בושות ביי יואלי גאלד תנאים
נעכטן נאכט ביי יואלי גאלד'ס תנאים ביים רבין אין שטוב, איז געווען גרויסע בושות פאר ר' זלמן לייב'ן
פאר עפעס א סיבה האט משה גבאי באשלאסן צוצופיקסן ר' זלמן לייב'ן, אדער האט ער שוין אליינס געגלייבט אז ער איז יא א תלמיד חכם...
בקיצור, אינמיטן די תנאים האט זיך משה הויעך אנגערופן און מכבד געווען ר' זלמן לייב'ן צו "זאגן תורה" !!!
נו, מער האט אים נישט געפעלט... ר' זלמן לייב האט זיך דאך אוודאי געהאט פארגעקוקט א תורה אזוי ווי דער חתן קוקט זיך פאר דאס פשט'ל... ער האט זיך גענומען ווארפן קאלירן, און זיך געטרייט ארויסצודרייען פון זאגן, אבער משה האט נישט נאכגעלאזט, און שטיל געמאכט דעם עולם, אז "דער רב גייט זאגן תורה"...
ענדליך האט ער אנגעפאנגען צו שטאמלען עפעס ווערטער, דער פסוק זאגט וכו', אבער נאך אפאר מינוט האט ער זיך פארהאנקערט און נישט געקענט ווייטער זאגן...
משה האט זיך גענומען שרייבן הויעך: "ברענגט א חומש פאר'ן רב"... !!!!
בקיצור, עס איז געווען חרפות און בושות...
צו ר' זלמן לייב'ס שלימזל זענען געווען דארט אסאך אהרונים (יואלי האט גערופן אלע זיינע אלטע חבירים פון זיין יוגענט, אריינגערעכנט ארונים) וועלכע האבן מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה און די בושות זענען געווען אין לשער
תוקן על ידי - ווארהייט - 10/01/2006 21:54:33
תוקן על ידי - כל_העולם - 11/01/2006 0:27:49
 |
|
|