מי בחרב ומי ב"רב"
מי בחרב ומי ב"רב" יעצט אז עס קלאר געווארען וועם דער רבי שליט"א האט פארטרויט אנציפירען מיט סאטמער ווערט נולד די פראגע ווער עס וועט זיך צי שטעלען צי די צד פין די רודפי שלמונים אין טעראר אין ווער עס וועט גיין מיט דעם רב שליט"א וואס אלע יארען האט דער רבי ארויף געקיקט אויף עיהם אז ער זאל איבערנעמען די הנהגה לאמו"ש אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדריקט פארן רחבוב רב זי"ע אז ער איז נאר א בריק צווישען רבי זי"ע אין ר' אהרן דעם שבת האט א עלטערער יוד וואס דאווענט אלע מאל אין ראדני מיר געזאגט אז ער בלייבט דאווענען אין ראדני אין האט קיין פראבלעם כאטש ער איז געווארען אפגעסטעמפעלט אלס א זאלי ,ווייל ער פלעגט דאווענען נאר דארט אבער זאגט ער מיר, אז אין הארץ האט ער אלעמאל געוויסט דעם אמת אין איז זייער ציפרידען מיט דעם פסק וואס דער שופט האט געפסקנט אז מען איז מחייב צירוק צי געבען די גזלה צי די ריכטיגע קהלה
|
|