בית פורומים כל העולם כולו

וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2006 03:39 לינק ישיר 
וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

זייט דעי קנאקעדיגן דורכפאל פון די אהרונים שמיני עצרת, ווען דער אייבערשטער האט זיי ארויסגעווארפן פון ראדני דורך אפאר פון זיינע געטרייע שליחים, זענען זיי שווער צוזיך געקומען פון די דורכפאל, און זיי האבן געוואלט צורייסן זייערע פארפירערס וואס האבן זיי שוין די טויזנטסטע מאל אריינגעפירט אין באד אריין, מיט די וועש...
אבער זייערע פארפירערס האבן זיך געטרייט צו דיפענדן, און זיי האבן צוגעזאגט פאר זייערע קעלבעלעך אז סוועט אלעס זיין גוט, סדארף נאר קומען נאך א מיטואך, און אלעס וועט זיין אזוי ווי זיי ווילן.
פארשטייט זיך אז סאיז שוין אדורך ווייסעך וויפיל מיטוואכס, און דערווייל זענען די אהרונים ווייטער געהרעיג בעה"ב אין 152 הופער. און אין 163 ראדני. און די קעלבעלעך בורטשען כסדר פאר די פארפירערס, אבער ראזענבערג און האראוויטץ זאגן נאן סטאפ אז סוועט זיין גוט.
ווען די אהרונים האבן שוין ארויסגעגעבן זייער פאלשע דרעפט פון די אפיעלס קאורט, און מהאט שוין געזען אז זיי גרייטן זיך אויפן ערגסטן ביים אפיעל, נאר זיי טרייען צו ספינען די בעסט וואס מעגליך פאר זיי ביים אפיעל, האבן שוין רוב אהרונים אנגעהויבן זען אז סאיז צרות, און אנגעהויבן דרייען א קאפ פאר זייערע פארפירערס, און געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב זיי גייען פארלירן.
דעמאלטץ האבן זיי גענומען א נייע סטרעטעזשי, אז זיי גייען פארקויפן אז ראזענוואסער ווארט אויפן אפיעל, און ער וועט שוין מסדר זיין יעדעם.
למעשה ווי סהאלט יעצט, זאגן זיי שוין אליין שטילערהייט אז פון ראזענוואסער גייען זיי אויך גארנישט האבן, און די פארפירערס האבן נאך נישט קיין וועג ארויס וואס מגייט זאגן פאר די קעלבעלעך ווען ראזענוואסער וועט זיי לייגן אין בית החיים... לעבעדיגערהייט...
יעצט קומט די מיליאן דאלער שאלה: וויאזוי גייט אויסקוקן די מאונראוער וויזשניצער פארטיי נאכן סתימת הגולל פון ראזענסוואסערס פסק?!
גייען זיי גענצליך צופאלן?! וויפיל פון זיי גייען סוויטשן פארטי ליינס?! גייען זיי שוין דעמאלטץ איינזען וואסארא טיפשים און משוגעים פירן ענק?!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2006 03:55 לינק ישיר 

אנטווערפענער רב

עס פאסט נישט אז א רב בישראל זאל אזוי רעדן
א רב האט א איידעלער שפראך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 05:18 לינק ישיר 

בעלגישער פערד דו האלסט אז די נעלאגן אדער סטאטוס קווא פון ביסטריץ איז גרעסער אדער ערליכער ווי וויזשניץ אדער די פאלע אפיקורסים פון טשענטכאוויץ, איז פלוצים ערליך געווארן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 05:35 לינק ישיר 

אנטווערפןרב A1

ארוינים טייערע נעמטס ענק אריין און קאפ. ראזעוואסער גייט ענק גארנישט דעליווערן. פאר עס וועט זיין צו שפעט. ווייל טאמער בלייבט עטס מיט די איינרעדניש. האב איך מורא אז ווען עס וועט קימען די טאג און ראזענוואסער גייט ענק געבן א מעכטיגע זעטץ. וועט נישט זיין געניג בעטן און שפיטאל. סא בעסער הייבט שוין אן איין זעהן דעם אמת. ווייל צוביסלך נעמט א מענטש אן שלעכטע נייעס גרינגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 06:05 לינק ישיר 

צים אנטווערפענאר וויא עס איז באקאנט האט מוה ר אהרן שליטא טויזענטער חסידים וואס ווארטען ביי עם ביי די טיר פאר זיין ברכה ביי א יעדע שמחה אבער חנוכה>פורים>ביי די הייליגע טעג אין אזוי אויך א גאנץ יאר ווען זיינע חסידים מאכען א שמחה עס איז א פאקט וואס מזעט די ציגעבינדענקייט פין טויזענטער יודן צי מוה ר אהרן שליטא א)דאס איז קודם כל באשר ער איז דער ממשיך פין דעם שלשלת הזהב פין די הייליטע טייטעלבוים צוייג לעבען זיין טאטען השם יחלימהו ב) באשר מוה ר אהרן איז א גדול בתורה, תורה פליט נישט אין קאפ סתם אזוי, נאר ממוז הארעווען אין תןרה פאר לאנגע יארען אין נאר דעמאלט קען מען לערנען........אין מוה ר אהרן הארעוועט לאנגע יארן אויף תורת ה" ג)ער טוט אלעס וואס איז בכוחו צי העלפען יודן וואס זענען אין א עת צרה הן בגיפו והן בממונו אוודאוי וועט דער בן פראדעל קליקע חוזק מאכען אין זאגען עס איז א חסידים= בהימות אזוי וויא עס איז געווענדלעך זייער נידעריגער נוסח יעצט לאמיר זען אנווערפענער: וייס מיר חאטש איין מענטש >איך מאך נישט קיין שפייז , וייז מיר חאטש איין מענטש אין דיין פארטיי אין טאקע די אליין אויך , וואס גלויבט אין ענקער מנהיג אמונת צדיקים דער ענפער איז: א גרויסע ZERO OOOOOOOO !!!!!!!!!!!!!! ענקער גאנצער חסידות באשטייט פין זיין א קעגען דעם א קעגען יענעם אבער א קעגען ר אהרן אבער עצס אליין האטס א גרויסער OOOOOO אין עטס אליין גלייבסט נישט אין ענקער מגהיג אין עטס מאכטס אליין חוזק פין עם עטס זענטס בטבע שטויסערס אין אפגעריסינע קאמפלענערס אין א ציזאםלויף פין איינגעזעצענע קאמפלעינערס , ניצט עטס אויס ז"ל פאר ענקערע צוועקען וויא לאנג עס וועט ענק דאס לוינען אין דערפאר דארפט עטס זיך בעטען מיט קראקעדעיל טרערען אז ענקערע מעמבערס זאלען באצאלען די מעמבערשיפ געלט אין די מעמבערס פייפן אויף ענק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 06:42 לינק ישיר 


נאך די ראזענוואסער פסק וועט ר' אהרן שוין נישט קלאטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 11:41 לינק ישיר 

ראדני מענטשעלע: די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר מוה ר אהרן שליטא איז א גדול אין איז היינט שוין א רבי פין טויזענטער סאטמערע חסידים לעבען זיין טאטען שליטא ה" יחלימהו וירפהו דאס איז א פאקט , בלי נפקא מינה צי ער האט ראדני אין די מוסדות אין די הענד אבער נישט, די באן מיט שלומיי אמוניי ישראל ומלכהם בראשהם איז שוין אויף די הויפט וועג מיט מוה ר אהרן בשליטא בראש, מוה ר אהרן איז דער גדול בתורה אין דער חשובסטער פין די אייניקלעך פין ישמח משה וכו" וואס איז ראוי ווייטער צי פירען די שלשלת הקדוש פין די משפחת הצדיקים של התמרים וואס עס האט געגרינדעט דער הייליגער בעל ישמח משה זי"ע איך וייס גאנץ גיט אז די מיט דיינע חבירים לרעה לאכען דערפין אבער מיר וועלן זיך טרעפען אין פינעף זעקס יאר ארים וועסטו זעהן אז טויזענטער מענטשען די אמתדיקע געטרייע חסידייי סאטמער וועלען זיך שטיפען ביי זיין טיר יראו ישרים וישמחו!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 13:18 לינק ישיר 

איך וויל צילייגען א גוט ווארט וואס איך האב געהערט בשם רב פאלאק מסביר צי זיין די באציענגון פין די דיינים אין אנדערע רבנים לגבי דאס רבנות פין מוה ר אהרן שליטא: די סיבות פין זייער צרות אויסטיילען אין זייער טראבל מעקינג סטייל א קעגען מוה ר אהרן שליטא: זיי וייסען אז אויב ווערט מוה ר אהרן שליטא רבי >וווערן זיי בטל ככליפת השום א קעגען מוה ר אהרן שליטא הן בתורה והן במנהיגות IT MAKES A LOT OF SENCE אבער עס וועט זיי גאר נישט העלפען!!!!!!!!!!! ֱ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 23:17 לינק ישיר 

אנטווערפן

ווי אזוי עס זעהט יעצט אויס, וועט ראזענוואסער פאסקענן לטובת די ארוינים , ווייל זיי ווייסן ווי אזוי עם צו שמירן, אבער ביי די אפיל פון באראש, שטייט סאטמאר סך שטערקער מיילא קען ראזענוואסער זאגן וואס ער וויל, און אויך אינז וועלן אי"ה באקימען גראד ווען ראזענוואסער געט זיין פסק א סטעי פון די אפילס, מיילא וועלן זיי אי"ה נישט זעהן קיין זיג פון ראזענוואסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 23:24 לינק ישיר 

ס'איז נאריש זיך צו טענה'ן אויפן עתיד, פאר זיבן יאר צוריק וואלט קיינער נישט פארגעזען אז ס'קען אפילו אמאל קומען צו אזא סארט דעבאטע.

אבער איך בין באמת נייגעריג אויב די זאליס האבן עפעס א פלאן וואס זיי גייען פארקויפן פאר זייערע נאכשלעפער אויב זיי וועלן פארלירן אין געריכט.

די לעצטע זיבן יאר זענען די זאליס כסדר פארזיכערט געווארן איינמאל און נאכאמאל אז העברת פי ה' היא לא תצלח, און ס'איז נישט מעגליך אז די אהרונים זאלן געווינען אין געריכט ווייל זיי זענען שקצים.

וויאזוי גייט מען טוישן דעם סלאגאן ?! צו גייט דער באשעפער מיטאמאל ווערן משוחד פאר די אהרונים ?! אדער דאן גייט דער אבן עזרא ווערן איבערגעדרוקט מיט פרישע לשונות ?!

דאס איז שוין אויסער די פראגע וואס רז"ל גייט טון און וואו ער גייט גיין אא"וו.

ונזכה ונחיה ונראה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 23:26 לינק ישיר 


האט בטחון,
ווי אזוי הייסטו אויף ענגליש???
WISHFULL THINKING???

איך האב באמת הנאה פון דיין שטארקן בטחון,
זעט אויס אז דו גלייבסט באמת אין דיינע חלומות,
ווייל לעת עתה איז דאך אלעס נאר חלומות,
יעדער צד חלום'ט און האפט אז זיין צד וועט געווינען,
ווייל פאקטיש ווייסט קיינער נישט וואס עס גייט זיין,
נאר צו רעדן מיט אזא זיכערקייט, דארף מען האבן א
פעלזן שטארקן כאראקטער,
GOOD LUCK



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2006 23:41 לינק ישיר 

בא ללמד,
איך האב שוין לעצטענס אנגעהויבן צו הערן
פון מיינע זאלונים ידידים
נייע ווערטער,
הסתרת פנים...,
חבלי משיח...,
רשע וטוב לו צדיק ורע לו...,
דרך רשעים צלחה...,
נסיונות הדור...,
וכו' וכו'

זעט עפעס אויס אז זיי פראקטעסירן שוין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2006 23:48 לינק ישיר 

יענקעל די זעלבע ווערטער קען איך אויך זאגן פארקערט בא ללמד, איך האב שוין לעצטענס אנגעהויבן צו הערן פון מיינע ארוינים ידידים נייע ווערטער, הסתרת פנים..., חבלי משיח..., רשע וטוב לו צדיק ורע לו..., דרך רשעים צלחה..., נסיונות הדור..., וכו' וכו'

זעט עפעס אויס אז זיי פראקטעסירן שוין,

לאמער זען רעדט צו דער זאך, פאר וואס אינז גייען נישט גראד באקימען א סטעי פון אפיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 00:23 לינק ישיר 

האט בטחון,
דער חילוק צעוישן מיין תגובה און דיין תגובה,
איז אקאראט ווי דער חילוק צעווישן אמת און שקר,

האב איך דען געשריבן אז עטץ גייטס נישט באקומען קיין סטעי,
איך האב דאך קלאר געשריבן אז קיינער ווייסט בכלל נישט וואס דער פסק
גייט זיין, און פון דיין רעדן פון א סטעי, זעט אויס אז דו האסט פאלוירן דעם בטחון...,

ידידי היקר, איך קען דיר שרייבן שטארקע אייזערנע "סברות" פארוואס "איך" האלט אז אויב
ראזענוואסער וועט בעזר השי"ת פסקענען אז ר' בערל איז פרעזידענט, וועט איר "נישט"
באקומען קיין סטעי, אבער ווי געזאגט דאס איז נאר מיין אייגענע סברה, און איך האב
דאס שוין עטלעכע מאל געשריבן,

צו באקומען א סטעי, דארף צו זיין א מעוות לא יוכל לתקן, אז אויב באקומט מען
נישט קיין סטעי וועט מען האבן irreputable damage, צווייטענס, קוקן זיי אויף
די טשענסעס פון געווינען דעם אפיעל, יעצט, וועגן די טשענסעס פון אפיעל איז
אינגאנצן נישט שייך צורעדן בעפאר מען זעט נישט דעם פסק, אבער ביי דעם
קעיס איז irreputable damage זיכער נישטא, פאר די אפעלעט דזשאדזשעס איז
נישט קיין נפקה מינה צו ר' בערל איז פרעזידענט צו יאנקל כהנא איז פרעזידענט,
די קהילה איז נישט קיין אייגענע אייגענטום, ס'איז נכסי הציבור, און מיט טוישן פרעזידענט
וועט קיינער נישט האבן קיין אומפארעכטבארער שאדן, דאס הייסט הכסטענס וועלן
זיי אנעמען דעם אפיעל, איז שפעטער מחליט זיין ווער ס'איז פרעזידענט און דאן אויב
וועלן זיי מחליט זיין אז יאנקל איז דער פרעזידענט ועט מען העכסטענס צוריק טוישן.

למעשה האט מען וועגן די דאזיגע סברות אפגעזאגט צו געבן א סטעי ביז יעצט אויף
 דעם קעיס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 01:30 לינק ישיר 

יענקעל

ווען ענק האבן אפילט באראש'ס פסק, האבען עק נישט געהאט קיין שאדן, ווייל ענק זענען שוין סיי ווי געווען אינדרויסען פאר 4 יאר, קענען ענק אויסהאלטען נאך א יאר

אבער אינז וועלן האבן א גרויסע שאדן אויב ח"ו אינז דארפן גיין, און א יעדער נארמלער מענטש פארשטייט אז עס וועט זיין א שאדן פאר אינז, און דער דשאדש אויך, וועגן דעם געב איך 90% פאר א סטעי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 02:43 לינק ישיר 

ווען מ'רעדט פון שאדן רעדט מען נישט שאדן פאר יאנקל קאהן אין ר' זלמן, אוואדי גייען זיי האבן שאדן, אז סעט גיין א רויך, אבער דאס איז אבסעלוטלי נישט נוגע, מ'רעדט פון שאדן פאר די מעמבערס אין די קאנגרעגעישן בכלליות, וואס פאר זיי איז נישט קיין חילוק ווער דער פרעזידענט איז. תוקן על ידי - מקוה_איד - 09/02/2006 2:52:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext