| נשלח ב-29/1/2006 20:55 |
|
| |
פארוואס פירט דער לאקאלער באטע?
דער לאקלער האט די וואך באקומען היץ און געלאפן קיין תהלות יואל פירן א באטע, און געוויזן פאר זיינע שווענץ אז ער קען אויך וואס זיין ברידער קען.
לויט ווי איך הער איז דארט קיין 30 בחורים נישט געווען. די בזיונות זענען געווען שרעקליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 21:20 |
|
| |
נפתלי בלומענפעלד האט געהאלט א דרשה פאר די בחורים, אז מ'טאר זיך נישט שעמען צו קומען צום רב.
איך מיין נישט חלילה קיין פאליטיק, זאגט דער לעקער וחונף. איך מיין פשוט אז בחורים דארפן ווייזן שטארקקייט און קומען צו די באטעס און קומען צו שלוש סעודות תורות, און קומען טאקע און זינגען און נישט שמועסט אדער זיך סתם דרייען.
עס איז נישט קיין בושה צו קומען צום רב'ס טישן....
האט דער בעל מחנך נפלא אויסגעפירט (אין די ישיבה פונעם לאקאלן שטריק)
נאך א ווינדער אז נישט מער ווי 30 בחורים זענען געקומען, בשלשלאות של ברזל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 04:17 |
|
| |
1
תוקן על ידי - אלעסאמת - 31/01/2006 4:16:01
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 05:04 |
|
| |
דאס איז א חלק פון די קאמפיין און קווינס ישיבה פאר ש"ס און באטע
די וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 05:44 |
|
| |
כא כא כא כא!!!
נישט צום גלייבן!
די אידיאטן שעהמען גארנישט זיך נישט מיט דעם?
דאס ווייזט נאכאמאל אז די גאנצע זאלי חסידות איז א דשאוק.
פארגעסטס נישט מ'האלט מיר שוין 6 יאר זינט ער איז רב, און ער האלט נאך ביים אלף, אלעס דרייט זיך נאך ארום "ר' אהרן", יעדע מסיבה, אקציע, צו זאל זיין א טיש צו א "מציצה בפה" קאמפיין, אלעס האט איין מטרה "צופיקסו ר' אהרן".
איך קען אייך גאראנטירן אז אין 6 יאר ארום וועט עס נישט זיין קיין טראפ אנדערש.
ליינטס און שטוינט וואס איינע פון די הייסע זאלי שרייבערס שרייבן וועגן דעם באטע:
"דעם שבת האבען הינדעטער הינדעטער יודען נאכאמאל געדאנקט אין געלויבט דעם בורא עולם, אז ער האט אינז געראטעוועט פין די שיעבוד פין די אפסטעיטער טעראריסט וכת דילי'
מיט התרגשות האט זיך פין יעדענס הארץ פיןדי געפאקטע עולם אין ביהמ"ד הגדול בראדני סט. ארויסגעשריגען פין טיפען הארצען, ברוך הוא אלוקינו .... והבדילנו מן התועים...
אזא שבת קען מען זען דעם חילוק פין מה בין בני לבן חמי... "
עכ"ל יא יא, איר ליינט גוט, פארדעם קומט מען זיך צאם צו באטעס און רעוא דרעוין, וועגן "ר' אהרן"
נאך 6 יאר, וואלט מען שוין געמעגט האלטן אביסעלע מער פאראויס.
איך זאג אייך ס'קומט מיר באמת צו לאכן...
תוקן על ידי - מקוה_איד - 31/01/2006 6:15:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 06:06 |
|
| |
מקוה איד.
ביזט נישט גערעכט.
אויב איז אמת וואס ער שרייבט, דאן האלטן זיי שוין טאקע פאראויס, דאס אז זיי קענען שוין צוזאמשלעפן אן עולם - כאטש מיטן מאטיוו פון שטויסן דעם מאונדראוער - איז אויך א שפרונג פאראויס פאר די זאלי קאמפאני.
מיט א יאר צוריק האבן זיי דאס אויך נישט באוויזן.
דער טרוקענער פאקט איז אבער, אז ער האלט ווייטער דארט וואו ער האט געהאלטן פאריאר, ער האט יעצט אויך נישט געקענט צוזאמשלעפן זיינע מענטשן, אפילו מיטן סלאגאן "לנגח את האדוקים".
אמת, ביים דאווענען אין ראדני ביינאכט האט ער געהאט מער מענטשן ווי יעדע וואך, אבער דאס האט ער געהאט פאריאר אויך.
מיט די באטע האט ער געמוזט אנטלויפן קיין קינגסטערעס, און דארט איז אויך געווען היפש א שוואכער ציבור, נאר דארט האט ער געהאט צוויי מעלות: 1) מ'קען עס בעסער אויסשטעלן, כידוע ליודעי חן... 2) עס איז ווייט אוועק פונעם צענטראלן אויג.
אויב האט ער געהאט עפעס א הצלחה דעם שבת איז עס געווען נאר דערמיט וואס היי יאר איז דער שבת נישט אפגעהאלטן געווארן אין קיין געצעלט אין הארץ פון די שטאט, נאר אין א שול ערגעץ נעבן די לעבער פון די שטאט. אזוי אז ער האט שוין היי יאר יא געקענט מכחיש זיין שמש בצהרים, און קומען כאטש אויף היידפארק מיט אלע זיינע נאכשלעפער אינאיינעם שרייען אז ס'איז געווען אויסגעשפילט.
אפשר אויב יעדער פון זיי זאגט עס צוזאמען, וועט יא עמיצער אין לאנדאן אדער ירושלים גלייבן, נאך אלעם זאגן זיי דאך נישט קיין אפענע ליגנט'ס...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 06:16 |
|
| |
איך ווייס נישט, I FOUND IT VERY FUNNY די ווערטער:
מיט התרגשות האט זיך פין יעדענס הארץ פיןדי געפאקטע עולם אין ביהמ"ד הגדול בראדני סט. ארויסגעשריגען פין טיפען הארצען, ברוך הוא אלוקינו .... והבדילנו מן התועים...
די "התרגשות" מיט די "געהויבנקייט".
גלייב מיר בנאמנות אז דאס באשטייט די גאנצע התרגשות און געהויבנקייט ביי די זאליס, אז מ'פיקסט צו ר' אהרן, צו ביי רעוא דרעוין, צו ביי תקיעת שופר, צו ביי כל נדרי, אלעס איז ר' אהרן, גיי אמאל אריבער אהין וועסט עס באוואוינען.
סיז יענס געלעכטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 06:19 |
|
| |
דער שוטה אני יהודי קאפיט דאס און ח א ס און שרייבט אזוי
אני_יהודי די מודעה פאר די תלמידי ישיבות קטנה איבער די באטע פרייטאג צונאכטס בראשות דעם סאטמארער רב שליט"א. קרעדיט פאר "כל חארונים כולו"... ער כאפט נעבך נישט וואס פאר א בושה עס איז אז מען דארף מאכן גרעסערע פלאקאטן ווי פון די מציצה בפה קאמפיין פאר סתם א ש"ס און באטע
|
|
|
|
|