קידוש השם פון סאטמארע בחורים שב"ק!
נאך די הערליכע טיש וואס די רב שליט"א האט געפירט מיט די בחורים שבת צופרי, וואו די גאנצע עולם איז ארויס פול מיט חיזוק, זעענדיג אז סאטמאר בלייבט סאטמאר אין יעדע מצב, און אז די גאנצע עולם וועט זיך אלעמאל האלטן מיטן רב שליט"א און מיט די אמתע סאטמארע שיטה, האט מען געקענט מיטהאלטן א מעמד קידוש ה' ווען די בחורים זענען ארויס אויפן גאס און געזען אפאר פון די קצה המחנה, אויך אפאר ארונים, מחלל זיין די שבת קודש בפרהסיא רח"ל, האבן זיי מוחה געווען בקול רעש גדול אזויווי מדארף טון מיט אזעלכע רשעים. גאנץ וויליאמסבורג האט מיטגעהאלטן אז סאטמאר וועט אי"ה אלעמאל בלייבן סאטמאר, און די כח פון קדושה וטהרה וועט מען קיינמאל נישט קענען צוברעכן!!!
|
|