די פרישע מסירה איז געווען נאדכעם וואס דער גבאי נאמן פון ר' חיים הערשלע ט"ה פון ירושלים יואל ב., האט אנגערופן צוויי חשוב'ע תמימות'דיגע אינגעלייט פון בני ברק, וואס זענען געוועזנע תלמידים פון ירושלים ישיבה, און זענען נייטראלע אינגעלייט, ער האט זיי געזאגט אז ער קאלט דא בשליחות ר' חיים הערשלע און ער וויל וויסן וואס איז געווען יענעם שבת ווען מען האט זיך געשלאגן אין בני ברק.
די אינגעלייט האבן פארציילט אפען טעלעפאן דעם "אמת..." וואס פארא פעטש האבן די צוויי זאליס היימליך און שעכטער געכאפט נאכדעם וואס זיי האבן געוואלט איבערדרייען די ביהמ"ד, און האבן אלעס פונקטליך דערציילט, און ער האט זיי אפגעכאפט אויף א טעיפריקדער.
מיטן טעיפ ריקדער אין די האנט איז יואל ב. געלאפען צו די פאליציי, אין איינגעבען א פרישע מסירה דערוועגן, - און פארשטייט זיך ער האט נישט געוואסט אז די אהרונים האבן פון דארט און ווייטער שוין געוואוסט אלעס - און ב"ה היינט איז עס ארויסגעפלויגען.
מער פרטים באלד.
יעצט איז מען געוואויר געווארן אז דער יואל בארמינקא האט געקאלט פון ר' חיים הערש אין שטוב.
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 6:40:53
נשלח ב-24/1/2006 22:44
האט עס עפעס מיט דעם וואס די חברי ההנהלה זענען היינט אנגעקומען ?
נשלח ב-24/1/2006 22:54
ניין !
די מעשה איז געווען 2 וואכן צוריק נאר היינט איז מען פארטיג געווארן מיט די פאליציי. מעג מען דאס שוין פארציילן.
וואס די זאליס האבן פארדינט איז, אז די "נייטראלע" יונגגעלייט שעלטן די זאליס...
תוקן על ידי - jhhoruyr - 24/01/2006 23:02:29
נשלח ב-25/1/2006 18:47
די מעשה מיטן טעיפרידער איז געווען פאר צוויי וואכן צוריק, אבער צו פאליציי האט אראפ געריפן פאר חקירות די צוויי אינגעלייט צוליב בארמיקא מסירה די וואך.
און ב"ה מען האט ערלעדיגט אז מען זאל די מסירה ווארפן אין ים הגדול, מען זעהט בחוש די סייעתא דשמיא, און הר חיים הערשלע טיילבוים פון ירושלים מיט זיינע נאכשלעפערס וועלן נישט קענען גארנישט שעדיגן די הייליגע קהלה, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!
נשלח ב-27/1/2006 06:19
וואס דארכגעפאלן ווען דארכגעפאלן?
וואס איז היינט געווען אין די פאליציי ביורא מיט די צוויי חברה בינדער און טייכמאן?
נשלח ב-27/1/2006 16:23
וואס איז היינט געווען???
גארנישט.
ווער ס'קען די צוויי יונגעלייט ווייסט אז זיי האבן גארנישט געטוהן.
ביידע זענען יוצאי ישיבתינו הק' סאטמאר-ירושלים,
ביידע זענען נאטראלע סאטמאר'ע חסידים
(געווען ביז יעצט. פון יעצט הייסע אהרונים...)
איינער ווייסט נישט ווי אזוי מ'הייבט א האנט, און דער צווייטער וועט פאר קיין געלט נישט שלאגן קיינעם...
די חקירות וואס זיי האבן געהאט ביי די פאליציי איז געווען זונטאג.
און מיטוואך האט די פאליציי צוגעמאכט די גאנצע פרשה.
תוקן על ידי - jhhoruyr - 27/01/2006 16:24:52