איך וויל פרעגן א אויפריכטיגע שאלה פון די "דער איד" לייענר / פארעהרער / שרייבער.
אויפ'ן ערשטן פעידזש די וואך איז דא א ארטיקל וואס באשרייבט פונקטליך די מצב הבריאות און די שאנסן פון שרון ימ"ש, וואספארא שייכות האט דאס מיט'ן ציל פון צייטונג לוחם צו זיין קעגן ציונות? וואס איז דער באדייט פון שרייבן עס ווי א טרוקענע נייעס אויפן פראנט פעידזש (ווי רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט עס זאל זיין מינומים 3 ארטיקלך בגנותה פון מדינת ישראל) פונקט ווי זיי שרייבן להבדיל אלף אלפי הבדלות ווען רבינו שליט"א איז אריין אין שפיטאל?
משא"כ די "משכילשע" בלאט שרייבט בכלל נישט אין די נייעס פון זיין מצב, אנשטאדט דעם האבן זיי א ריזיגע ארטיקל אויף די פראנט פעידזש פון די געפלאנטע עצרת קעגן די תוכנית ליב"ה אין ירושלים קימעדיגע וואך, וואס דער איד דערמאנט נאר דרך אגב דערפון אין א אנדערע ארטיקל (ווייסט איינער פארוואס?).
ביטע ענטפערן אויף ריבטיג, נישט מיט צוריקשיסן אין די וועלט אריין, תורה הוא וללמוד אני צריך
|
|