| נשלח ב-15/1/2006 19:17 |
|
| |
ארויני שרייבער געזיכט גיט באצאלט
דאס שרייבט דרייניטץ און אנדער פורום 6:2 נשלח ב 15/1/2006 DRYNITZ הגם איך שרייב זייער ווייניג לעצטענס, ממילא איז מיין מיינונג נישט בינדענד אויף די מנהלים, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. אויסשווארץ איז אן ארויני וואס איז גרייט צו זאגען אפען זיין אמת'ן מיינונג אפגעזעהן פון די קאנסעקווענצען פאר זיין פארטיי. זיין מיינונג איז די מיינונג פון ר' אהרן, פון ר' שלום לעזער, פון ר' דוד בעריש און זייערע קינדער (חוץ פון הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א). איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער ציהל פון שרייבען אויף היידפארק איז פאר יעדען איינעם, מן הסתם האט יעדער איינער אנדערע סיבות און חשבונות, אבער דאס איז זיכער אז פון די הויפט בענעפיטען איז אז מען קען אפווארפען די ארוינישע דמיונות און מעשיות וואס מיט זייער געוואלדיגען כח אין פראפאגאנדע האבען זיי ביז היידפארק געהאט א פרייען פעלד צו פארקויפען פאר די מאסען וואס עס האט זיך נאר געגליסט פאר זיי, און מיט הייד פארק איז דאס אפגשטעלט געווארען אדער לכה"פ אפגעשוואכט געווארען. פאר אונזער עולם האט אנגעהויבען צו שרייבען אויף היידפארק, האבען זיי געהאט א מוראדיגען עדווענטעדזש אין די פאבליק רילעישענס ביים חרידישען ציבור בכלל און ביים סאטמארען ציבור בפרט. ווען מיר האבען אנגעהויבען אפצווארפען זייערע שקרים און דמיונות האבען מיר אוועקגענומען זייער געווער און דאס גענוצט קעגען זיי, און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס רוב פון אונזערע שרייבערס האבען אנגעהויבען צו שרייבען דא און צוריקצושליידערען די חיצים ובליסטראות וואס זיי האבען געווארפען און עס איז מקויים געווארען "בדבר אשר זדו עליהם".
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 19:26 |
|
| |
דאס איז וואס ער שרייבט דארט ווייטער אז מוועט דארפן דינגען אן ארויני שרייבער פארשטייט זיך אליינס אז דאס קען נאר געשעהן ווען דער צד שכנגד זאגט אויך זייער מיינונג דאן קענען מיר דאס אפענטפערען און מקיים זיין דעם פסוק ומאמר החכם "ואשיבה חורפי דבר, איך וועל אפענטפערען אין זיבעטען ריפ אריין". אויסשווארץ ערפיהלט דא אויפען פורום דעם צורך, ווען ער וואלט נישט דא געווען וואלטען מיר געדארפט דינגען אן ארויני צו ערפיהלען דעם חסרון, מען קען נישט רעדען צו זיך אליינס א גאנצען טאג, און אויך נישט מיט מענטשען וואס האבען דעם זעלבען מיינונג. ער ערפיהלט זיין תפקיד בשלימות ווייל ער האט נישט קיין שכל אז פארען כבוד פון זיין פארטיי און ר' אהרן זאל ער זיך האלטען דעם מויל אביסעלע פארמאכט און נישט זאגען פונקטליך אלעס וואס די ארוינים שמועסען צווישען זיך. דעריבער איז מיין מיינונג אז מען זאל איהם נישט חוסם זיין פארקערט מען זאל איהם געבען חיזוק וישמעו רחוקים ויבואו און זאל די גאנצע וועלט זעהן און הערען וואס אן ארויני האלט און ווי נידעריג דער "פארפירער" האט פארפירט זיינע נאכשלעפערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 19:30 |
|
| |
ערעב איד,
we are passed this stage
איך בעט אייך שלעפ נישט נאכאמאל אריין די משוגעת'ן אהער, מ'האמיר געהאט די והותר ביים גרינדונג.
איך בין זייער צופרידן מיט די הצלחה פונעם פורום, איך וואונטש אלע אנדערע פורום'ס הצלחה רבה, אונז זעמיר נישט קיין קאמפעטישן מיט קיינעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 19:34 |
|
| |
Ok נעם עס אראפ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 21:27 |
|
| |
13Hooper האט זייער גיט צוריק גענטפערט אין דעם פורום המקללים וז"ל:
13:6 נשלח ב 15/1/2006 13Hooper
אזוי ווי עטץ האטס מיך עטליכע מאל געבעטען אין אישית צי קימען שרייבען דא, וועל איך פין מאל צי מאל שרייבען אלס GUEST WRITER
דרייניץ
איך פארשטיי דיך נישט פארוואס די ברויכסט האבען אויף דעם פורם אהרונים ווייל מען קען נישט רעדען צי זיך אליין
עטץ זענטס דען אינטערסירט אין א נארמאלע דיסקאסיע ווי מען קען רעדען ווי נארמאלע מענטשען איינער צים אנדערען , ניין !! עטץ זענטס בעיקר אינטערסירט צי שעלטען ר' אהרן אזוי ווי עטץ פלעגטס שעלטען דעם רבין שליט"א הי"ו אלע יארען , אין ווער עס קען שעלטען מיט א העכערען קול ובפרט טאמער ער קען נאך אריין ווארפען קללות אריין געמישט מיט אביסעלע מנוולות הרי זה משובח
בלעם ווען ער האט געוואלט שעלטען די יודישע קינדער האט ער נישט אינווייטעד די יודען אז זיי זאלען קימען אויסהערען זיינע קללות, ער האט זיך אויפגעשטעלט אויף א בארג מיט זיינע אלטע שונאים מיט וועמען ער האט לעצטענס שלום געמאכט אין געשריגען בקול גדול. אין זענען נסהפך געווארען לברכה כן יעזור ה'
די זאגסט אז עטץ האטס אנגעהויבען שרייבען אויף הייד פארק אפציענטפערען די פאבליק רעלעשען וואס די אהרונים האבען געהאט אן אויבערהאנט, עס איז נישט דא ווער זאל לאכען , איך זעה איינזאך אז די פארשטייסט פארוואס די אהרונים האבען געברויכט ארויסקימען מיט דעם בלאט אין פארוואס עטץ האטס עס געוואלט אסרן אין עס האט זיך ב"ה נישט איינגעגעבען
ביי יעדער עפעל בוים טרעפט זיך א שלעכט עפעלע אין איך בין מודה אז ביי אינז איז אויך געווען א יחוד מיטן נאמען אויסשווארץ וואס איז אלעמאל געווארען פארדאמט ביי אהרונים ביז ער האט זיך געטראפען א זייער באקוועם פלאץ דא אויף ענקער פורם אינאיינעם מיט יוסף90, איחודמעמבר, KJfireman, קרןהתורה13, כשריקע
געב איך מיין וואט אז מען זאל עיהם יא דא האלטען אין נישט עיהם חוסם פין ענקער חשובען פורום המקללים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 21:45 |
|
| |
את חטאי הנני מזכיר היום,
פון מאל צו מאל כאפ איך א בליק אין דעם פורום המקללים -ווי מען רופט דאס-, דאס איז די זאלונישער שעלטער פורום, וואס יעדע צווייטע ווארט דארף זיין אדער א קללה אדער א מנובלות, און וואס זאל איך אייך זאגן, מתוק מדבש!!!!!
איינער וויינט אז מען שלאפט דארט, א גאנצע אשכול איז געווידמעט צו מען זאל יא חוסם זיין א געוויסן שרייבער צו נישט, אלזא א מורא'דיגער אינטרעסאנטער פורום...
דרייניצ'ל, רעדט צו זיך אליין, הוא מותיב לה והוא מפרק לה, א גאנצער אשכול וואס אלע תגובות איז פון... דרייניץ. ער שרייבט, און פרעגט זיך אפ, און ער פארענטפערט זיך וויטער, אזוי שפילט ער זיך מיט זיך אליין, יא, אסאך פאן...
אבער איין הערה וויל איך יא מאכן, דער דרייניץ'ל שרייבט אז דער אהרונישער פראפעגאנדע איז אפגעהרגעט געווארן אבער כאטש אפגעשוואכט, וואלט איך עם אביסל אנגעלאדענט אהער צו כאפן א בליק, (זעלבסטפארשטענדליך בגניבה, ווייל ער האט דאך אזוי פארפירט אין אישי אקעגן אונזער פורום, קען ער דאך נישט קומען דא לעיני השמש), און זען דעם חילוק פון א עכט היימישער אפענער געלונגענער פורום, צו א נארישן אויסגעדראשענער פורום, דרייניץ, נישט דער נאמען מאכט דעם פורום, צו עס הייסט חדשות אנש, צו עס הייסט חדשות אנש סאטמאר, צו עס הייסט כל העולם כלו, נישט דער נאמען גיט הצלחה פאר א פורום, די הצלחה איז פון די שרייבערס און פונעם סטייל פון די שרייבערס, דרייניץ גיב א קיק, די זאלונים אין דין פורום, קענען נאר שעלטן און שרייבן שקרים אן קיין שום הוכחות, (יא, פארגעסען יוסעלעס אישי הוכחות, ווען קיינער זעט נישט...) ווידער דא איז א נורמאלער פורום, מען קען האבן מיינונג פארשידנהייטן, אבער מען שרייבט מיט אינטעליגענץ, מען שרייבט נארמאל, מען ברענגט קאפיעס אויף הוכחות, מען שרייבט פאקטן, נישט קיין זיכערע שקרים אויסגעטראכטע מעשיות, און אפילו אויב האט עמעצער האט פראבירט דא צו באקן א מעשה אויף ר' זלמן לייב האבן עם די אהרונים גלייך געבעטן אויפצוהערן ווייל נישט דאס איז דער ציל פון אונזער פורום,
און דאס איז דער סוד פון אונזער הצלחה.
יעצט קענסטו ווייטער וויינען... און קענסט מיר ענטפערן מיט דיין אנדערן ניק...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 00:57 |
|
| |
דרייניטץ אויב מיינסט עס אמתדיג קען מען שמועסן...
אבער איך דארף קעש, נישט קיין שקל, נישט קיין שקל שלם, איך דארף גרינע.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:56 |
|
| |
יענקעלע
שקל, אויב זיי נעמען דיך נישט אן, קענסטו ביטע איינגעבען מיין נאמען?
|
|
|
|
|