בית פורומים כל העולם כולו

רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2006 20:25 לינק ישיר 
רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??

רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??

•איך שטיי אויף צופרי איך קום אן אין ביהמ"ד איך גיי נעמען א קאווע צוויי מענטשן(אויב מעג איך זיי אנרופען מענטשן)שטייען מיט ציגארעטן און פארויכרן דאס גאנצע פלאץ ממש נישט צום אויסהאלטן

•גיי איך און מקוה ווייטער איינער האט זיך געזעטץ לעבן מיר מיט א ציגארעט

•גיי איך און ביהכ"ס זעטץ זיך איינער און די נעקסטע ביהכ"ס מיט א ציגארעט און פארויכרט דאס גאנצע ביהכ"ס ממש נישט צום אויסהאלטן

•איך האלט דאס איז נישט א נארמאלע זאך אז איר ווילט כאפן א ציגארעט גייט און גאס איך און נאך מענטשן דארפן נישט ליידן

•א חוץ וואס עס איז קעגן דעם געזעץ

•זאל יעדער דא זאגן זיין מיינונג איבער דעם



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2006 20:28 לינק ישיר 

דו קלערסט אז עס וועט זיך אפירזוכן אפילו איינער דא וואס זאל ערקלערן אז דאס איז "נארמאל"?! די פראגע קען זיין וואס מען דארף טאן פאר אזא איינעם וואס טוט אזא נישט-נארמאלע זאך, אבער הכל-מודים אז דאס איז נישט קיין נארמאלע זאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2006 22:56 לינק ישיר 

יא דאס איז נאראמל.
אגב, אין וועלכע מקוה גייסט דו וואס מ'רייכערט? איך זוך אזא מקוה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2006 23:16 לינק ישיר 

נישט נארמאל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2006 23:32 לינק ישיר 

ווען ווערט א זאך "נארמאל" ?

וויפיל מענטשן דארפן עס טון אז עס זאל אנהייבן ווערן "נארמאל" ?

אויב וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט באגעגנסטו זיך מיט נישט נארמאלע מענטשן, וואס איך גלייב אז נישט דער זעלבער מענטש לויפט דיר נאך איבעראל, דאן דארפסטו זיך ערנסט איבערטראכטן אינעם אפטייטש פונעם ווארט "נארמאל"...

לענינינו.

עס איז זיכער אז עס זענען דא א געוואלד מענטשן וועלכע פארטראגן נישט קיין ציגארעטלעך, און פאר א טייל פון זיי איז דאס גאר מסוכן (מער מסוכן ווי די דאקטוירים זאגן אלעמאל...).

עס איז אבער אויך זיכער אז עס זענען פאראן נאך אסאך מער מענטשן וועלכע דארפן האבן רויך צום אטעמען פונקט ווי לופט, און פאר זיי איז אוממעגליך צו גיין הכנות אדער אנגיין מיטן טאג אן א געזונטן ציגארעטל/פעקל צוויי.

אויב וואלט מען געמאכט וואלן דעריבער, בין איך נישט זיכער ווער עס וואלט געווינען [אייגנטליך בין איך יא זיכער...].

דער בעסטער וועג וואלט געווען צוצושטעלן פלעצער פאר ביידע, פאר די וואס קענען נישט אן דעם און פאר די וואס קענען נישט מיט דעם, אבער וויבאלד דאס איז נישט אלעמאל מעגליך, וואלט איך עס איינגעטיילט אין וועמען עס פעלט וויכטיגער אויס.

דער נישט רויכערער פארשטייט פונקט אזוי נישט דעם רויכערער, ווי ער טראכט אז יענער פארשטייט אים נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:01 לינק ישיר 

די אישו דא איז אויסדרוקליך נישט צי דער רויכערער טוט א "נארמאלע" זאך מיט'ן עצם רויכערן, וואס דערמיט קענסטו זאגן אז דער רויכערער און דער נישט-רויכערער פארשטייען ביידע אייניג נישט דעם צווייטן. די אישו איז אויך נישט וועלכע "תקנות" עס קענען און דארפן געמאכט ווערן פאר די וואס זענען עדיקטעט צום ציגארעטל אז זיי זאלן קענען במנוחה האבן זייער אזוי-וויכטיגן לופט צום אטעמען.
די אישו דא איז צי דער רויכערער טוט א "נארמאלע" זאך מיט'ן רויכערן אין א פּובליק פּלאץ וואו עס דרייען זיך צענדליגער מאל אזויפיל מענטשן וואס רויכערן נישט, און ווערן בא'עולה'ט דורך די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן פון זייער עדיקשאן און זענען מזיק זייער געזונטהייט מיט'ן רויכערן אין זייער געגנווארג.
לפי ראות עיני ולפי קט שכלי זע איך נישט וויאזוי איר קענט באטראכטן פאר "נארמאל" אזא טאט.

תוקן על ידי - סימןטוב - 23/01/2006 0:00:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 00:14 לינק ישיר 

דו האסט פארזען א שורה.

איך בין מודה אז דארט וואו עס איז מעגליך דארף זיך יעדער רעכענען מיטן צווייטן.

וואס טוט זיך ווען עס איז אוממעגליך ? אדער אפילו נאר א טירחא יתירה פאר ביידע זייטן ?

לדעתי ווענט זיך ווי שטארק דער רויכערער "גייט" באמת פארן יעצטיגן ציגארעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:36 לינק ישיר 

בא ללמד
וואס הייסט עס פעלט וויכטיגער אויס?

ווען פאר א סאך מענטשן איז דאס גאר מסוכן

פאר דער וואס רייכערט איז דאס אויך מסוכן די רבנים האבן שוין אמאל געשריבן דער וועגן עס איז דא אפילו א איסור דערויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:57 לינק ישיר 

אין קר"י איז אמאל געווען א קאמף דערקעגן
איז עפעס געווארן דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:02 לינק ישיר 

דער מענטש וואס האט עס אנגעפירט איז נישט צום געפונען באמת איז ער געקראכן אפילו אויף די נערווען פון די נישט רייכערערס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:35 לינק ישיר 

אין א פובליק פלאץ איז יעדער בארעכטיגט צו טאן ווי ער פארשטייט. וואס איז אנדערש די געראך פון ציגארעס ווי די געראך פון פארפיום פון איינער וואס איז נישט אזא חסידישע יונגערמאן, אדער די שמעק פון א וואך מקוה אן קיין טוש פון א גאר חסידישען יונגערמאן?
איך בין בדרך כלל גרייט צו בארעכענען מיט יענעם'ס געפילען אבער ווען ער פאדערט מיר צו שטיין אין א פראסטיגע קאלט צו א שלאקס רעגען פאר זיין באקוועמליכקייט האלט איך אז ס'קומט עם נישט. איך בין אויך א מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/1/2006 02:53 לינק ישיר 

וואסנייעס

גיי רייכער 9:15 אין חדר עקשטיין וועסטו אים שוין טרעפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 18:01 לינק ישיר 

מיך באדערט עס אויך איז דא עפעס א וועג עס אפ צושטעלן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 03:56 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז עס וועט עפעס אויף טאן ביז דערווייל היינט האט מען שוין גרייכערט און ביהמ"ד אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext