דעס שרייבט צאנז קאורט אין אנדערן פארום.
אשרי עין ראתה כל אלה!
וואויל איז געווען פאר די אויגן צו זען דעם ט"ו בשבט טיש וואס הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א האט געפראוועט במעמד פון טויזנטער אנשי שלומינו חברי הקהילה דק"ק יטב לב דסאטמאר, אין בית מדרשינו הגדול אויף ראדני סטריט, וואס איז ווידער געווען א כנסי' לשם שמים, מיט געהויבענע דביקות'דיגע געגועין לאבינו שבשמים, ולמלא רצון קדשו של מרן רביה"ק זי"ע ויבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א ובנו הגאון הצדיק הגאב"ד שליט"א.
דער רב שליט"א האט אינמיטן טיש געזאגט דברי תורה, במעמד פון די טויזנטער חברי הקהילה לכבוד ט"ו בשבט, און צום סוף פון די דברות קודש האט דער רב שליט"א איבערגע'חזר'ט דעם פסק-דין אלס מרא דאתרא, אז די פערשוינען וואס ווילן זיך ארויפצווינגען אלס ראשי הקהילה דורך ערכאות של עכו"ם נגד דין תורתינו הק', האבן נישט קיין שום תוקף און זייערע אלע פעולות זענען בטלין ומבוטלין, בעבר, בהוה ובעתיד. עס איז קעגן דת תורתינו הק' און קעגן שלחן ערוך, וואס נאר דאס איז מחייב די חברי הקהילה.
דער רב שליט"א האט דערציילט וועגן די מחלוקה קעגן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואו עס איז געווען אקוראט די זעלבע ווי יעצט, ווען איינער האט געוואלט אריינקומען אלס ראש הקהל אין סאטמאר דורך ערכאות, און נאנט צו 70 גדולי ישראל האבן געשריבן תשובות אז זיי זענען נישט קיין ראשי הקהילה.
צום סוף פון זיינע פייערדיגע דברות קודש האט דער רב שליט"א מתקן געווען א נייע תקנה אז דאס גאנצע בית המדרש וועט פון היינט און ווייטער זיין געווידמעט נאר פאר לימוד התורה, מען גייט עפענען די ווענט פונעם בית שני און אין גאנצן בית המדרש וועט מען אריינשטעלן טישן און בענק צו קענען לערנען בחברותא, טאטעס מיט קינדער, יונגעלייט מיט חברותות אדער מיט בעלי בתים, מיט די הילף פון התאחדות אברכים שע"י קהלתינו הק'.
נאכדעם האבן גערעדט דער גבאי הקהילה הרה"ח ר' מאיר שניצלער שליט"א און דער ראש הקהל הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א וועלכער האט דערציילט וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט אים כמה פעמים מבטיח געווען בפה קדשו.
די שטימונג ביי די מסיבה איז געווען איינדרוקספול. עס איז געקומען טרערן פון די אויגן פאר התרגשות זעענדיג די טויזנטער יונגעלייט בעלי בתים און בחורים, דער לגיון של מלך, וואס וועלן זיך האלטן מיט מסירת נפש געטריי צו די הנהגת התורה פון אונזער מנהיג רוחני הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א.
נאך די מסיבה איז ארויפגעקומען ביי מיר אין געדאנק דער ערשטער קאפיטל אין תהלים:
אשרי-האיש, אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד; ובמושב לצים, לא ישב: כי אם בתורת ה' חפצו ובתורתו יהגה, יומם ולילה: והיה, כעץ שתול על-פלגי מים אשר פריו יתן בעתו, ועלהו לא-יבול; וכל אשר-יעשה יצליח: לא-כן הרשעים; כי אם-כמץ, אשר-תדפנו רוח: על-כן לא-יקמו רשעים במשפט; וחטאים, בעדת צדיקים: כי-יודע ה' דרך צדיקים; ודרך רשעים תאבד:
 |
|
|