|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:10 |
|
| |
טשאפטער 11... ראדני "טשיף" שלש סעדות!
די שלש סעודת פונעם "קעטשאפ טשיף" ראביי ר' זלמן לייב איז נעבעך אנגעזעצט און איז פוחת והולך אז עס איז שוין באלד נישט מענטשען אז עס זאל נאך קענען ווערן וויניגער...
עס איז א ליצנות און בזיונות עצומות ווי אזוי עס קוקט אויס, ליידיג און פיסט, מען ציט יעדע וואך איין די שלש סעדות מען נעמט אראפ בענק, מען לייגט מער טישן, אבער עס העלפט א חרוסת, עס האלט יעצט די מצב אז טאמער עס וועט ווייטער אזוי אנהאלטן וועט עס האבן א סוף ווי די "הערליכע ריזיגע באטיילינגען פון טויזנטער מענשטן ביי די באטע" וואס האט געמיזט קומען צו ענדע צוליב די זעלבע בזיונות, און ר' זלמן לייב פראוועט מער נישט קיין באטע.
דאס איז אפאר פון די מעכטיגע מערכות וואס די זאלי'ס האבן אנגעהויבען צו טאן די לעצטע צוויי וואכן כדי אז דער עולם זאל רחמנות האבן אופען טשיף און קומען.
1) פאריגע וואך דערנערשטאג האט ר' נפתלי בלומענפעלד געהאלטן א דרשה אין קווינס ווי ער האט שטערנג געפאדערט אז יעדער בחור מיז גיין צו שלש סעודות.
..."איך שעם זיך צוזאגן אז עס איז נישט דא קיין 20 בחורים וואס גייען פון דא, צו וואס דארף מען א ישיבה אז אזא זאך זאל מען נישט קענען טאן פארן רב, פאר דעם דארף מען א ישיבה? איך מיין נישט ח"ו אלס חסידות צו די פארטיי איך מיין פשוט פארן רב'ס כבוד"
..."יעדער בחור וואס וועט גיין דארט וועט מען מכיר טובה זיין פאר אים, און ווער נשיט וועט מען עס געדנקען, עס אזי פון די היילגיסטע זמנים אינעם וואך דארף יעדער בחור דארט זיין ביים רב..."
האט ר' נפתלי געשטראמעט.
2) די זאליס האבן מפרסם געווען ריזיגע פאלאקאטען אין דער איד און אויף אלע גאסן, מען האט אהיים געשיקט מיט אלע קידנער צעטלען פון "ומקדשי תיראו" ווי מען בעט אז אלע קידנער זאלן קומען צום רב שלש סעדות ווי עס וועט זיין זייער שיין.
זיי האבן אנגעהויבען צו טיילן אומזינסט פאר אלע קינדער די טייערע סעפטי קארדס יעדע וואך, (וואס כידוע איז עס ביי די קינדער גאר א גרויס עסק), ווער עס זינגט העכער באקומט נאך א סעפטי קארד - נאך א פיקטשער פון א פייער לעשער טראק...
3) די זאליס האבן מבטל געווען מיט טעראר די שיעור קבוע פון די תשט"ז תורות פון מרן רביה"ר זי"ע, וואס גייט שוין אן 35 יאר כולם שוין לטובה.
טראץ די אלע זאכן העלפט עס גאר ווייניג און די מראה פון שלש סעדות איז ליצנות און בזיונות, יעדער אהרוני וואס וויל זיך מחי' זיין זאל עס גיין קוקן ער וועט שעפן רב נחת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:30 |
|
| |
איך האב זיך געוואונדערט אויף די ריזיגע פלאקאטן איבעראל פאר "מקדשי שביעי"...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 23/01/2006 22:28:57
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:30 |
|
| |
ווי איך הער איז די וואך ביי די תורה אינמיטען שלוש סעדות געווען אפגעשפארט אלע טירן פינעם היכל הבית מדרש.
נישט אריין און נישט ארויס.
ווייסט איינער א סיבה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:41 |
|
| |
yones69
צוויי זאכן
1}איך האב נישט ליב די קעפעל פין די אשכול
אין אויך נישט די קעפעל אויף די אשכול פין די קעטשאפ אויף רז"ל {ביידע האסטי געשריבען}
ווען מען עפענט "כל העולם כילו" אין מען זעט אזעלכע ווילדע קעפלעך מאכסט עס אויסזען זייער קינדעריש אין קריגעריש,
אינעם אשכול גייט מיר שוין נישט אן וואס די שרייבסט אבער די קעפלעך מיזען זיין נערמאל
2} גראדע האט ער ביי שלוש סעודות א יעדע וואך בערך 400-500 אידן
עס איז טאקע ווייניג, אבער עס איז נישט ליידיג
תוקן על ידי - שלום_משה - 23/01/2006 22:45:56
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:44 |
|
| |
שלום_משה
אז די וועסט דיך שטעלן ציילן וועסטי אסאך דארפן שוויצן אנציקומען צי די נומבער 400 ,אזויווי די שרייבסט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:50 |
|
| |
ער מיינט אז האט צעווישן 400 און 500 מענטשן...
וואס איז א גאנצער שקל שלם.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:53 |
|
| |
שלום משה הני טעמי דקעפעל הני טעמא ד400...
ר' זלמן לייב האט נישט קיין פיר הינדערט מענטשן אפילו די רעכסנט פאר יעדעם זיינע צוויי הענט און פיס.
אפשר מיט אלע קינדער און בחורים מיט נשמות האט ער 300.
גראדע האב איך נישט ליב דיינע קעפלעך און תגובות, און איך קיק עס נישט דערפאר און אז מען האט נישט ליב קיין קעטשאפ עס מען נישט...
תוקן על ידי - wassa_dif - 24/01/2006 3:39:11
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 23:02 |
|
| |
די מעשה פון yonse איז נישט אמת דא האט איר די אמת'ע מעשה ווילי_יונג חדשות אנש סאטמאר ר' י.ג. טוט חסד מיט בני ברק ארוינים די וואך ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד איז געווען עטליכע בני ברק'ער געסט לכבוד משפחה שמחות שבע ברכות, אין עס איז געווען א ביטער רחמנות אנצוקוקן די בני ברק'ער געסט ווען זיי האבן געזעהן וויאזוי די שלש סעודות אין בית המדרש קוקט אויס מיט הונדערטער יודן צונויפגעשטיפט צו הערן די דברי התעוררות פונעם סאטמארן רב שליט"א, די ביהמ"ד פול מן הקצה אל הקצה, די פארענטשעס געפאקט מיט טייערע בחורי חמד, הונדערטער תשב"ר זיצן אין בית שני קעגן איבערן רב אין זינגען מיט די זמירות. פאר די תורה פירט מען זיי אריין אין פאליש מיט א מייסטערהאפטע ארדענונג. די בני ברק'ער יודן זענען געזעסן אינדערמיט און עס האט אויסגעקוקט ווי מען האט זיי באגאסן מיט א טעפל פין שרעקליכע ריאליטעט. זיי קען מען שוין נישט פאפן... זיי האבן אליין געזעהן ווי אויסגעשפילט סאטמאר איז... קומט אן ווי א מלאך ר' יענקעלע גליק נ"י וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע זיסע ווערטלעך אין ער גייט צו צי זיי און פאנגט אן מיט דברי נחמה... זארגט ענק נישט... עס איז נאר דע וואך אזוי... די וואך איז דא זיבן שבע ברכות וואס דאס ברענגט אסאך געסט... אין אמתן איז אייביג ליידיג דא אזויווי מען פארציילט אייך אין "דער בלאט"... נאר איינמאל א יובל מאכט דעם רב'ס א מענטש חתונה... די ישיבה האט נאר 90 בחורים אין עס איז געווען פונקט 7 חתנים אין זיי האבן אלע חתונה געמאכט פונקט די וואך... זיי האבן נאר געוואלט וויסן "ווי פיל ווייניגער מענטשן איז דא יעדע וואך"... האט ער זיי געזאגט בערך האלב... דאס איז טייטש חסד של אמת-חסד שעושים עם מתים הוא חסד של אמת שאין מצפין לגמול...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 23:11 |
|
| |
....די שלש סעודות אין בית המדרש קוקט אויס מיט הונדערטער יודן צונויפגעשטיפט צו הערן די דברי התעוררות פונעם סאטמארן רב שליט"א, די ביהמ"ד פול מן הקצה אל הקצה, די פארענטשעס געפאקט מיט טייערע בחורי חמד, הונדערטער תשב"ר זיצן אין בית שני קעגן איבערן רב ....
נישטא ווער ס'זאל לאכן...
תוקן על ידי - משהוואלף - 23/01/2006 23:11:09
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 23:55 |
|
| |
yones69
עס קיקט אויס ווי די האסט דיר באליידיגט, סארי, אנטשולדיגט
אבער
1}ר' זלמן לייב האט יא 400-500 מענטשן ביי ש"ס
זיי נישט בלינד, וואק אריין אין ראדני וועסטע זען
זיי נישט משוגע צי לייקענענן קיין מציאות,
2}די קעפעל פין די אשכול פאסט פאר קינדער אין חדר-פין כיתה ט אין אראפ
ער ווערט נישט קלענער דורוך דעם וואס די ריפסט אים טשיף טשעפטער 11
ליין אפ די קעפלעך ביי די לינק וועסטע זען אז דא פאסט ענדערש אריין דיין קעפעל
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16384
תוקן על ידי - שלום_משה - 24/01/2006 0:00:15
תוקן על ידי - wassa_dif - 24/01/2006 3:41:38
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 00:00 |
|
| |
שלום משה, ראנג.
איך בין שוין נישט געווען אין ראדני זייט שמיני עצרת, אבער ס'איז אוממעגליך אריינצולייגן דארט 400 זיצן אויף די וועג ווי זיי שטעלן היינט אויס די שול, מיט ברענטשעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 00:05 |
|
| |
בא ללמד
איך בין יא געווען, שוין צוויי מאל דעם ווינטער
אין עס האט מיר אויסגעזען אז יא
ער האט בערך 10 בענק א זייט יעדע באנק האט 15-20 מענטשן
ציזאמן מיט די ביסל אויף די בארענטשעס אין די אויבן אן האט ער יא דעם מספר
אבער קען זיין אז איך מאך א טעות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 04:39 |
|
| |
ווילי יונג חדשות אנש סאטמאר דאס ביהמ"ד איז קעיה"ר פול פין איין זייט צום צווייטן. AS MATTER OF FACT, האט מען די וואך צוגעלייגט 2 גאנצע שורות טישן. אמת מיר מאכן פראפאגאנדע אז מען זאל קומען דוקא אין סאטמאר ביהמ"ד אזויווי דער רבי זי"ע האט אלעמאל געבעטן זיין ציבור. איך וועל צולייגן צו זיין ליסטע! מען האט יעצט איבערגענומען די חברת תהלים וואס איז שוין פארנאכלעסיגט די לעצטע 10 יאר, אין ב"ה עס איז ניכר די פירות, דער פאליש איז פול געפאקט מיט קינדער וואס ווען די זאגסט זיי ארון ט"ב מיינען זיי אז דו רעדסט פין דעם פין נגונה ארקעסטרע. זיי ווייסן גארנישט אז דער רבי שליט"א האט א זון אין קר"י וואס הייסט ארון ט"ב. איך האלט אז מען מוז איינפירן צו רעדן צו די קינדער פין ארון'ס רשעות... כאטשיג זאלן זיי וויסן אז עס עקזעסטירט אזא מענטש אויף די מאפע... אין אז דער מענטש האט א שיינע קהילה פין אריבער 1500 חסידים... א ישיבה פין אריבער 250 בחורים... א סקול דיסטריקט פין אריבער ??? קינדער...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 18:41 |
|
| |
נאך אזאך וואס די זאליס האבן אנגעהויבען צו טאן צו ראטווען זיך פון די בזיונות.
שבת צופרי האט מען מבטל געווען די מינים צו שחקית און צום ליינען אינטען אין ביהמ"ד נאכדעם וואס עס איז נישט דא היינט קיין 50 שטריימליך דאווענען שבת צופרי אויבן.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|