בית פורומים כל העולם כולו

עקסקלוסיוו: ראזענוואסער אין אידיש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2006 16:37 לינק ישיר 
עקסקלוסיוו: ראזענוואסער אין אידיש


דער אורטייל


פרייע איבערזעצונג פונעם אורטייל פון דעם סטעיט סופרים קאורט ריכטער סטוארט ראזנוואסער


***



סופּרים קאורט פון ניו יארק סטעיט


ארענדזש קאונטי 



אנקלעגער:


קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר פון קרית יואל און משה שעהר.


 אנטקעגן
אנגעקלאגטע:


קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר, מעני מענגיועל, דזשינא (יאנקל) קאהאן, שאול פּערלשטיין, יעקב (הערש) שעהנפעלד, סאלאמאן (שלמה זלמן) סאנדער, דזשאן דאו (אומבאצייכנטע מענטשן) פון 1 ביז 50, יו-טי-עי מתיבתא פון קרית יואל, יונייטעד טאלמודיקעל סעמינערי און יונייטעד טאלמודיקעל אקאדעמיע תורה ויראה.




באשלוס און אורטייל



די אנקלעגער האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע, פארלאנגענדיג אז דער געריכט זאל ארויסגעבן אן אורטייל, צו פארמיידן פון די אנגעקלאגטע צו טוישן אדער שטערן די טראדיציאנאלע אויפגאבעס און ראלעס פון די אנקלעגער, און דער צוטריט וואס זיי האבן געהאט צו א בית עלמין אין טאון אוו מאנרא.



די אנקלאגע איז געווען איבער'ן בעלות פון א בית עלמין וועלכע געפינט זיך אין טאון אוו מאנרא, ארענדזש קאונטי, ניו יארק. די אנקלאגע האט זיך באצויגן צו ארטיקל 15 פון די פּראפּערטי געזעצן און ארטיקל 30 און 63 פון די סיוויל פּראקטיס געזעצן. אין צוגאב האבן די אנקלעגער באשולדיגט די אנגעקלאגטע אין ברעכן א קאנטראקט און בייזוויליג שטערן דעם קאנטראקט און האבן פארלאנגט דערקלערט צו ווערן אלס גלייכע שותפים איבער דעם בית עלמין שטח. די אנגעקלאגטע האבן אריינגעגעבן קאנטער-אנקלאגעס, נוצנדיג אין אלגעמיין די זעלבע געזעצן.



שפּעטער אינעם פּראצעס האבן די אנקלעגער פארלאנגט אז דאס געריכט זאל באשטעטיגן זייערע רעכטן אויף א שטח וואס געפינט זיך נאנט צום בית עלמין, איבער וועלכן עס איז דא א קאנפליקט צווישן יו-טי-עי מתיבתא פון קרית יואל, יונייטעד טאלמודיקעל סעמינערי און יונייטעד טאלמודיקעל אקאדעמיע תורה ויראה - וואס קען אפעקטירן די אנקלעגער'ס רעכטן איבער דעם שטח.



 דאס געריכט האט ארויסגעגעבן דעם אורטייל נאכ'ן באטראכט די פאלגנדע טענות:


(דא ווערט אויסגערעכנט אלע טענות פון A ביז H וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן)



 


און די פאלגנדע אריינגעגעבענע פּאפּירן:


(דא ווערט אויסגערעכנט אלע דאקומענטן, פון 1 ביז 63, וואס ביידע זייטן האבן אריינגעגעבן)


פּרטים איבער די אנקלאגע


די אנקלעגער, קהל יטב לב ד'סאטמאר פון קרית יואל (די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן) און קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר (די ברוקלינער קאנגרעגעישאן) זענען שותפות'דיגע אייגנטימער פון א בית עלמין אין טאון אוו מאנרא, ניו יארק.



די אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן באזירט אויף ארטיקל 15 פון די פּראפּערטי געזעצן, צו באשטעטיגן דעם בעלות איבער'ן בית עלמין, וואס ווערט אידענטיפיצירט אין די מאנרא שטייער מאפּע אלס סעקשאן 305, בלאק 1, לאט 1.11. אין צוגאב צו אנדערע פארלאנגען בשייכות דעם באנוץ פון די פּראפּערטי, האבן די אנקלעגער פארלאנגט אז דער ריכטער זאל אנולירן א דעקלעראציע וואס די אנגעקלאגטע קאהאן, פּערלשטיין, שענפעלד און סאנדער - וועלכע זענען פארבינדן מיט קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר אין ברוקלין, ניו יארק - האבן אריינגעגעבן, וואס פארבאט צו טראנספערירן די רעכטן פון דעם שטח, סיידן מיט די אונטערגעשריבענע הסכמה פון די אונטערגעשריבענע אויף די דעקלעראציע.



אין די ענדע באציט זיך די אנקלאגע צו א בריוו פון יוני 30, 05'. דער בריוו איז אנגעבליך געשריבן געווארן דורך מר. פּערלשטיין, איינער פון די אנגעקלאגטע. דער תוכן פונעם בריוו איז אז די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן וועט פארבאטן ווערן פון באערדיגן אירע מיטגלידער אינעם בית עלמין, און ארויפלייגן מציבות און דורכפירן אנדערע אקטיוויטעטן אויף דעם שטח.



די אנקלעגער האבן אלזא פארלאנגט אין די אנקלאגע, אז די דעקלעראציע וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך קאהאן, פּערלשטיין, שענפעלד און סאנדער זאל דערקלערט ווערן דורכ'ן געריכט אלס בטל ומבוטל, און אז די אנקלעגער קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל זאל דערקלערט ווערן אלס שותפות'דיגער אייגנטומער פון דעם שטיק ריעל עסטעיט, און אז דאס געריכט זאל באשטעטיגן דעם טראנספער פון האלב פונעם בעלות פונעם בית עלמין צו די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן, וואס איז געמאכט געווארן אום יאנואר 19, 01'.



אין די אנקלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן יולי 12, 05', האבן די אנקלעגער פארלאנגט אז די אנגעקלאגטע זאלן פארבאטן ווערן צו טוישן דעם אופן וויאזוי דער בית עלמין פלעדט אלעמאל אנגעפירט ווערן. אלס טייל פון די אנקלאגע איז ארויסגעגעבן געווארן א צייטווייליגער אורטייל וואס האט פארבאטן פאר ביידע פּארטייען צו טוישן דעם אופן וויאזוי דער בית עלמין איז אנגעפירט געווארן, און אויך איז פארבאטן געווארן פאר ביידע פּארטייען צו טראנספערירן דעם בעלות איבער די שטח.



צוויי גרופּעס פארטרעטער פון די באשולדיגטע קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר (די ברוקלינער קאנגרעגעישאן) זענען ערשינען אין געריכט. די אדוואקאטן פירמעס פון ריידער, וויינער ענד פרענקעל, און העריק ענד פיינשטיין, זענען ערשינען אלס פארשטייער פון די ברוקלינער קאנגרעגעישאן. אין די זעלבע צייט איז אויך ערשינען די אדוואקאטן פירמע פון סמיט, באס ענד דזשעיקאבס, און זיך אנגעגעבן אלס פארשטייער פון די ברוקלינער קאנגרעגעישאן.



יעדע פירמע האט רעפּרעזענטירט אן אנדערע גרופּע פון די ברוקלין קאנגרעגעישאן, און יעדע פירמע האט גע'טענה'ט אז זי האט די איינציגסטע אויטאריטעט צו אנפירן די קאנגרעגעישאן און אויפנעמען אדוואקאטן. יעדע גרופּע האט גע'טענה'ט אז זיי זענען די לעגיטימע אנפירער פון די ארגאניזאציע.



די פירמע פון באס ענד דזשעיקאבס האט פארטרעטן בערל פריעדמאן און די אנדערע אנפירער פון די קארפּאראציע, וואס האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן אנגעהאלטן די פּאזיציעס, בשעת די טראנספערירונג פונעם שטח איז פארגעקומען.



די אנדערע צוויי פירמעס האבן פארטרעטן די פּארטייען וואס האבן גע'טענה'ט אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן, בעפאר די טראנספערירונג איז פארגעקומען אום יאנואר 01'. זיי האבן אויך גע'טענה'ט אז עס זענען פארגעקומען וואלן אין מאי 01', אין וועלכע נייע באאמטע זענען ערוויילט געווארן. אלנפאלס, די וואלן זענען דערקלערט געווארן אלס אומלעגיטים דורך די פריעדמאן גרופּע. אן אנקלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן דערוועגן אין די ברוקלין (קינגס קאונטי) געריכט, געפינט זיך איצט פאר'ן אפּעלאט געריכט.



אין א באזונדערן פארלאנג האבן די אנקלעגער אריינגעגעבן די נעמען פון יו-טי-עי מתיבתא אוו קרית יואל, יונייטעד טאלמודיקעל סעמינערי און יונייטעד טאלמודיקעל אקאדעמיע תורה ויראה, בשייכות מיט דעם קאנטראל פון א שטח נעבן דעם בית עלמין, וואס ווערט גענוצט דורך די אנקלעגער קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל צו קענען צוקומען צום בית עלמין. די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז וויבאלד עס איז פאראן א געראנגעל איבער די הערשאפט פון די שטחים, פעלט זיך אויס אז דאס געריכט זאל אינטערווענירן און באשליסן ווער פון די פּארטייען עס איז אין קאנטראל פון דעם שטח נעבן דעם בית עלמין.



פּונקט ווי ביי די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, איז אויך פאראן א קאנפליקט איבער ווער עס פארטרעט די יונייטעד טאלמודיקעל סעמינערי און יונייטעד טאלמודיקעל אקאדעמיע תורה ויראה. ביידע איזראעל גאלדבערג, און מארק גארדאן, זענען אויפגענומען געווארן אלס אדוואקאטן צו פארטרעטן די אינסטיטוציעס אין די דאזיגע אנקלאגע, און ביידע אדוואקאטן האבן פארלאנגט א געריכט אורטייל צו באשליסן וועלכע פּארטיי עס האט די אויטאריטעט אויפצונעמען אדוואקאטן פאר די ארגאניזאציעס.



די ברוקלינער קאנגרעגעישאן איז איצט פארוויקלט אין א געפעכט צווישן צוויי גרופּעס איבער איר פירערשאפט. איין גרופּע וואס באשטייט פון פּרעזידענט בערל פריעדמאן, און די באורד מיטגלידער יצחק ראזנבערג, שמואל דוד מארקאוויטש און חיים אלעזר גראס, וועלכע זענען געווען די פירער פון די קארפּאראציע אין 00'. די דאזיגע גרופּע איז געווען די וואס האט אויטאריזירט דעם טראנספער פונעם בית עלמין אין יאנואר 01', נאך א מיטינג פון די באורד אוו דירעקטארס וואס האט איינשטימיג באשטעטיגט דעם טראנספער פון האלב פון די בעלות פונעם בית עלמין שטח. די באשטעטיגונג איז רעקארדירט געווארן אין די פּראטאקאלן פון א ספּעציעלע מיטינג פון די באורד מיטגלידער פון די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, און פון די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן. דער דאקומענט (דיד) אריינצוברענגען דעם טראנספער אין קראפט, איז אריינגעגעבן געווארן אום יאנואר 19, 01' און איז רעקארדירט געווארן אום מאי 14, 01'.



די אנגעקלאגטע האבן אריינגעגעבן א דעקלעראציע אום יאנואר 19, 01', אין וועלכן זיי האבן זיך דערקלערט אלס די אנפירער פון די קארפּאראציע. די דעקלעראציע וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ארענדזש קאונטי קלוירק, פארבאט פאר אנדערע פּארטייען צו טראנספערירן און נוצן דעם בית עלמין פּראפּערטי. די דעקלעראציע באציט זיך צום "דיד" פון דעם בית עלמין פּראפּערטי, וואס איז אריינגעגעבן געווארן אום נאוועמבער 23, 988', וואס האט איבערגעגעבן די פולע קאנטראל איבער דעם בית עלמין, פאר די ברוקלינער קאנגרעגעישאן. די דעקלעראציע באציט זיך אינגאנצן נישט צו דעם "דיד" פון יאנואר 19, 01'.



דעם פאלגנדן מאי 01' איז אפּגעהאלטן געווארן וואלן אויסצוקלייבן פירער פאר די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, און אזוי אויך פאר אנדערע בשייכות'דיגע קאנגרעגעישאנס, אריינגערעכנט די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן. די מאי וואלן האבן געפירט צו די ערוויילונג פון בערל פריעדמאן אלס פּרעזידענט פון די קארפּאראציע. די וואלן איז באשטעטיגט געווארן, אין איינקלאנג מיט די שטאטוטן, דורך א וואל-קאמיטע. שפּעטער אין מאי 01' איז אפּגעהאלטן געווארן אנדערע וואלן וואס האט געפירט צו די ערוויילונג פון דזשינא קאהאן אלס פּרעזידענט. די וואלן איז, לויט ווי עס איז אנגעגעבן געווארן, באשטעטיגט געווארן דורך א קאמישאנער אוו דידס, און דורך דעם גרענד רבי טראצדעם וואס דאס האט זיך נישט אויסגעפעלט לויט די שטאטוטן. נאכמער, עס איז נישט פאראן קיין שום באווייזן אז די קהלה וואלן זענען אמאל באשטעטיגט געווארן אויף אזא אופן, זינט דער קאנגרעגעישאן איז אפיציעל געווארן א קארפּאראציע אין 948'.



יעדע זייט אין די אנקלאגע ווארפט אפּ די לעגיטימיטעט פון די וואלן פון די אנדערע זייט. מר. פריעדמאנ'ס וואלן ווערט דערקלערט אומלעגיטים, ווייל ער איז אנגעבליך ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן, בעפאר ער האט טראנספערירט דעם בעלות פונעם בית עלמין. לויט די טענות פונעם צד שכנגד האט ער נישט געקענט ערוויילט ווערן פּרעזידענט אין מאי 01', ווייל ווען ער איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן, איז זיין אויטאריטעט אלס פּרעזידענט צוגענומען געווארן פון אים. אן אנדערע טענה איז אז וויבאלד ער איז ארויסגעווארפן געווארן, האט ער נישט געקענט פאררופן וואלן, ווי עס פארלאנגט זיך לויט די שטאטוטן פון די קארפּאראציע.



די וואלן פון מר. קאהאן ווערט דערקלערט אומלעגיטים, ווייל דער צד שכנגד טענה'ט אז ער האט נישט געקענט פאררופן קיין וואלן, ווייל בלויז דער פּרעזידענט פון די קארפּאראציע קען פאררופן וואלן, און ער איז נישט געווען פּרעזידענט. בלויז דער פּרעזידענט קען פאררופן וואלן לויט די שטאטוטן. לויט די שטאטוטן איז נישט שייך אזא זאך ווי א שותפות'דיגע פּרעזידענטשאפט. די טענה איז אלזא אז די וואלן פון מר. קאהאן איז נישט געווען אויטאריזירט, און אז ער און די איבעריגע באאמטע אונטער אים, אריינגערעכנט מר. פּערלשטיין וועלכער האט געשיקט די יולי 30, 05' בריוו, האבן אומלעגאל איבערגענומען קאנטראל פון די קארפּאראציע.




אנגעלעגנהייטן



כדי פעסטצושטעלן אויב דער טראנספער פונעם שטח אין 01' איז געווען לעגאל אדער נישט, מוז דאס געריכט באשליסן אויב מר. פריעדמאן איז געווען פּרעזידענט אין די צייט פונעם טראנספער, און צי ער איז געווען אויטאריזירט צו טראנספערירן האלב פונעם בעלות פונעם שטח צו די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן.



דאס געריכט מוז אלזא באשליסן אויב מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן בעפאר דעם טראנספער אדער נישט. קיין שום טענות זענען נישט אויפגעברענגט געווארן דורכ'ן צד שכנגד איבער דעם אופן וויאזוי ער האט פאררופן, און וויאזוי עס איז דורכגעפירט די וואלן אין מאי 01', וואס האט געפירט צו זיין ערוויילונג אלס פּרעזידענט.  די איינציגסטע פראגע וואס איז אויפגעברענגט געווארן איז געווען צי ער האט לויט די שטאטוטן בכלל געמעגט פאררופן וואלן.



עס איז וויכטיג צו קלאר צו מאכן אויב מר. פריעדמאנ'ס איז געווען דער לעגיטימער פּרעזידענט, ווייל דאס אפעקטירט די שריט וואס מר. קאהאן האט אונטערגענומען. אויב מר. פריעדמאן איז געווען פּרעזידענט אין די צייט וואס דער טראנספער איז דורכגעפירט געווארן, און האט געקענט פאררופן וואלן, איז מר. קאהאן נישט געווען אין די פּאזיציע צו שטערן דעם טראנספער פון דעם שטח, אדער אריינצוגעבן וועלכע דאקומענט צו פארבאטן פאר אן אנדערע גרופּע צו נוצן דעם שטח.



די איבעריגע אנגעלעגנהייטן אין דעם קעיס, באציען זיך בדרך כלל צו מר. פריעדמאנ'ס פּאזיציע אין די קאנגרעגעישאן אום יאנואר 19, 01'.




וואס דאס געזעץ זאגט



דער ברוקלין קאנגרעגעישאן אלס א רעליגיעזע גרופּע, איז נישט אנדערש פון יעדע אנדערע רעליגיעזע קארפּאראציע. אויב איז זי געגרינדעט געווארן אלס א לעגאלער קערפּערשאפט לויט די ניו יארקער רעליגיעזע קארפּאראציע געזעצן, דאן מוז זי זיך האלטן צו די דאזיגע געזעצן.



צו טענה'ן אז ציווילע געריכטן קענען זיך נישט מישן אין נישט-רעליגיעזע געפעכטן, און גיין נאך ווייטער און דערקלערן אז דער גייסטליכער פירער איז דער איינציגסטער אויטאריטעט, איבער אלע אנגעלעגנהייטן וואס קומען פאר אין די רעליגיעזע קארפּאראציע, אפּגעזען פון זייער כאראקטער, איז א סתירה מיט'ן געזעץ וואס האט געגרינדעט די קארפּאראציע אין ערשטן ארט. געריכטן האבן זיך נאכאנאנד אריינגעמישט אין אינערליכע קאנפליקטן פון רעליגיעזע סעקטעס, ווען עס האט זיך געהאנדלט פון סעקולערע אנגעלעגנהייטן, ווי למשל דער קאנטראל פון א שטח, און האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אידענטיפיצירן די לעגיטימע אויטאריטעט פון קארפּאראציעס, ווען עס האט זיך געהאנדלט פון קארפּאראציע באשליסן (דא דערמאנט ראזנוואסער אן אנדערן רעליגיעזן קאנפליקט אין 984', וואו דאס געריכט האט זיך אריינגעמישט).



נישט צו פּסק'ענען אין אזעלכע סכסוכים, מיינט אין אנדערע ווערטער צוריקצואווייזן די לעגאלע שוץ פאר די קאנגרעגעישאן, אירע מיטגלידער און פארמעגנס. א ציווילער געריכט קען נישט ערלויבן אז אזעלכע קאנפליקטן זאלן געלייזט ווערן דורך כח אדער געוואלדטאטן.



די וואס ראטן מיך זיך נישט אריינצומישן אין דעם געפעכט, אויפ'ן סמך פון די ערשטע אמענדמענט (הערה: די ערשטע אמענדמענט פארבאט פאר רעגירונג זיך אריינצומישן אין רעליגיע) טענה'ן אז דער גאנצער קאנפליקט אין דעם ברוקלינער קאנגרעגעישאן איז בלויז א קאמף איבער ווער עס זאל ערזעצן דעם גרענד רבי אלס דער קאנגרעגעישאנ'ס גייסטליכער פירער. לויט זייער טענה, זענען די קאנקורירנדע גרופּעס פון די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, פאקטיש די נאכפאלגער פון די צוויי זין פונעם גרענד רבי, וועלכע פארמעסטן זיך פאר'ן קאנטראל, און דער איצטיגער געפעכט איז נישט מער ווי א פארזוך צו שטערן דעם גרענד רבי'ס אויסוואל, וועלכער פון די צוויי זין עס זאל אים ערזעצן.



אפילו אויב מיר זאלן זאגן אז די טענה איז גערעכט, און אז דער געפעכט איבער דעם קאנטראל פון די ברוקלין קאנגרעגעישאן שטאמט פון א ריס צווישן די צוויי זין פונעם גרענד רבי, איבער די אישו פון ווער עס זאל אים ערזעצן אלס דער גייסטליכער פירער פון די סאטמארער סעקטע, בין איך איבערצייגט אז די פּראפּערטי געראנגעל קען געלייזט ווערן דורכ'ן געזעץ, אן דעם וואס דאס געריכט זאל זיך דארפן אריינמישן אין רעליגיעזע פראגעס איבער ווער עס זאל ערזעצן דעם רבי'ן (דא ברענגט דער ריכטער אן אנדערן פאל אין 99', וואו א געריכט האט געאורטיילט אין א געפעכט אן זיך אריינמישן אין רעליגיעזע פראגעס).



פאקטיש איז אבער קלאר אז די פראגע איז נישט איבער ווער עס זאל ערזעצן דעם רבי'ן, און מען קען זיכער זיין אז איך וועל זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט איבער די רעליגיעזע ענינים פון די קאנגרעגעישאן, כאטש איך וועל יא אורטיילן איבער אן אישו וואס אפעקטירט א שטח (דא ברענגט דער ריכטער אראפּ עטליכע ענליכע פעלער וואו ריכטער האבן זיך אריינגעמישט און ארויסגעגעבן א פּסק).



אין די אנקלאגע פון מאריס אנטקעגן שריבנער אין 987', האט דאס געריכט דערקלערט: "דער אורטייל פון א ציווילן געריכט איבער דעם אינערליכן געפעכט, טוט נישט פארלעצן די ערשטע אמענדמענט, וואס פארלאנגט אז רעליגיעזע קערפּערשאפטן זאלן ערלויבט ווערן אליינס צו באשליסן רעליגיעזע ענינים, אן די אריינמישונג פון די רעגירונג, ווייל אין דעם פאל קען דאס געריכט אורטיילן, אן זיך באציען צו ענינים פון רעליגיע."



בשעת די צוויי פּארטייען קענען זיך נישט אייניגן איבער כמעט גארנישט, זענען אבער ביידע מודה אז דער גאנצער קאנפליקט ווענדט זיך צי בערל פריעדמאן, וועלכער איז געווען פּרעזידענט פון די רעליגיעזע קארפּאראציע, איז ארויסגעווארפן געווארן בעפאר יאנואר 19, 01'. דאס געריכט קומט צום באשלוס אז ער איז נישט ארויסגעווארפן געווארן.



ביידע זייטן אין די אנקלאגע טענה'ן אז דער אקטאבער 22, 04' באשלוס פון ברוקלין סופּרים קאורט (ריכטער באראש) בארעכטיגט זייערע טענות, איבער ווער עס האט אויטאריטעט און צי מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן אדער נישט. זיך האלטנדיג צו יענעם פּסק האב איך געאורטיילט אום אקטאבער 21, 05', אז די אדוואקאטן וואס פארטרעטן דזשינא קאהאן, זאלן מיך ערלויבן צוטריט צום גרענד רבי, אז ער זאל באשטעטיגן אז ער האט ארויסגעווארפן בערל פריעדמאן. איך האב דערקלערט אז דער גרענד רבי וועט אקאמאדירט ווערן אויף וואספארא אופן עס וועט פארלאנגט ווערן, כדי צו רעספּעקטירן זיין הייליגן אמט.



אבער צוטריט צום גרענד רבי איז מיר נישט געשאנקען געווארן און אנשטאט זענען צוגעשטעלט געווארן פאר'ן געריכט א ריזיגע צאל שריפטליכע עדות'שאפטן, באשטעטיגונגען און אנדערע פּאפּירן מיט סברה'דיגע און לעגאלע ארגומענטן, אריינגערעכנט צענדליגער סיבות צו ערקלערן פארוואס דער רבי זאל נישט דארפן ערשיינען, כאטש מען האט מיר באקאנט געמאכט אז א ריכטער איז ערלויבט געווארן צו רעדן צום גרענד רבי, בנוגע אן אומ'שייכות'דיגע אנקלאגע אין ברוקלין געריכט, בלויז עטליכע וואכן פאר מיין פארלאנג צו באקומען צוטריט צום רבי'ן.



איך האב שטודירט די פּאפּירן וואס די אנגעקלאגטע האבן אריינגעגעבן, און געקומען צו די מסקנא אז זיי באשטעטיגן נישט דעם אנגעבליכן פאקט אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן. די זעלבע און ענליכע טענות און פּאפּירן זענען אריינגעגעבן געווארן במשך פיר יאר פון אנקלאגעס אין ברוקלין און פונדעסטוועגן, איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אז ער איז נישט געווען דער פּרעזידענט פון די קארפּאראציע אין 00', און וויבאלד עס איז נישט צוגעשטעלט געווארן קיין קאמפּעטענטע באווייזן אויפצואווייזן אנדערש, איז קלאר אז ער איז געווען דער פּרעזידענט ווען דער טראנספער איז דורכגעפירט געווארן.



די טענה פון די אנגעקלאגטע אז עס איז אוממעגליך ארויסצוגעבן אן ענדגילטיגן אורטייל, ווייל די בארג פּאפּירן וואס זענען אריינגעגעבן געווארן ברענגען אויף פראגן איבער די פאקטן, האט נישט קיין שום האפט. מען האט געגעבן א געלעגנהייט פאר די פּארטייען וועלכע האבן גע'טענה'ט אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן, אז זיי זאלן צושטעלן קאמפּעטענטע באווייזן, אבער זיי האבן דאס צוריקגעוויזן. רוב פון די ארגומענטן וועלכע דארפן בארעכטיגן די טענה אז ער איז ארויסגעווארפן געווארן, ווייזן אן אויף א קאמיסיע פון דיינים, וועלכע האבן געשטימט ארויסצואווארפן מר. פריעדמאן, און אז דער באשלוס איז דערנאך באשטעטיגט געווארן דורך דעם גרענד רבי.



אלזא, א געלעגנהייט איז געשאנקען געווארן אז זיי זאלן צושטעלן באווייזן אין שטיצע פון זייער טענה, און די געלעגנהייט איז נישט אויסגענוצט געווארן. עס איז נישט קלאר אפילו אז די עדות'שאפט וואלט געהאלפן די וואס טענה'ן אז מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן. טראץ דין ודברימ'ס וואס האבן זיך געצויגן פאר איבער זעקס חדשים אין מיין געריכט-הויז, און פיר יאר אין אנדערע געריכט הייזער, האבן די וואס טענה'ן אז ער איז ארויסגעווארפן געווארן נישט געקענט צושטעלן קאמפּעטענטע שכל'דיגע באווייזן צו בארעכטיגן זייער טענה, און מיר צוריקהאלטן פון ארויסגעבן אן ענדגילטיגן אורטייל. (דא ברענגט דער ריכטער נאך אן אורטייל פון 999' וואס בארעכטיגט זיין באשלוס.)



אלע רעליגיעזע קארפּאראציעס וועלכע זענען פארוויקלט אין דעם געריכטליכן געפעכט, דארפן געפירט ווערן און זענען געבינדן צו ניו יארקער סטעיט געזעצן. עס דארף באמערקט ווערן אז קיין שום ארגאניזאציע איז נישט מחויב צו ווערן א קארפּאראציע, לויט די ניו יארקער געזעצן, אבער עס זענען פאראן פארשידענע בענעפיטן לויט די סטעיט געזעצן, פון וועלכע מען קען בלויז געניסן אויב מען ווערט א קארפּאראציע, און אין די זעלבע צייט מוז מען זיך פארפליכטן צו געוויסע התחייבות'ער, וואס קיין איינע פון זיי אפעקטירט נישט די רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן פון די רעליגיעזע קארפּאראציעס. איינע פון די התחייבות'ער איז אז מען מוז זיך האלטן צו די שטאטוטן פון די ארגאניזאציע, און האלטן רעקארדס פון אלע שריט וואס דער באורד פירט דורך.



טראצדעם וואס די געריכטן טארן זיך נישט אריינמישן איבער אזעלכע אנגעלעגנהייטן, ווי למשל וויאזוי א קאנגרעגעישאן קען שענקען מעמבערשיפּ, קען אבער דאס געריכט זיך אריינמישן, און זיכער מאכן אז די קאנגרעגעישאן האלט זיך צו אירע אייגענע שטאטוטן, ביים באהאנדלען די מעמבערשיפּ סטאטוס פון אן אינדיווידועלן מיטגלידער (דא ברענגט דער ריכטער צוויי אנדערע ביישפּילן וואו ריכטער האבן זיך אריינגעמישט ביי אזעלכע געלעגנהייטן.) די געריכטן מעגן באשליסן אויב א רעליגיעזע קארפּאראציע האלט זיך צו אירע אייגענע פּראצעדורן און שטאטוטן, ביים ערוויילן באאמטע (דא ווייזט דער ריכטער אן אויף אן אורטייל אין 03' ווען א ריכטער האט אזוי געאורטיילט.) דער דאזיגער אורטייל טוט נישט באהאנדלען די פראגע אויב א געוויסער מיטגלידער האט געדארפט אדער געקענט ארויסגעווארפן ווערן. די איינציגסטע זאך וואס דער אורטייל באהאנדלט, איז די פראגע איבער די מעמבערשיפּ און די וואלן פון די קאנגרעגעישאן פירער, און אויב זיי זענען געווען אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון ניו יארק, און די שטאטוטן פון די קהלה.



עס איז נישט צוגעשטעלט געווארן קיין קאמפּעטענטע באווייזן פאר'ן געריכט, דורכאויס דעם פּראצעס אז עמיצער איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קהלה, אין איינקלאנג מיט די קלארע פארלאנגען פון די שטאטוטן (ארטיקל עקס, פּאראגראף סי פון די שטאטוטן פון קהל יטב לב.)



קיין איינס פון די פּאפּירן און באווייזן וועלכע די צדדים האבן צוגעשטעלט, אלס רעזולטאט פון מיין אורטייל פון אקטאבער 21, 05', באשטעטיגט נישט אז עמיצער איז ארויסגעווארפן געווארן לויט די שטאטוטן אדרבא, זיי איבערצייגן קאר אז מר. פריעדמאן איז קיינמאל נישט באזייטיגט געווארן פון זיין פּאזיציע אלס פּרעזידענט. די באווייזן וועלכע האבן געזאלט פעסטשטעלן אז קהלה מיטגלידער זענען יא ארויסגעווארפן געווארן ווי עס באדארף צו זיין, האבן נישט אנטהאלטן די אפיציעלע פּראטאקאלן פון די קהלה, בלויז גערעדעכצער און דאקומענטן, וועלכע האבן געהאט גאר ווייניג ווערד, אויב דאס יא.



עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז מר. פריעדמאנ'ס סטאטוס אלס פּרעזידענט, איידער ער איז אנגעבליך ארויסגעווארפן געווארן, איז קיינמאל נישט אפּגעפרעגט געווארן. אלזא, וויבאלד ער איז נישט ארויסגעווארפן געווארן, איז ער געווען דער פּרעזידענט פון די קהלה בשעת דער טראנספער פון דעם בית עלמין איז דורכגעפירט געווארן, און ער איז דעריבער ווידערערוויילט געווארן אין די ערשטע וואלן וועלכע זענען אפּגעהאלטן געווארן אין מאי 01', אינאיינעם מיט דריי אנדערע באורד מיטגלידער. עס דארף אויך אנגעוויזן ווערן אז די וואלן פון בערל פריעדמאן אין 01' איז קיינמאל נישט אפּגעפרעגט געווארן דורכ'ן צד שכנגד, ביים פּראצעס אינעם ברוקלין סופּרים קאורט.



דער פאקט אז געוויסע יחידים האבן געדינט אין די פארגאנגענע פיר יאר אויף וויכטיגע אויטאריטעט פּאזיציעס, האט נישט קיין שום ווערד. ביי א רייע צייטווייליגע אורטיילן וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אינעם ברוקלין סופּרים קאורט, האבן ספּעציפישע יחידים באקומען די אויטאריטעט אויסצופירן פארשידענע אויפגאבעס, כדי צו פארזיכערן אז די קהלה גייט ווייטער אן, דורכאויס דעם פּראצעס. די אורטיילן האבן נישט איבערגעגעבן פאר די יחידים קיין שום אויטאריטעט, חוץ די צייטווייליגע אויפגאבעס וואס זיי האבן באקומען, צו פירן די קהלה ווילאנג עס קומט אן אורטייל (דא ברענגט דער ריכטער נאך אן ענליכן אורטייל פון 03'). אזוי אויך דארף באמערקט ווערן אז צווישן באאמטע וואס זענען באשטימט געווארן צייטווייליג אנצופירן די קהלה, זענען נישט געווען אזעלכע וואס זענען ערוויילט געווארן אלס רעזולטאט פון איינע פון די צוויי וואלן. וויאזוי עס זאל נישט זיין זענען אלע צייטווייליגע אורטיילן בטל געווארן, ווי נאר דער ענדגילטיגער אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן.



דער ענדגילטיגער פּסק (פון באראש) האט אויך נישט געגעבן קיין שום  אויטאריטעט פאר קיין שום יחיד. ווען מען ליינט דורך דעם אורטייל זעט מען אז ריכטער באראש האט נישט אנגענומען די טענות פון קיין שום צד. באראש איז געקומען צו די מסקנא אז די אויטאריטעט פון געוויסע יחידים צו דינען אלס פירער פון די קהלה, איז א רעליגיעזער אנגעלעגנהייט, און דעריבער קען זיך דער געריכט נישט אריינמישן דערין. אלס רעזולטאט האט ריכטער באראש זיך אנטזאגט צו אורטיילן אז מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן, אדער צו באשטעטיגן איינע פון די וואלן, און האט געאורטיילט אז דער סטאטוס קווא דארף ווייטער אנגעהאלטן ווערן, אן ערקלערן ספּעציפיש אינעם אקטאבער 22, 04' אורטייל, וואס דער סטאטוס קווא איז. דער איצטיגער אורטייל טוט לייזן די אנגעלעגנהייטן, וועלכע זענען נישט געלייזט געווארן אין דעם ברוקלינער אורטייל.



אין די אנקלאגע פון מאריס אנטקעגן שריבנער אין 987' האט דאס געריכט דערקלערט: "דער הויפּט ציל פון די רעליגיעזע קארפּאראציעס געזעץ, איז צו פארזיכערן אז די פּראפּערטיס פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס ווערן געפירט אויף אן אחריות'דיגן אופן, און זיי צו באשיצן פון אזעלכע וואס קענען פּרובירן אויסצונוצן די קארפּאראציעס פאר זייערע אייגענע אינטערעסן."



אויב קוקט מען בלויז אויף די פאקטן וועלכע זענען אין איינקלאנג מיט די שטאטוטן, דאן איז קלאר אז מר. פריעדמאן איז געווען דער פּרעזידענט בשעת דער טראנספער פון דעם בית עלמין איז דורכגעפירט געווארן, וואס דאס איז דאך דער הויפּט סיבה צום איצטיגן פּראצעס. די גרופּע וואס ווערט אנגעפירט דורך מר. קאהאן טענה'ט אז די שטאטוטן זענען אינגאנצן נישט רעלעוואנט, ווייל זייער אויטאריטעט קומט דירעקט פונעם גרענד רבי, וועלכער איז לויט דעם ברוקלינער אורטייל דערקלערט געווארן צו זיין דער סמכות עליונה און פולשטענדיגער אויטאריטעט.



אפילו לו יהא דאס זאל זיין אמת, קען די גרופּע נישט ערלויבט ווערן צו פארבלייבן אין קאנטראל, אויף א פארנעם וואס איז אין קעגנזאץ צו די רעליגיעזע קארפּאראציע'ס שטאטוטן, און לעגאל אנגענומענע רעזאלוציעס, דורך זיך אנקליידן אין א מאנטל פון רעליגיעזע אויטאריטעט, און דאס דאן נוצן אלס א פּאנצער קעגן דאס געריכט'ס ערלויבעניש און אחריות צו לייזן דעם קאנפליקט און די ארומיגע אישוס. (דא ברענגט דער ריכטער אראפּ א רייע אורטיילן וואס בארעכטיגן זיין שטעלונג.)



די פאקטן אין דעם קעיס מוזן געזען ווערן אין איינקלאנג מיט די שטאטוטן פון די קארפּאראציע, די רעליגיעזע קארפּאראציע געזעץ און אנדערע געזעצן. דער פאקט איז אז מר. פריעדמאן איז אן קיין שום צווייפל געווען דער פּרעזידענט בשעת דער טראנספער פון האלב פון די בעלות פונעם בית עלמין איז דורכגעפירט געווארן, סיידן עמיצער וויל איגנארירן די שטאטוטן און געזעצן. דער צד שכנגד האט נישט צוגעשטעלט קיין שום קראנטע באווייזן, אין איינקלאנג מיט די שטאטוטן, אז מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן, און אז זיין אויטאריטעט אלס פּרעזידענט איז אוועקגענומען געווארן פון אים.



דעריבער מוז מען קומען צום אויספיר אז עס זענען נישטא קיין פאקטן אונטערצושטיצן די טענות דערקעגן.





וועלכע אדוואקאטן עס האבן א רעכט
צו פארטרעטן די קהלה



דער ענין קען ערקלערט ווערן ווי פאלגנד: דער אדוואקאט פירמע פון ריידער, וויינער ענד פרענקעל, האט אריינגעגעבן א פארלאנג צום געריכט אום סעפּטעמבער 28, 05', אין נאמען פון די ברוקלין קאנגרעגעישאן און דזשינא קאהאן, שאול פּערלשטיין, יעקב שעהנפעלד און סאלאמאן סאנדער, אז בלויז זיי און דער אדוואקאט פירמע פון העריק ענד פיינשטיין, זאלן דערקלערט ווערן אלס די אפיציעלע אדוואקאטן פון די ברוקלין קאנגרעגעישאן. דער אדוואקאט פירמע פון סמיט, באס ענד דזשעיקאבס איז אויך ערשינען אין געריכט, און דערקלערט אז בלויז זי פארטרעט די ברוקלין קאנגרעגעישאן.



ביידע באטרעפנדע אדוואקאטן גרופּעס טענה'ן אז זיי זענען אויפגענומען געווארן דורך די לעגיטימע פירער פון די ברוקלין קאנגרעגעישאן. צום באדויערן זענען פאראן צוויי גרופּעס קהל פירער, וואס דערקלערן זיך אלס די לעגאל ערוויילטע פארשטייער פון די קהלה.



דער אדוואקאט פירמע פון סמיט, באס ענד דזשעיקאבס איז אויפגענומען געווארן דורך די ברוקלין קהלה, דורך בערל פריעדמאן, וועלכער דערקלערט זיך אלס דער פּרעזידענט פון די קאנגרעגעישאן, אלס רעזולטאט פון די וואלן וועלכע זענען אפּגעהאלטן געווארן אום מאי 01'. די אנדערע פירמעס טענה'ן אז זיי האבן באקומען די אויטאריטעט צו פארטרעטן די קהלה דורך דזשינא קאהאן, וועלכער טענה'ט אז ער איז ערוויילט געווארן אין באזונדערע וואלן, וועכע זענען אפּגעהאלטן געווארן שפּעטער אינעם זעלבן מאנאט.



מר. קאהאן דערקלערט אז ער איז דער לעגאלער פירער, ווייל מר. פריעדמאן איז ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן דורך דעם גרענד רבי, און האט נישט געקענט פאררופן קיין נייע וואלן אלס פּרעזידענט, נאכ'ן ארויסגעווארפן ווערן. מר. קאהאנ'ס פּאזיציע איז, אז נאכ'ן ארויסגעווארפן ווערן האט מר. פריעדמאן פארלוירן זיין פּאזיציע אלס פּרעזידענט, און בלויז דער פּרעזידענט קען פאררופן נייע וואלן.



לויט די מסקנות אינעם דאזיגן אורטייל איז מר. פריעדמאן נישט ארויסגעווארפן געווארן פון די קאנגרעגעישאן. ער איז דעריבער ווידערערוויילט געווארן אלס פּרעזידענט אינאיינעם מיט דריי באורד מיטגלידער, און האט דעריבער געהאט די אויטאריטעט צו באשיצן און אפּהיטן די נכסים פון די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, וואס דער בית עלמין איז א טייל פון איר.



זייענדיג דער פּרעזידענט האט ער אויך געהאט די אויטאריטעט אויפצונעמען אדוואקאטן צו פארטיידיגן די קהלה'ס נכסים. אלנפאלס, אזוי ווי די טענות פון אלע אדוואקאטן זענען אויסגעהערט געווארן, בעפאר'ן ארויסגעבן דעם אורטייל, זענען די פארלאנגען פון ביידע גרופּעס אדוואקאטן, דערקלערט צו ווערן אלס די לעגיטימע פארטרעטער, מער נישט וויכטיג, און ווערן צוריקגעוויזן.




ערשטער אורטייל



דער הויפּט פארלאנג פון די אנקלעגער איז געווען אז דאס געריכט זאל ארויסגעבן אן ערשטער אומענדגילטיגער אורטייל, צו באשטעטיגן די אייגנטימערשאפט פון א שטח אין ארענדזש קאונטי, וואס ווערט גענוצט אלס בית עלמין דורך ביידע קהלות. דער שטח האט א וויכטיגער סימבאלישער ווערד פאר אלע פּארטייען, וויבאלד דער גרינדער פון די ארגאניזאציע, וואס איז איצט פארוויקלט אין דעם לעגאלן געפעכט, איז נטמן אין דעם בית עלמין. נישט בלויז ווערן מיטגלידער פון די קאנגרעגעישאן באערדיגט אינעם ארט, נאר עס ווערן אויך אפּגעהאלטן צוזאמענקונפטן, אפּצוצייכענען דעם יארצייט פון די גרינדער פון די רעליגיעזע ארגאניזאציע.


די פּארטיי וואס פארלאנגט אן ערשטער אומענדגילטיגער אורטייל דארף אינאכט נעמען: 1) די ווארשיינליכקייט צו האבן סוקסעס לויט די באווייזן; 2) די אנקלעגער וועלן ליידן גרויסע שאדנס אויב וועט נישט קומען אזא ערשטער אורטייל; 3) א רייע סיבות קענען העלפן פארזיכערן צו באקומען אזא סארט אורטייל.



אן ערשטער אומענדגילטיגער אורטייל ווערט אבער בדרך כלל ארויסגעגעבן צו באשיצן דעם סטאטוס קווא, ביז ווילאנג עס קומט פאר א פארהער אויסצוהערן די פארלאנגען פון ביידע צדדים. דער פארלאנג פון די אנקלעגער איז געווען אז עס זאל ווייטער אנגעהאלטן ווערן דער סטאטוס קווא, פּונקט ווי עס איז געווען בעפאר דער פּערלשטיין בריוו, וועלכע האט געדראעט צו באגרעניצן צוטריט פון די אנקלעגער צום בית עלמין.



ביידע פּארטייען זענען ערלויבט געווארן אריינצוגעבן לעגאלע ארגומענטן, און צו צושטעלן באווייזן כמעט אן קיין שום באגרעניצונג. דער אורטייל וועט אלזא נישט דינען אלס אן ערשטער אורטייל, נאר אלס אן ענדגילטיגער אורטייל. דאס וועט ערמעגליכן פאר'ן געריכט זיך אפּצוגעבן מיט די אנגעלעגנהייטן וואס זענען געברענגט געווארן פאר'ן געריכט, אויף דעם בעסטן אופן וואס שייך, און פארקלענערן די מעגליכקייט פון ווייטערדיגע רייבערייען.



עס פעלט זיך מער נישט אויס אז איך זאל ארויסגעבן בלויז אן ערשטער אורטייל, אז מען זאל קענען אריינגעבן נאך פאקטן, וויבאלד איך האב געגעבן פאר אלע פּארטייען גענוג צייט אריינצוגעבן אלע באווייזן וואס זיי פארמאגן אונטערצושטיצן זייערע פּאזיציעס, אפילו א לאנגע צייט נאכדעם וואס דער דעדליין אריינצוגעבן פּאפּירן איז אריבער.



צו באקומען אן ענדגילטיגן אורטייל האבן די אנקלעגער דעם עול פון דארפן אויפווייזן אז זיי זענען בארעכטיגט צו אזא אורטייל לויט'ן געזעץ, און זיי מוזן אריינגעבן גענוג שטארקע באווייזן צו עלימינירן אלע סארט באווייזן דערקעגן. ווי נאר די באווייזן ווערט געוויזן פאר'ן צד שכנגד, מוזן זיי אפירקומען מיט גוטע פאקטן צו ערקלערן פארוואס זיי האלטן אז זיי האבן גוטע שאנסן צו אפּעלירן דעם פּסק. אין ליכט פון די באווייזן וואס זענען פּרעזענטירט געווארן פאר'ן געריכט, האב איך באשלאסן ארויסצוגעבן אן ענדגילטיגן אורטייל.



ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן גענוג באווייזן אז איך זאל האבן די מעגליכקייט ארויסצוגעבן אן ענדגילטיגער פּסק. צווישן די אישוס וואס זענען פארגעשטעט געווארן זענען געשריבענע עדות'שאפטן און דערקלערונגען בשייכות מיט די אויטאריטעט פון בערל פריעדמאן צו פארטרעטן די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, ווען ער האט אונטערגעשריבן דעם טראנספער וואס האט צעטיילט דעם בעלות פונעם בית עלמין, וואס האט ביז דאן באלאנגט בלויז פאר די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, צווישן די ברוקלינער קאנגרעגעישאן און די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן. עס איז געווען וויכטיג פעסטצושטעלן אויב בערל פריעדמאן האט געהאט די אויטאריטעט צו פארטרעטן די ברוקלינער קאנגרעגעישאן, כדי צו קענען ארויסגעבן אן אורטייל איבער ווער עס איז אין קאנטראל פון דעם בית עלמין. איך האב באשלאסן ארויסצוגעבן אן אורטייל לטובת בערל פריעדמאן.



וויבאלד עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז בערל פריעדמאן האט געהאט די אויטאריטעט דורכצופירן דעם טראנספער, האט מער נישט געקענט אויפגעברענגט ווערן קיין שום טענה צו שטערן דעם טראנספער צו די ברוקלינער און קרית יואל'ער קאנגרעגעישאנס אין 01'. דער באשלוס איז געמאכט געווארן נאכ'ן אנאליזירן די געזעצן, און דאס געריכט האט זיך נישט געדארפט אריינמישן אין די רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן פון די קאנגרעגעישאנס וועלכע זענען פארמישט אין די אנקלאגע, כדי צו לייזן דעם קאנפליקט.



צום שלוס, עס איז נישט פאראן קיין שום פראגע אז מר. פריעדמאן האט געהאט די רעכט צו דינען אלס פּרעזידענט פון די רעליגיעזע קארפּאראציע, און אריינגעבן דעם דיד וואס האט צעטיילט די בעלות אין די צייט פונעם טראנספער.



די איינציגסטע איבערגעבליבענע אישו איז די פארנאכלעסיגקייט פון די וואס האבן טראנספערירט דעם שטח, איינצומעלדן דערוועגן פאר'ן אטוירני דזשענעראל פון ניו יארק און צו באקומען די באשטעטיגונג פונעם סופּרים קאורט בעפאר דעם טראנספער, ווי עס פארלאנגט זיך לויט'ן נאן-פּראפיט קארפּאראציע געזעץ, רעליגיעזע קארפּאראציע געזעץ.



צוליב די אומשטענדן וועלכע זענען פארגעשטעלט געווארן, ווערט דער טראנספער פון די פּראפּערטי באשטעטיגט, וויבאלד עס איז קיין שום פראגע נישט אז דער בית עלמין איז אלעמאל אנגעפירט געווארן בשותפות, זינט עס איז געעפנט געווארן, אן קיינע ערנסטע אינצידענטן. עס האט באלאנגט בשותפות פאר ביידע קהלות זינט 01', און בעפאר דעם איז די הערשאפט איבער דעם בית עלמין אריבערגעגאנגען צווישן איין קאנגרעגעישאן און די אנדערע, אנדעם וואס עס זאל שטערן פאר די אנגייענדע אפעראציעס אינעם בית עלמין, פאר די בענעפיטן פון ביידע קאנגרעגעישאנס.



אלזא, דער פארלאנג פאר די באשטעטיגונג פונעם טראנספער פון האלב פון די בעלות פונעם בית עלמין ווערט נאכגעגעבן, און אלע אנדערע נאכפאלגנדע פארלאנגען בשייכות מיט דעם שטח ווערן ארויסגעווארפן. די אנקלעגער קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל ווערט פארארדנט אויסצופילן פּאפּירן איבער דעם נושא, וואס וועט דערנאך אריינגעגעבן ווערן פאר דעם ארענדזש קאונטי קלוירק.



 
די איבעריגע טענות און קאנטער-טענות



די איבעריגע טענות און קאנטער-טענות ווערן ארויסגעווארפן. אלס רעזוטאט פון דאס אויבנדערמאנטע, איז מער נישט פאראן קיין פראגע אז דער בית עלמין ווערט געפירט אויף אן אחריות'דיגן אופן. דער פּערלשטיין בריוו, וואס איז דאטירט יוני 30, 05', דער דאקומענט וואס האט אויפגעפלאמט די קאנטראווערסיע, איז לויט ווי עס איז אנגעגעבן געווארן פאלש. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער בריוו פון מר. פּערלשטיין, וואס איז ערהאלטן געווארן דורך משה שעהר, פּרעזידענט און באורד מיטגלידער פון די קרית יואל'ער קאנגרעגעישאן, נישט דער אריגינעלער, נאר א פאטאקאפּיע, און עס פארמאגט נישט קיין אריגינעלע אונטערשריפט. קיין איינע פון די צוויי זייטן אין די אנקלאגע האט נישט גענומען אחריות פאר דעם בריוו. (עס איז מערקווירדיג אז די אונטערשריפט פונעם גרענד רבי שליט"א אויף די באשטעטיגונג פון מר. קאהאנ'ס וואלן אין דער אידישער צייטונג, דער איד, איז אויך א קאפּיע אדער א פאקס. די אנגעקלאגטע האבן פארלאנגט פונעם געריכט אנצונעמען דעם אונטערשריפט כאילו עס וואלט געווען אן אריגינעלע חתימה.)



אלזא דער בריוו איז נישט קיין שום ערנסטע אישו, טראצדעם וואס עס האט פאראורזאכט א שרעק איבער דעם צוקונפטיגן קאנטראל פונעם בית עלמין, וואס האט געפירט צו די איצטיגע אנקלאגע. בכלל איז נישט רעלעוואנט פאר'ן איצטיגן פּסק צי דער בריוו איז פאלש אדער נישט, וויבאלד עס איז קלארגעשטעלט געווארן אז די וואלן פון מר. פּערלשטיין און די אנדערע וועלכע זענען אנגעבליך ערוויילט געווארן מיט אים זענען בטל ומבוטל, און זיי פארמאגן דעריבער נישט קיין שום אויטאריטעט איבער די נכסים פון די קארפּאראציע. זיי זענען דעריבער נישט אין די פּאזיציע זיך אריינצומישן און שטערן די בארעכטיגטע בעלי בתים פון זיך באנוצן מיט'ן בית עלמין. עס פעלט זיך דעריבער נישט אויס קיין שום אורטייל דערוועגן. עס פעלט זיך געוויס נישט אויס צו שטעלן א טראסט איבער דעם שטח, אדער צוריקצוהאלטן די אנגעקלאגטע פון שטערן צו באערדיגן נפטרים.



אין ליכט פון דעם אורטייל איבער דעם בית עלמין, ווערן די קלאגעס קעגן יו-טי-עי און יו-טי-עס ארויסגעווארפן. עס איז נישט זיכער אויב יו-טי-עס און יו-טי-עי האבן בכלל געדארפט אנטיילנעמען אין די אנקלאגע, איבער א מעגליכער צוקונפטיגער געפעכט איבער דעם באנוץ פון א שטח אויף א באזונדערע שטיק פּראפּערטי, כדי צו קענען צוקומען צו דעם בית עלמין שטח.



דער צוטריט צו דעם שטח איז אבער נישט געשטערט געווארן ביז איצט, און עס פעלט זיך נישט אויס ארויסצוגעבן א פּסק איבער די פראגע, אדער צו אורטיילן ווער עס פארטרעט יו-טי-עס אדער יו-טי-עי.



דער צד שכנגד האט אריינגעגעבן קאנטער-אנקלאגעס, פארלאנגענדיג אז דער טראנספער פון א פּראפּערטי וואס האט נישט קיין שייכות צו די גאנצע אנקלאגע (די ישיבה בנינים), זאל דערקלערט ווערן אומלעגאל. דארט זענען פאראן ענליכע טענות ומענות איבער ווער עס האט די אויטאריטעט, וויבאלד עס זענען פאראן צוויי קאנקורירנדע באורדס. דאס געריכט מוז נישט אדרעסירן די אישוס, און איך אנטזאג זיך דאס צו טאן.



די פּארטייען האבן אלע רעכטן אריינצוגעבן א באזונדערע אנקלאגע צו באהאנדלען יענע אישוס. די קלאגע ווערט ארויסגעווארפן, אן געבן פארצוג פאר איינעם פון די פּארטייען.



ביז אהער איז דער באשלוס און אורטייל פונעם געריכט.



דאטירט: גושן, ניו יארק


פעברואר 9, 06'



אונטערשריפט


דער געערטער סטוארט עי. ראזנוואסער


צייטווייליגער סופּרים קאורט ריכטער



תוקן על ידי - hotwire - 14/02/2006 16:41:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 16:40 לינק ישיר 

איינער זעהט דא עפעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 16:43 לינק ישיר 

קענסט עס האבן אין אידיש, און ענגליש, און ראדני וועסטו נישט זיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 16:46 לינק ישיר 

איך זעה שוין די בלאט גייט די וואך האבן אן איבערזעצונג און אידיש,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 16:59 לינק ישיר 

האט בטחון פאקטיש האסטו געפאקט דעם בלאט איך מיין אז פאקטיש וועט דער בלאט עס שוין נישט דרוקן, ווייל די האסט שוין פרובירט צוצוטרעפן פאקטיש שטייען די זאליס געוואלדיג גוט איצטערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 17:23 לינק ישיר 

יישר כח האטוויער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 18:16 לינק ישיר 

א הארציגן יישר כח,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 19:21 לינק ישיר 

Thank you mr. hotwire
volvio6




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 00:59 לינק ישיר 

א דאנק בשם אחב"י וואס פארשטייען נישט קיין ענגליש

אגב עקטינג איז נישט טייטש צייטווייליג

טעמפארערי איז טייטש ציטטווייליג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/2/2006 01:04 לינק ישיר 

א דאנק פארן תיקון טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 01:19 לינק ישיר 


ארוינים:
ישר כח מר. הייסע ווייער

זלוינים:

האט ווייער
פארוואס דעקסטו אויף אונזער שאנדע
ראדני152 און הדף בטעינא טעה'נן אז זיי האבן גארנישט געוואונען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 01:21 לינק ישיר 

ACTING איז טייטש ערזאץ,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 03:43 לינק ישיר 

נאך אזוי פארלירען ווער דארף נאך געווינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 03:47 לינק ישיר 

נעבך נעבך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 03:56 לינק ישיר 

אה! ענדליך הייבסטו שוין אן איינצו זעהן אז די האסט פארלוירן
נעבעך נעבעך!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 06:29 לינק ישיר 

יעדער רעדט פון די פסק און אידיש יעדער באווינדערט ווער עס האט עס געמאכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > עקסקלוסיוו: ראזענוואסער אין אידיש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext