נעכטען נאכט און בית מדרש קומט צו א יונגערמאן צו מיר איך זאל אים אונטערשרייבן ערבות איך קען עם איך ווייס אז ער פלאגט זיך שטארק איך האב אבער זייער מורא אין איך האף ער זאל קענען באצאלן ווייל איך פלאג מעך אויך אין איך האב נישט קיין געלט דארף איך אונטערשרייבן צו נישט ?
איך האב אמאל געהערט ווי איינער האט געענטפערט פאר איינעם איבער די פראגע צו ער וויל אינטער שרייבן ערבות און יענער האט געענטפערט ווען איך האב ווען די געלט וואלט איך דיר עס אליין געבארגט (מיט א ערב פארשטייט זיך) אבער אזוי ווי איך האב נישט קען איך דיר אויך נישט אינטער שרייבן איך טראכט אז ס'איז גאנץ גוט געענטפערט