בית פורומים כל העולם כולו

מעשה רב! מיט א בי"ד סיין אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2006 19:33 לינק ישיר 
מעשה רב! מיט א בי"ד סיין אין וויליאמסבורג



מעשה רב


נעכטן איז מיין חבר פון בארא פארק געווען דא אין שטאט, צוליב א סכסוך מיט א איד וואס ער האט, ער איז געווען ביי הרב זעלטענרייך שליט"א אב"ד טשאקאווע אויף פען סט., דורך שמוסען דער ענין, דערנאך איז ער געגאנגען עפעס איינקויפען און נאכדעם כאפן די בארא פארק באס ביי ליע עוו. און ווילי סט.


אזוי שטייענדיג ביי ליע און ווילי זעהט ער א ריזיגע טאוועל הענגען אויף די זופניק כולל בילדונג, ווי עס שטייט בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר, פאלט אים איין א בליץ זיין בר פלוגתא איז א סאטמארער, ער וועט אריין גיין און פארלאנגען אן הזמנה.


ער שפאנט אהין אן קומט אן צום טיר איז דא א בעל דארט א קלינגט דער בעל, און נאך דריי קלינגעס פרעגט א קינד ווער איז? זאגט ער זיין נאמען און מען באזט אים אריין.


ער שפאצירט ארויף די סטעפטס צווי שטאק, די הארץ קלאפט אים האסטי, ער ווארט מיטן אטעם צו טרעפן דארט דער הגה"צ ראב"ד והגאונים חברי הבית דין צדק שליט"א ער קומט אן אויבן הערט ער ווי א קינד וויינט ער טראכט ביי זיך אפשר איז דא א דין תורה דארט פון קינדער, די מחשבה לויפט אים שנעל.


ער קלאפט אפען טיר, ער הערט א בת קול ענטפערן...


עס פאנגט זיך אים אן צו ווארפען...


א פרוי עפענט אויף די טיר ברייט מיט א קינד און דער האנט, וואס ווילט איר פרעגט זי, די סאטמאר בי"ד זיך איך ענטפערט ער. די סאטמאר בי"ד פרעגט זי מיט ווינדער, וואס זיכט איר עס אין מיין הויז?


א סיין אנדעראויסען זאגט אז דא איז עס, איך זעה נישט קיין אנדערע טיר, עס איז נישט דא קיין בי"ד דא, די סיין מיינט גארנישט, דאס איז מיין הויז און נאר איך וואוין אין די הויז און דרייט נישט קיין קאפ.


ער שפאצירט אראפ די סטעפס מלא חימה אפען בי"ד, מיט א טרייסט אז אינדעראויסן אפען סיין שטייט זיכער א טעלעפאן נומער ווי מען קען זיי רופען, ער וועט זיי אנרופען אן שטעלטן די זאך קלאר וואס די גייט פאר.


ער קומט אן אינדעראויסן דרייט זיך די קאפ צוריק קוקן אפען סיין נישט דא קיין טעלעפאן נומער, ווי א בי"ד אין דער אלטער היים פארן ערשטן וועלט קריג... ער איז אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט און מיט א זאק מיט קשיות.


טייל קשיות...


איז דא א בי"ד יא אדער נישט?


פארוואס הענגט א סיין אויף א הויז פון א פריוואטע מענטש?


לייג כאטשיג א צעטעל אפען טיר א זיד סיין מיינט גארנישט עס איז נישט דא קיין בי"ד?


פירט די בי"ד דין תורת?


האבן זיי א טעלעפאן נומער?


ווער זענען די חושן משפט רבנים?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2006 23:35 לינק ישיר 

די אלע קשיות האבן איין תירוץ
תיקו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 23:53 לינק ישיר 

איך זעה אז די בית דין, באדערט דיך גיט, ווייל די ווייט אז טאמער בערלע פר"מ גייט פאלגען ר' מאטעלע, אזוי ווי ער האט עם צו געזאגט צו גיין צו א בית דין, דארף ער גיין צו די בית דין פון קהל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 00:03 לינק ישיר 

איך האף אז ס'באדערט דיך נישט ווען איך האלט נישט אזוי ווייל די ברויכסט פארשטיין אז ווען בערל האט צוגעזאגט פאר ר' מאטעלע צו גיין צום בית דין האט ער נישט אפילו גע'חלום'ט פון דעם בן בלי שם אדער סיין בלי הויז בית דין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 20:59 לינק ישיר 



די קשיות וועט אי"ה פארענטפערט ווערן בקרוב.


ווייל די סיין ליגט אויפען בנין פון כולל קעיפ וואס באלאנגט פאר קהל יטב לב דסאטמאר בראשות הרה"ח רבי בערל פריעדמאן שליט"א, די סיין וועט אי"ה בלייבען און מען וועט מאכן דארט א בי"ד כשר לדין ולהודות, מיט דיינים יראים ושלמים בעזהשי"ת.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 21:10 לינק ישיר 

משמועסט אז יענקי איצקאוויטש גייט ווערן מזכיר נאכן פליען פון קווינס בשן ועין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2006 23:49 לינק ישיר 

די מיינסט טאקע אז עס איז א פשוטע זאך צו זיין א מזכיר בי"ד ביי איינע פון די "ביזיסטע" בתי דינים און ניו יארק? איך וויל נישט אפרעדן קיינעם פון ווערן דער מזכיר דארט אבער מען דארף נעמען און חשבון אויב נעמט מען אן דעם חשובען פאסטן מיינט דאס אויפגעבן ווייב און קינדער, נעכט נישט שלאפן א.א.וו. דער טעלעפאן קלינגט דארט 24 שעה אונעם טאג בלי גוזמא, עס קומען שאלות פון אלע עקן פון דער וועלט! אפילו דאס לעצטער שערורי' ביי יהדות החרדית איבער א מסור קלעצקין און ירושלים איז דער בי"ד געווען פארמישט מיט אלע איינצעלהייטן ביז אפילו ארויסגעבן א מעכטיגער קול קורא וואס איז דער געשפרעך פון טאג ביי יהדות החרדית! דער בי"ד האט אן קיין שום שרעק גוט מסדר געווען דעם טרויערדיגן בארימטער מסור פון ירושלים!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2006 00:12 לינק ישיר 

אז איינער ברענגט שוין ארויף די סיין בית דין וויל איך פרעגן וואס סמיינט די יטב לב אפיס סיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2006 00:34 לינק ישיר 

פאטאקי וואס מיינסטו? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעשה רב! מיט א בי"ד סיין אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext