב, פין דיין סטייל פין שרייבען, זעהסטו אויס צי זיין, ווארהייט, אין איך האב דאס טאקע ערווארטעט פין דיר.

אבער איך בעט דעם עולם, ספעציעל די טויזענטער לייענער, אז איר מיינט דעם עכטען כבוד פין רב שליט"א, דעמאלסט לאמיר אנפאנגען עפעס צי טין, אין טאקע ווי שנעלער!

תוקן על ידי - ניו_יארק - 10/01/2006 18:12:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 19:01 לינק ישיר 

נוי יארק

זיי מיר ביטע מסביר

וואס האבן מיר גע'קענט באקימען אן גיין אין קארט????
זיי האבן דאך גארנישט געוואלט געבען!!
וואס איז דיין פארשלאג???

מען האט דאך זיי געריפן צי דין תורה אין זיי האבן דאך נישט געוואלט קימען???!!!!

תוקן על ידי - שלום_משה - 10/01/2006 19:16:36



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 19:05 לינק ישיר 

ניו יארק
איך נעם דיך היינט אויף פאר ראש הקהל,
לאמיר הערן דיין פלאטפארמע, וואס פאר
א טשענדזשעס וואלסטו געארדערט אין קהל?
לייג פאר דיין בלאפרינט פאר א דויערהאפטיגער
שלום, וואס וואלסטו גלייך נאכגעגעבן?
וואס ביסטו גרייט צו פארהאנדלען?, און איז דא
עפעס וואס דו וואלסט בשום אופן נישט נאכגעגעבן?.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חאמאס זיך אריין געכאפט ביי אנשי שלומינו?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext