| נשלח ב-10/2/2006 16:51 |
|
| |
אנאליז אויף ראזענוואסערס פסק
דא זאל מען שרייבן די אנאלעסיז אויף ראזענוואסערס פסק, רוב עולם פארשטייען נישט קיין קארט פסקים
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 17:07 |
|
| |
איך האלט די ארוינים האבן טאקע געווינען, אבער סאטמאר וועט אי"ה באקימן א סטעי, און די ארוינים וועלן אי"ה נישט קענען ניצען זייער זיג,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 17:32 |
|
| |
and the record as usual does its job in describing yesterdays ruling
http://www.recordonline.com/archive/2006/02/10/news-camcemetery-02-10.html
me as a person am ashamed for myself that things like this can go on in a "Jewish Community", and i don't belong to either side.
האט ביטחון וועט אלעס זיין גיט פארא ראפא פארא ראפאאפפאפאאאפ ראפפאפאפאפאא
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 17:35 |
|
| |
דער דזשאדזש ראזענוואסער יר"ה האט געגעבן פאר די אהרוניס א מעכטיגן געווינס, א געווינס וואס די זאלונים האבן קיינמאל נישט באקומען, ער האט קלאר ארויס געשריבן זין מיינונג און נישט איבערגעלאזט וויכטיגע פונקטן תלוי ועומד אזוי ווי באראש האט געטוהן, דא זענען עטליכע וויכטיגע פונקטן:
1- מיטן זיך אנשליסן אונעם נ"י סטעיט רעליזשעס קארפארעישאן האט מען זיך אינטער געווארפן אונטערן שיץ פון די סטעיט, און דער קארט איז באפולמאכט צו פארזיכערן אז אלעס ווערט געפירט לויטן געזעץ און לויט די אייגענע ביי-לאס, אפילו דער רבי מיז אויך איינהאלטן די ביי-לאס פון די ארגעניזאציע,
2-ער שרייבט קלאר אז אזוי ווי מען האט נישט געברענגט קיין קראנטע הוכחות אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל, על כן פסקעט ער אז ר' בערל איז דער ערוועלטער פרעזידענט, און יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין האבן בכלל נישט קיין רעכט אריינצרעדן אין קהל יטב לב בכל מקומות שהם,
3-ער צולייגט דאס זייער גיט, אז דער קעיס איז געשאפן געוארן איבער א סכסוך צו קהל יטב קרית יואל איז א 50% שותף אין בית החיים, און אזוי ווי שאול פערלשטיין האט געשיקט א בריעוו פאר קרית יואל אז זיי זענען נישט בארעכטיגט צו נוצן דעם בית החיים אן זייער רשות, אויך האבן יאנקל כהנא מיט שאול געשריבן א בריעוו צו דעם קאנטי קלערט אז ער קען נישט באפולמעכטיגן דעם דיד טרענספער פאר די 50% פאר קרית יואל ווייל זענען די 100% בעלי בתים פון קהל יטב לב און פון בית החיים, אויף דעם האט ער געפסקעט אז קרית יואל איז יא א 50% שותף ווייל ר' בערל האט יא געהאט א רעכט דאס איבערצושרייבן, און ער לייגט צו אז עס האט נישט קיין זין צו ווארענען שאול פערלשטיין ער זאל זיך נישט מישן אין די 50% שותפות פון קרית יואל, ווייל שאול פערלשטיין האט בכלל נישט קין שום אוטאריטי אין די ארגאניזאציע, און קיינער קען זיך מיט עם במילא נישט רעכענען,
4-ער באשטעטיגט קלאר די אהרונישע וואלן פון ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצק ראזענבערג, און ווארפט קלאר אפ די וואלן פון יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין, ער שריבט אז לויט די שטאטוטן קען נאר דער פרעזידענט רופן עלעקשאנס און יאנקל כהנא איז קיינמאל נישט געווען קיין פרעזידענט, (לויט די שטאטוטן קען נאר זיין איין פרעזידענט, און אזוי ווי ביידע צדדים האבן מודה געווען אז ביז דעצעמבער 04' איז ר' בערל געווען פרעזידענט על כן איז נאר ער פרעזידענט),
5- זיין גאנצער פסק איז פיל מיט פעקט פיינדינגטס, וואס דאס איז זייער שווער צו אפיעלן, אפיעלן קען מען געווענדלעך נאר אויב מען האלט אז דער דזשאדזש האט זיך טועה געווען מיטן געזעץ, אבער נישט מיט זיין מיינונ,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:24 |
|
| |
די זאליס האבן שוין אנגעהויבן זינגען דעם ניגון וואס זיי פלאנען צו פארקויפן פאר די וואס גלייבן זיי, אז ראזענוואסער האט געאורטיילט פארקערט פון באראש, און ער קען עס נישט טון לעגאל, במילא וועט עס זיכער דער אפעלאט געריכט איבערווארפן. וכו'.
דא האט איר וואס דרייניטץ שרייבט:
ער האט קלאר געקריגט אויף באראש, באראש האט געפסקנ'ט אז דער קאורט קען נישט אריינרעדען און באשטעטיגען אדער אפווארפען די עלעקשענס פון קיין שום צד, און ער האט יא געפסקנט אז בערעל פרידמאןס עלעקשען איז וואליד און קהל'ס עלעקשען איז נישט וואליד, ועוד.
איך ווייס נישט וואס דער געזעץ איז ווען צוויי דזשאדזשעס געבען קעגען געזעצטע פסקים, ווער עס ווייסט זאל ביטע ענטפערען דא אויפען פורום.
עס איז מיר באמת א וואונדער אויף איינעם וואס איז קלאר פון די "ליגעל טיעם" ביי די זאליס אז ער זאל שרייבן אזעלכע נארישקייטן.
דא איז געשען א מישמאש פון צוויי זאכן.
צום ערשט לאזט ראזענוואסער הערן זיין מיינונג אין דעם עצם סכסוך, וויאזוי ער לערנט אפ דאס געזעץ. דא איז ער באמת זיך סותר אביסל מיט באראש, אבער נישט אינגאנצן.
די זאליס האבן אפגעלערנט באראש, אז דער רבי איז העכער פונעם געזעץ. אפילו דער געזעץ פארלאנגט שטאטוטן [ביי-לאו'ס], אבער די שטאטוטן זענען נישט מחייב דעם רבי'ן, דעריבער קען דער רבי ארויסווארפן מענטשן אריינלייגן מענטשן פארקויפן בנינים קויפן בנינים אא"וו אלעס לויט זיין אייגענעם פארשטאנד און מחשבה, און קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טון.
קומט ראזענוואסער און זאגט, האקט אייך ארויס פון קאפ אז עמיצער איז גענצליך העכער פון שטאטוטן ! דער געזעץ פארלאנגט נישט אז יעדע קארפארעישאן זאל זיך אונטערווארפן די געזעצן פון ניו יארק, אבער כדי צו געניסן פון די בענעפיטן פון זיין א קארפארעישאן, ווי נישט צאלן שטייערן אד"ג, מוז מען זיך יא אונטערווארפן די געזעצן פון ניו יארק, וואס פארלאנגען אז יעדע קארפארעישאן זאל האבן שטאטוטן.
לויט ראזענוואסער איז יעדע זאך וואס האט נישט קיין שייכות מיט רעליגיע אונטערגעווארפן דעם געזעץ און דעם ריכטער. ער האלט אז באראש איז מודה צו זיינע ווערטער דערמיט, נאר באראש איז געגאנגען און געמאכט א פשעט'ל, אז וויבאלד דער גאנצער סכסוך איז נוגע די רבנות מחלוקה צווישן רב און רז"ל, דעריבער איז דער גאנצער סכסוך א רעליגיעזער נושא. דאס טענה'ט ראזענוואסער איז נישט ריכטיג, און דער סכסוך האט נישט קיין שייכות מיט רבנות, אפילו אויב יא ווערט נאכנישט יעדער פרט אין דעם סכסוך אויטאמאטיש א רעליגיעזער סכסוך.
ראזענוואסער האלט, אז אויב באראש וואלט אנערקענט אז דער רבי האט נישט ארויסגעווארפן ר' בערל, וואלט באראש אויך זיך גענומען די רעכטן צו אורטיילן ווער עס איז פרעזידענט און וועלכע וואלן זענען געווען די ריכטיגע, ווייל די קארפארעישאן איז אונטערגעווארפן דעם געזעץ.
דא גרייכן מיר דעם קריטישסטן פונקט, וואס דא זענען ראזענוואסער און באראש זיך גענצליך נישט סותר, און דאס איז די הויפט געווינס וואס ראזענוואסער האט דערלאנגט פאר די אהרונים.
דער רבי האט קיינמאל נישט ארויסגעווארפן ר' בערל פריעדמאן !
במילא נאך דעם פאקט, לויט ראזענוואסער, וואלט באראש אויך קלאר געזאגט אז ר' בערל איז פרעזידענט און זיינע וואלן זענען די לעגיטימע וואלן.
דערויף איז בכלל נישט נוגע דער דיון וואס פאסירט ווען צוויי ריכטער זענען זיך סותר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:28 |
|
| |
Just Take A look on this One
18:2 נשלח ב 10/2/2006 נארמאל
מען קען אויך קלאר זעהן דעם פאקט אז די ארוינים האבען אים אלעס כמעט ווי פאר געשריבען, פין
דעם וואס ער דיסמיסד די ישיבה קעיס.
ווייל זיי ווייסען אז אינז וועל מיר נישט גיין אין קארט דערוועגען, (אינז האמיר עס נאר אויף
געברענגט, ווייל די ביהי"ח איז עניוועי געוועהן אין קארט), אין ווילאנג עס איז נישט אין קארט,
זענען זיי דארט בעל הבית, אין אויס מורא, אז אפשר וועט דאס יא גיין אביסעל פאר אינז, האבען
זיי מחליט געוועהן, אז יעצט איז בעסער אז מעו ווארפט דאס ארויס.
איך האלט, אז עס איז נישט אויס געשלאסען, אז ראזענוואסער וועט ליידען לעגאלע קאנסעקווענצען
פין דעם היפאקריטישען פסק.
*******************************************************************************
מען דארף זיך שוין נעמען צו זיינע ביינער, אין אים אפילו אנקלאגען, פארען זיי אזוי אפען
בייעסד קעגען אינז, אין אריין טייטשען אזוי אפען, פאלש פשט אינעם באראש פסק.
*******************************************************************************
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:42 |
|
| |
קען איינער זאגן אין א ווארט, איז זיך ראזענוואסער סותר מיט באראש אדער ניין?!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:53 |
|
| |
בא ללמד די ברענגט ארויס א גיטע פוינט, אז ס'איז דא זאכן וואס ער שרייבט זיין אייגענע מיינונג און נישט א פסק,
יעצט די ווערטער ווי אר שרייבט אז בערל איז פרעזידענט, איז אויך נישט א פסק נאר א מינונג, נאר די פסק איז נאר צום סויף ווי ער שרייבט וועגן די בית החיים,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:54 |
|
| |
יא אויף דף 15 זאגט ער בפירוש אז ער איז מחולק
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 18:56 |
|
| |
בא ללמד
די שאלה איז צו וועט דער אפילס קארט וועט אויך האלטען אז די גאנצע מחלוקת אויף די נכסי הקהילה זענען אפגעזונדערט פון די "ממשיך פונעס רבי'ן פראבלעם"?
און אויב נישט, מעג זיך א זשאדזש מישען? אדער נישט? דאס איז א מחלוקת האחרונים ראזענוואסער באראש.
איז אזוי, אויב קען זיך ראזענוואסער נישט קריגען אויף א פסק פון פאר אים;באראש, גלייב איך אז מען קען מוכיח זיין אז די גאנצע קריגעריי איז נאר איבער ממשיך פון רבי'ן וואס דעמאלט קען מען צירוקגיין צום באראש פסק און זיך קריגען אין זיינע ווערטער וואס ער האט געמיינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:03 |
|
| |
איך טראכט, אז ראזענוואסער ווייסט אויך אז ער קען נישט קריגען אויף א אנדערען דשאראש
מן הסתם ווייסט ער וואס ער האט געשריבען {ער האט געניג צייט צי טראכטן} ער איז געווען אינטערסירט צי געבן א קלארן שטארקן פסק, אין אז ער האט עס געשריבען איז טייטש אז ער קען עס שרייבען מילא האלט איך אז עס וועט נישט אויסמאכן די אלע זאלי איינרעדענישען אז ווי באלד ער קריגט זיך מיט באראש איז זיין פסק בטל
תוקן על ידי - שלום_משה - 10/02/2006 19:02:49
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:06 |
|
| |
ס'איז א גרויסער חילוק צעווישן מחולק זיין און זיך סותר זיין, ראזענוואסער גייט כסדר לויט דעם גאנג פון באראש, און איז זיך מפורש נישט סותר מיט עם, ער האט אפילו נישט קיין רעכט זיך "סותר" זיין מיט עם, נאר וואס דען, דארט ווי באראש האט עפעס "נישט" געטוהן ווייל ער האלט אז ער האט נישט קיין רעכט דאס צוטוהן, דארט זאגט ראזענוואסער אז ער האלט אז איז "יא" בארעכטיגט דאס צוטוהן, און איז קלאר מסביר פארוואס ער האלט אזוי מיט קלארע מראה מקומות, און ער פסק'עט טאקע א פסק בנוגע די וואלן, דאס איז מפורש נישט א סתירה נאר א מיינונג דיפערענץ, און זיי קענען דאס אפילן צו זען צו ער יא א רעכט צו נישט, אבער ער האט נישט געפסק'עט "פארקערט" ווי באראש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:09 |
|
| |
קערי, איך האב שטארק מורא אז דו האסט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן.
אפילו אויב דער אפעלאט וועט אננעמען קלאר אז דער גאנצער סכסוך איז נאר איבער רבנות, און אפילו זיי וועלן אננעמען אז וויבאלד דער יסוד איז רבנות איז אלעס וואס קומט אריין אין דעם סכסוך א רעליגיעזער סכסוך, און אפילו זיי וועלן אננעמען אז ראזענוואסער קען נישט קריגן אויף באראש, אא"וו.
אבער זיי וועלן זייער שווער קענען אננעמען אז דער רבי האט יא ארויסגעווארפן ר' בערל פר"מ, אינדערצייט וואס ראזענוואסער האט געמאכט א "פיינדינג" אז נישט. לויט דעם געווענליכן סדר אין אפעלאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:14 |
|
| |
דאס איז קיין שום ספק אז אינעם ענין פון "אויסטייטשן דעם געזעץ" איז ראזענוואסער זיך גענצליך מחולק מיט באראש, ממש מקצה אל הקצה, לו יצויר ווען ראזענוואסער זיצט ווען אויף באראש'ס פלאץ וואלט ער ארויסגעגעבן א פונקט פארקערטע רולינג ווי באראש.
אין דאס איז פערפעקטלי און די רעכטן פון ראזענוואסער, ווילאנג די "רולינג" איז נישט קיין סתירה פריערדיגער דשאדש,
ראזענוואסער האלט קלאר אז זיין רולינג קען קלאר מיטשטימען מיט באראש'ס, ווייל באראש זאגט טאקע אז דער רבי איז דער אלטימאט פאוער, אבער דאס מיינט נישט אז די קארט טאר נישט אויסגעפינען וואס די מיינונג פון די רבי איז און עס ענפארסן, נאכמער ראזענוואסער האלט אז ס'ליגט אן אחריות צו ענפארסן דעם רבי'ןס מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:23 |
|
| |
פון מיין מערספאקטאוו נאכן דורכשמועסן מיט ליגעל עקספענטען.
די פסק פון ראזענוואסער איז זייער שטארק, ראזענוואסער האט דא געגעבען פאר די ארונים א קנאקעדיגן זיג אין קנאקעדיגן דורכפאל פאר די זאלונים, די זאלונים האבן נאך קיינמאל קיינמאל ביפאר נישט געהאט פון קיין שום דזשאדזש אזא קלארען פסק איבערן בעלות פון קהל יטב לב, די דזשאדזש שרייבט אלעס ארויס קליפ אין קלאר אן איבער לאזן סיי וועלעכע ספקות, אז הרה"ח ר' בערל פרידמאן שליט"א איז 100% פרעזידענט אין נאר ער איז באפולמעכטיג צי טוהן וואס ער וויל אין די קהילה, יעקב קאהן אין פערלשטיין זענען נישט מער ווי פלענע מעמבערס אויב זיי צאלן נאך מעמבערשיפ, אין זייער מיינונג איז "קיין מיינונג" אין קיין שום ענינים פון דער קהילה, אין אלעס וואס יעקב קאהאן האט געטיוהן ביז היינט איז ווערטלאז, פארשטייט זיך אז עס קומט זיך אים א ישר כוח ווי נישט ווי האט ער ציגעשטעלט פרישע האנטוכער יעדן טאג, געלייגט גענוג טוילעט פעפעיר, געוואשן די פלאר'ס, באצלאט בילס וכו' וכו', אבער פון היינט אין ווייטער איז ער באפרייט פון זיין מיסיע. באדעם ליין די זאליס וועלן דעם פסק פילן א לאנגע לאנגע צייט, אויב עס וועט נאך זיין זאליס אויף דער וועלט.
יעצט בנוגע דעם אפיל אין סטעי איז אזוי, ווי די עקספערטן זאגן איז כמעט אוממעגליך אין אומגלובליך אז דער אפעלאט וועט איבער דרייען ראזענוואסערס פסק, ווייל ראזענוואסער שרייבט זייער קלאר ארויס אין דייטליך אין מיט פעקט פיינדינגס, נאר אויף פיל איז יא מעגליך אז דער אפעלאט וועט אננעמען דעם אפיל אין געבען א סטעי ביזן אפעלאט דעסיזשאן, וואס דאס וועט זיין א שטיקעל צייטווייליגע געווינס פאר די זאליס , חיי שעה הייסט אויך געלעבט, אבער סוף פסוק וועט די אפעלאט באשטעטיגן ראזענוואסערס פסק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 19:25 |
|
| |
|
ה' אתנו, אל תראום, לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...
ב"ה מזעט אין אלע אינזערע בתי מדרשים, אז דער געמיט ביים עולם איז הויך, איך בין געווען זיכער צי טרעפען א אנגעזעצטקייט ביי יעדען, אין דערווייל איז דער עולם גוטמוטיג, מיט גיטע ווערטלעך
אוודאי, רוב עולם איז צימישט אין פארווייטאגט אויף דעם נעכטיגען פסק, אבער דער עולם איז פאראייניגט מיט א מוראדיגע רואיגקייט אין פעסטקייט, די פא מיניט ביז סגייט דורך די יום אידם פין די אהרוניס |
| דע בעסטע אנאליזים גענומען פון ח א ס
תוקן על ידי - רעדנדיג - 10/02/2006 19:24:22
|
|
|
|
|
and the record as usual does its job in describing yesterdays ruling
http://www.recordonline.com/archive/2006/02/10/news-camcemetery-02-10.html
me as a person am ashamed for myself that things like this can go on in a "Jewish Community", and i don't belong to either side.
האט ביטחון וועט אלעס זיין גיט
פארא ראפא פארא ראפאאפפאפאאאפ ראפפאפאפאפאא