|
|
| נשלח ב-22/1/2006 20:16 |
|
| |
גרויס כבוד פאר סאטמארע רב!
נעכטן איז געווען די גרויסע התאחדות ביי הרב קאפעלמאן, די רב שליט"א איז געזעסן די צווייטער נאך הרב קאפעלמאן כמעט די גאנצע מסיבה. אויך ביים טאנצן איז די סאטמארע רב געווען פון די איינציגסטע וואס זענען ארייגענומען געווארן דורך הרב קאפעלמאן אין די קליינע רינג פון חשובע רבנים.
מער פרטים וועל איך שרייבן שפעטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 20:29 |
|
| |
ראזענוואסער ווייסט שוין דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 22:12 |
|
| |
אנטווערפן רב פארדרייט אביסעל די מעשה.
געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען.
הרב קאפלמאן שליט"א איז געטאנצען מיט ר' דוד שוסטאל, און גערופען נאך א תורה פיגור טאנצען.(איך האב פארגעסן זיין נאמען. איך מיין אז הרב הורוביץ, אבער נישט זיכער.) אבער הצד השווה שבהן אידען פונעם פריערדיגען דורת און גרויסע מרביצי תורה.
ר' אייזיק גאדינגער האט באמערקט די חרפה, און געוואונקען פאר ר' זלמן אויך ארויפקומען און מיטטאנצען מיט די רינג. ער האט דארט אויסגעזעהן ווי א יון אין די סוכה, וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 22:25 |
|
| |
עס מוז זיין אז אנטווערפן זאגט אמת
ווייל כידוע רב קאפעלמאן איז שטארק מכבד תלמידי חכמים, ממילא מוז די מעשה זיין אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 02:05 |
|
| |
ווארהייט, איך פארשטיי נישט. דו זאגסט ביי מיסטעיק דעם אמת? אדער דו שטעלסט זיך נישט אפ פון מבזה זיין אפילו אזא גדול בישראל ווי הרב קאפעלמאן ווייל ער טוט זאכן וואס געפעלן דיר נישט?!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 02:29 |
|
| |
פאראיאר האט דער נאראלער רב איבערגעגבן זיין זיץ פאר ר' זלמן, אבער היי-יאר האט ער עס נישט געוואלט איבערגעבן,
קוקט אויס אז דער טיפ פאראיאר האט נישט געדעקט דעם בזיון צו זיצען נאך ר' זלמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 02:35 |
|
| |
הרב קאפעלמאן שליט"א האט היינט געזאגט פאר איינער פין די עלטערן פין א חשובע תלמיד זיינער אז זלמן לייבס אויבנאן זיצן האט ארויסגעהאלפען דעם צדקה אקציע פאר די ישיבה ווייל די עלטערן האבן געזעהן וויאזוי מען קוקט אויס אז מען לערנט נישט.......
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|