בית פורומים כל העולם כולו

ווער וויל נישט גיין צו דין תורה ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2006 00:19 לינק ישיר 
ווער וויל נישט גיין צו דין תורה ?

יום ב' לסדר "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם".

אין ליכט פון די נארוואס פארלאפענע געשעענישן, וועלכע האבן ווידער ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך די טענות איבער גיין צו דין תורה. וואלט געווען פאסיג אפירצוברענגען פון די ארכיוון א אשכול וואס איך האב אמאל געהאט געעפנט אין אלטן חדשות אנ"ש איבער די טעמע, און למעשה האב איך נישט באקומען קיין געהעריגן ענטפער קיינמאל.

די עיקר סיבה פארן עפענען דעם אשכול, איז צוליב וואס איך האב אויסגעהערט דעם - קינדערישן - שמועס ביי זאב ברענער, וואו דער צד שכנגד האט ווידער און ווידער ארויפגעברענגט די אלטע אויסגעוועטשטע טענה כאילו דער רב שליט"א האלט נישט ביים אונטערשרייבן שטרי בירורין.


פאלגנד איז די אלטע הודעה, לתועלת הענין וועל איך עס צוטיילן אין עטליכע הודעות:

-----------------------

אזויווי איחוד מעמבער שרייבט אין א אנדערן אשכול (באבוב אין געריכט) געוויסע געפעלשטע פאקטן איבער די סאטמארער דין תורה, האלט איך פאר וויכטיג צו עפענען א אשכול איבער דעם אלטן נושא, פשוט צו דערציילן די פאקטן, למען ידעו לדור אחרון.

--------------

א קורצן כראנאלאגישן איבערבליק אויף די השתלשלות הענינים אין די סאטמארע דין תורה:

- שב"ק פר' מקץ (חנוכה) תשס"א איז דער רב שליט"א אריינגעפארן צום טאטן אויף שבת, אזויווי זיין געווענליכער שטייגער.
משה גבאי, האט זיך געגרייט צו א ספעקטאקל, און מכבד געווען הרה"ח הישיש ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער שליט"א מיט אודה, און גלייך האבן זיינע חברה אנגעהויבן זינגען דעם נייעם זאלי ניגון.
די בחורים האבן אנגעהויבן זינגען דעם אלטן ווערצבערגער ניגון פון תשנ"ז, און דער גאנצער ביהמ"ד האט זיך גענומען דונערן פון דעם מעכטיגן געזאנג פונעם ציבור.
ס'גייט נישט אדורך קיין גאנצע צוויי מינוט, און די לעקטער'ס הייבן אן זיך אנצוצינדן און צוריק אויסלעשן, מיטאמאל הערט מען שרעקליכע זעצעס, ווען דער לעקטער צינדט זיך געהעריג אן, זעט מען ווי משה גבאי און ליפא שטייען איינגעבויגן איבערן רבי'ן שליט"א, ליפא קנאקט אין טיש מערדערליך און שרייט מיט געפערליכע קולות. משה כאפט אן דעם רבי'ן און דרייט אים אויס צום רב, אבער דער רבי זאל זיין געזונט - צומישט, פארלוירן, און דערשראקן - זאגט גארנישט.
דאן כאפט ליפא אן דעם רבי'ן און טראגט אים ארויס פון טיש, שרייענדיג אויפן גאנצן וועג, "אהרן פוי ימח שמו", און "טאטי זעסט, ווען אהרן קומט אריין צושטערט ער דיינע טישן", ועוד ועוד.
א קלוגער איד זאגט פארן רב אז ער זאל הייבן פיס, ווייל די חברה גייען יעצט ארבעטן אויפן רבי'ן, דער רב בענטשט און גייט גלייך קיין סיגוט דאווענען מעריב.
עס גייט נישט דורך קיין פינף מינוט, און יואלי גאלד קומט ארויס זוכן דעם רב, ווייל "דער רבי רופט אים".
עמיצער זאגט פאר אביש וויינבערגער, "די גבאים וואס קענען נישט האלטן קיין ארדענונג, אויס פון גבאות", אביש ווערט דערשראקן צום טויט...

 - יענע וואך האט משה גבאי אנגעהויבן פלאנירן א אקציע אויף וואס ער האט שוין לאנג געווארט, און לויט זיין חשבון איז שוין יעצט געווען רייף די צייט דערצו.
עס האבן אנגעהויבן קורסירן קלאנגען, אז יעקב הערש שענפעלד און יענקל כהנא האבן געקלינגען צו ר' בערל פריעדמאן און אים געזאגט אז דער רבי האט אים געמאכט אויס ראש הקהל (מסתמא האט מען יענע וואך אין בארא פארק אויך געזינגען א אנדערן ניגון אויף אודה...).
זונטיג ויחי, איז געווען א מיטינג ביים רבי'ן, וואו יענקל כהנא מיט זלמן לייב האבן "אויפגענומען" פופצן נייע טובים אין די הנהלת הקהלה.

- די חברה האבן פארשטאנען אז אזא זאך וועט נישט אפגיין גלאטיג, און זיי האבן געהאלטן דעם רבי'ן אין ניו יארק איבער צען טעג לענגער ווי געפלאנט, וועלנדיג שטערן סיי וואספארא פלענער, ביז סוף פר' ויחי ווען מען האט שוין נישט געקענט אפשטופן דאס פארן.
זונטיג פר' שמות, איז פארגעקומען די היסטארישע אסיפה, וואו קהל האט באשלאסן אז מען גייט מאכן וואלן, און אז אויב דער רבי וויל עפעס זאגן פאר קהל דארף ער עס איבערגעבן פאר א באורד פון פינף מענטשן, און נישט דורך א מעסעדזש פון יענקל כהנא אין ר' בערל'ס ענסערינג מאשין אז "דער רבי האט אזוי און אזוי געזאגט".
אויך האט מען דארט באשטעטיגט אז דער רבי האט אלעמאל געפאלגט די שטאטוטן, אויסער איין שטימע פון ברוך מרדכי אקערמאן דערקעגן.
די החלטות זענען אונטערגעשריבן געווארן דורך 107 [פון 144] חברי הנהלת הקהלה.

- יענעם דינסטאג איז געווען א אסיפה ביים ר' זלמן לייב אין שטוב, וואו מען האט גערופן ר' בערל פריעדמאן [וואס איז אנגעקומען שפעט און זיך גלייך צוריקגעדרייט נאכן הערן די "וויכטיגע" מעלדונג].
דארט האבן זיך באטייליגט דער סאטמאר-וויליאמסבורגער דיין הגריח"מ פריעדמאן, און צוויי דיינים פון התאחדות הרבנים [גראדע אויך שיינע אידן אין געוויסע סאטמארע בתי מדרשים], וועלכע האבן באשלאסן אז די גאנצע אסיפה איז א "קשר בוגדים". אויף דעם בריוו האט אויך גע'חתמ'עט דער סאטמאר-בארא פארקער דיין הגרח"ד כ"ץ.
אויך האט בנועם לשונו און מיט אן ענוות חן ר' זלמן לייב צוגעלייגט זיין אייגענעם זאפטיגן סטעיטמענט, פון א זאץ וואס ער האט זעט אויס אמאל געהאט געהערט, "ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר"...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:20 לינק ישיר 

- יענעם דאנערשטיג איז פארגעקומען א אסיפה אין עסטרייכער בילדינג, וואו יענקל כהנא האט הייזעריגערהייט געמאלדן אז ער איז יא קהל, און אז דער רבי האט יא געזאגט, און אז דער רבי האט נישט געפאלגט קיין שטאטוטן.
אויך האט חיים שלמה ווערטהיימער געמאלדן אז מען גייט גיין צו א ריכטער אין שווארצן כאלאטל (ניבא ולא ידע מה ניבא...), וואלף פריעדמאן האט אויך עפעס געזאגט הייזעריגערהייט.
שאול פערלשטיין האט איינשטימיג פראטאקאלירט אז ווער עס קומט נישט איבערבעטן ביז דעם קומענדיגן מיטוואך, ווערט אויסגעשלאסן פון די קהלה, און במילא אויטאמאטיש אויך פון די הנהלת הקהלה, אויך האט ער ארויפגעברענגט די "שטורמישע" לעגאלע טענה, אז די דיינים זענען די "הנהגת התורה" פון די קהלה (וואס משום איזה סיבה האט ער "פארגעסן" פון די טענה אין די פארמאלע געריכט פאפירן...).
ר' זלמן ליייב אליין האט אויך דארט אויפגעטרעטן, און געמאלדן אז צענדליגער פון די אונטערגעשריבענע זענען שוין געפאלן צו די פיס פון די דיינים אז זיי ווילן צוריק ציען, און דערפאר געט מען זיי צייט ביז מיטוואך צוריקצוציען.
און שיעור נישט פארגעסן, ער האט געמאלדן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט די האטליין. דאס איז געווארן איינשטימיג פראטאקאלירט
- פרייטיג האט יענקל כהנא אריינגעגעבן אין אראנזש קאונטי א פארלאנג אז מען זאל נישט מעגן איבערשרייבן דעם ביה"ח אן זיין רשות.
למעשה, עטליכע חדשים שפעטער, האט מען אפגעווארפן זיין "דעקלערעישאן", און לעגאל רעגיסטרירט דעם ביה"ח, האלב פאר ר' בערל פריעדמאן (וויליאמסבורג), און האלב פאר ר' דוד עקשטיין (קרית יואל).

- קהל יטב לב איז דערווייל נישט געשלאפן, און אנגעהויבן זוכן א בי"ד וואס זאל זיין גרייט צו פירן די די"ת. אלע בתי דינים אין די גאנצע שטאט האבן זיך אנטזאגט אנצונעמען די קעיס.
די זאלי'ס האבן דערווייל געשיקט בריוו צו אלע חברי הנהלץ הקהלה, אז מען זאל קומען אונטערשרייבן א צעטל ביי זיי אז מען ציט צוריק פונעם אונטערשריפט.
דינסטיג נאכמיטאג פר' וארא, האט מען ענדליך געטראפן א בי"ד בית יוסף אין בארא פארק, וואס נישט זייענדיג אזוי גוט באהאוונט אין די סאטמארע פאליטיק, האבן זיי נישט געוואוסט אין וואס זיי גייען אריין און פון וועמען זיי וועלן אלס הערן - און כאפן - פארן קלערן צו רופן די זאלי'ס צו דין תורה, און זיי האבן עס אנגענומען.
די זאלי'ס - וועלכע האבן אגב נישט באוויזן צו באקומען קיין איינציגן אונטערשריפט פון די אלע וועלכע האבן אזוי געוויינט פאר זלמן לייב פילאפף און חיים דוד כ"ץ... - זענען געכאפט געווארן אין טאטאלן שאק.

- נאכן עטליכע מאל נישט ענטפערן, און ליצנות מאכן פון יענעם בי"ד, האבן זיי געמאלדן אז זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה נאר צו די דריי "בתי דינים", משפט שלום, ר' יחזקאל ראטה, און יצחק מאנדל.

(פאר א מינוט וויל איך איבערהאקן, היינט וואלטן שוין אלע דריי געווען טריפה, ר' יחזקאל און יצחק מאנדל שטיצן דאך דעם עירוב עד הסוף (און מען האט נאך דערווייל נישט ארויסגעווארפן יצחק מאנדל אדער ר' יחזקאל'ס קינדער און אייניקלעך פון די זאלי'ס, נישט אין וומ"ס נישט אין קרית יואל וואו יצחק מאנדל'ס שנור (א אידיש קינד...) איז די הויפט סעקרעטערי אין די זאלי סקול), און משפט שלום האט שוין אויך יעדער איינער פון די חברי הבי"ד אנדערע חטאים, בפרט ווען א גרויס טייל פון זיי ווי אויך דער מזכיר שטיצן עמטליך און אומעמטליך דעם עירוב).

צוריק צום ענין, עס פעלט נישט אויס מסביר צו זיין די לעכערליכקייט פון די דריי בתי דינים, און זייער "נייטראליטעט" אין די פרשה.
די זאלי'ס, האבן מיט "גרויס גענאד" אויך מסכים געווען צו ערלויבן אז די דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן דעם נארישן "קשר בוגדים" צעטל, זאלן אויך קענען אנגערופן ווערן "נייטראל", און זיי זאלן אויך קענען פסק'ענען די די"ת.
דער פארשלאג איז פארשטייט זיך אפגעווארפן געווארן דורך קהל, וועלכע האבן געזאגט אז זיי ווילן זיך נאר שטעלן צו זבל"א, און לפנים משורת הדין אויך איינגעגאנגען אויף דריי אנערקענטע בתי דינים, בית יוסף, טארטיקוב, און מכון להוראה.
די זאלי'ס האבן דאס אפגעווארפן.

- שפעטער, האבן די זאלי'ס געזאגט אז זיי זענען שוין נישט גרייט צו גיין אויך נישט צו די דריי בתי דינים, און נאר גרייט צו גיין צו די וועלכע האבן שוין גע'פסק'נט אין דעם נושא. ד.ה. די פיר אונטערגעשריבענע דיינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:20 לינק ישיר 

- דערווייל איז אדורך די שטורמישע וואלן, מען איז ליידער געצוואונגען געווארן צו גיין אין קאורט, און נאך אסאך וואסער און פאסירונגען זענען אפגעלאפן אין א לענגערע צייט.

- במשך די גאנצע צייט, האט מען קיין איין איינציגן מאל נישט געהערט אז די זאלי'ס זאלן פארלאנגען אז דער רב זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין.
יעדער האט פארשטאנען, אז דא זענען פאראן צוויי באזונדערע דין תורה'ס.

1) די דין תורה פונעם רב אקעגן זלמן, אז ער האט גע'גנב'ט דעם רבנות שטול.
2) ר' בערל פריעדמאן אקעגן יענקל כהנא אז ער האט אים ארויסגעשטויסן פון אמט מיט געוואלד.


- נאך צוויי יאר, בעפאר ראש השנה תשס"ג, האט אויף די זאלי'ס אנגעהויבן ברענען די הויט.
די גאנצע אידישע וועלט האט זיך אנגעהויבן גרייטן צו די גרויסארטיגע חתונה פונעם רב'ס יואלי, און זיי זענען געווען אין גאר א ערנסטע דילעמא. יא ברענגען דעם רבי'ן צו די חתונה אדער נישט ?!
זענען די זאלי'ס געקומען אויף א המצאה.
מען וועט אריינדרייען דעם רב פערזענליך אין די נושא פון דין תורה און ערכאות, און אזוי וועט מען האבן א גוטן תירוץ פארוואס דער רבי זאל נישט דארפן קומען.

- א וואך פאר ראש השנה האט הגרמ"מ טירנויער געקאלט דעם רב פארלאנגען אז מען זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, דער רב שליט"א האט אים געזאגט אז די זאכן דארף מען רעדן מיט ר' אלישע הורוויץ. ווען רמ"מ האט געבעטן אז דער רב אליין זאל אונטערשרייבן, האט אים דער רב געזאגט אז ער קומט נישט אריין אין דעם נושא, אבער אויב בי"ד וועט זאגן אז ער דארף אונטערשרייבן איז ער גרייט דערויף.
רמ"מ האט טאקע געקאלט ר' אלישע, און פראבירט צו שפילן ווי א נייטראלער מענטש, וועלכער וויל פשוט מאכן שלום, ר' אלישע האט אים דאן פארגעווארפן פארוואס ער האט שוין עטליכע מאל אונטערגעשריבן אקעגן קהל אן צו קלארשטעלן די פאקטן, און עס איז געבליבן אז מ'גייט נאר רעדן פונעם עתיד נישט פונעם עבר.

דאן האבן זיך אנגעהויבן פארהאנדלונגען אהין און צוריק.
איינע פון די הויפט תנאים וואס זיי האבן געשטעלט איז געווען אז דער רב דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין [וואס וואלט געמיינט אז ער וואלט בחיים חיותו פון זיין טאטן געמוזט גיין צו דין תורה טענה'ן אז זיין טאטע האט באמת אים אויפגענומען פאר רב, וואס עס איז איבעריג מאריך צו זיין וואס דאס באדייט].
אויך האבן זיי געוואלט, אז דייקא ר' געציל זאל זיין אונזער בורר, מיט די טענה אז נאר א סאטמארער קען פסק'ענען די דין תורה.
די הנהלת הקהלה האט זיך לכתחילה זייער שטארק געשטעלט, אז דער רב קומט נישט אריין דא, און דער גאנצער ציל איז נאר אים צו מצער זיין. פארט האט קהל מסכים געווען, אז די ערשטע זאך נאכן אונטערשרייבן שטרי בירורין, זאל מען דן זיין אויב דער רב שליט"א דארף אויך אונטערשרייבן די שטרי בירורין.
ווי אויך האבן זיי גע'טענה'ט, אז אין טעאריע מוז נישט זיין דייקא קיין סאטמארע בוררים, און אז זיי קענען נישט איינטיילן ווער אונזער בורר זאל זיין, למעשה, האט אבער קהל יא צוגעשטעלט צוויי גאר היימישע בוררים, הגאון האדיר ר' מאיר בראנסדארפער, און הגאון הגדול ר' מענדל זילבער.
קהל האט צוגעלייגט א פארקערטן תנאי, אז זייערע דיינים זענען גאר די וועלכע טארן נישט זיין קיין בוררים, וויבאלד זיי האבן שוין זייער קלאר געלאזט הערן זייער מיינונג זענען זיי פסול לדין תורה.

למעשה, פרייטיג בעפאר די חתונה, האט קהל געלאזט וויסן פאר רמ"מ, אז לפנים משורת הדין, און כדי עס זאל נישט זיין קיין אפהאלט צו ברענגען דעם רבי'ן צו די חתונה, זענען זיי יא גרייט אז דער רב זאל שוין אונטערשרייבן, און אויך אז אפילו די דיינים וועלכע האבן שוין גע'פסק'נט זאלן מעגן זיין בוררים.
קיין תשובה אויף דעם איז קיינמאל נישט געקומען !


נאר עטליכע וואכן שפעטער איז עס אנגעקומען, אין פארעם פון א בריוו פון שאול פערלשטיין צו גאנץ סאטמאר אין פאסט קעסטל, וואו מיט אפענע שקרים פראבירט ער צו פארטושן די פאקטן, און אהערשטעלן כאילו מיר זענען די וועלכע זענען נישט גרייט צו גיין צו דין תורה.
דארט איז אויך געשטאנען די געוואלדיגע טיפשות, אז גרשון שטעמער און איצו גליק האבן געזאגט אז ר' מאיר און ר' מענדל וועלן נישט זיין קיין בוררים...
דארט האט ער אויך אריינגעלייגט די בריוו פון קהל צו אים, אבער צוליב אומבאקאנטע סיבות זענען די בריוו ארויסגעקומען עפעס שווארצליך און כמעט אומליינבאר...

-------------

צום שלוס:

דער רב שליט"א איז בכלל נישט קיין צד אין די דין תורה.

אויב זיי האלטן אז יא, זאל מען דן זיין דערויף ביי א בי"ד אויב ער איז בכלל א צד דא.

און אפילו אן דעם, איז דער רב גרייט געווען אונטערצושרייבן אבי צו קענען האבן זיין טאטן ביי די שמחה פון זיינע אייגענע קינדער.


און זאל קיינער נישט פעלשן די היסטאריע כאילו דער רב האט געדארפט, און נישט געוואלט, אונטערשרייבן.

אדרבא, זאג דו אליין, ווער איז געווען דער וואס האט פון די ערטשע מינוט יא געוואלט גיין צו דין תורה, און ווער נישט ?!
אין יענע צייט (סוף יאר תשס"ב) זענען די אהרונים געווען אויסערגעווענליך שוואך אין קאורט, יעדע זאך איז געגאנגען מיטן פיטום אראפ, די זאלי'ס האבן געזינגען "והיא לא תצלח", און דער המון עם פון די אהרונים איז געווען אנגעזעצט אויף טויזנט.
און פונקט אין די צייט, זאגסטו אז מיר האבן נישט געוואלט גיין צו דין תורה, וואו מיר וואלטן זיכער 'עפעס' באקומען ?!
אינמיטן ווינטער תשס"ב, איז געווען א גאנצער עדיטאריעל אין דער איד וואס האט חוזק געמאכט פון א שטר וואס די אהרונים האבן שוין געהאט אונטערגעשריבן ! אז זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה.
און דאס איז געווען אין א צייט ווען די אהרונים זענען געשטאנען אויסערגעווענליך גוט, די קעיס איז דאן נאך געווען ביי זשאונ'ס, און א קורצע צייט שפעטער האט דער לויער דערקלערט ביי א' שמות, "די צייט צו שלעפן דעם קאורט איז פאראיבער" !
מיט דעם אלעם, זענען די אהרונים נאך אלץ געווען גרייט צו גיין דין תורה (און ר' בערל האט דאס פייערליך ווידערהאלט ביי א' שמות), און די זאלי'ס האבן געמאכט א ליצנות'דיגן עדיטאריעל אין דער איד, זיך געשטעלט אויף קינדערישע פרטים פון 'לו ולזרעו אחריו', און מיט דעם האבן זיי יוצא געווען זייער פליכט אלס אידן.

---------------

עד כאן וואס איך האב דאן געשריבן.

יעצט וויל איך צולייגן דאס איבריגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:43 לינק ישיר 

אינצווישן האט פאסירט דאס אומגלויבליכע, אז רז"ל זעלבסט האט זיך געשפירט געצווינגען צו שיקן א הזמנה לדי"ת פאר די אייניקלעך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פארן האבן די חוצפה צו וועלן באפרייען מרן רבינו שליט"א פון זיין ארעסט אין די הענט פון די בארבארן.

עס איז געשיקט געווארן איין הזמנה, די אייניקלעך האבן געענטפערט מיט א גרייטקייט צו גיין צו דין תורה.

עס איז געשיקט געווארן א צווייטע הזמנה, און ווידער האבן אלע אייניקלעך פה אחד געמאלדם אז דין תורה איז זייער ערשטער אויסוואל מעיקרא.

אבער מיטאמאל...

אין קול ואין עונה, מ'הערט נישט קיין ריר פון די זייט פון רז"ל וחביריו, נישטא מער קיין דין תורה !

וואס האט פאסירט ?!

עטליכע וואכן דערויף האט מען געהערט אז ריכטער לעווינטאל איז געווען אויף א באזוך אין רבי'נס דירה, און...

דאן איז מיטאמאל קלאר געווארן פארוואס דער טרומפייטער "דין תורה" איז פארשוויגן געווארן, דער "ולא לפני עכו"ם" איז ווידער באגראבן געווארן, ביז ווען עס וועט ווידער זיין ביי זיי כלו כל הקיצין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:53 לינק ישיר 

בא ללמד, עס אלוועיס, א קוש צו טאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:57 לינק ישיר 

בא_ללמד A-1

[אויב ס'איז נישט שווער ברענג ביטע אראפ די אלע בריוון,וירא הקהל וישפט.]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 01:12 לינק ישיר 

קודם האט איר דאס, עס איז געווען אין יענעם אשכול אויף חדשות אנ"ש:




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 01:13 לינק ישיר 

און דאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 01:33 לינק ישיר 

בא לשקר סטאפ שוין שרייבן שטותים מיט לאקשען, ווייז נאר דעם היתר בית דין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 03:44 לינק ישיר 

שוין צום הונדערטסטן מאל קומען ענק קייען ענקערע ליגענטס, כאילו ענקער שטראף האט געהאלטן ביים אונטערשרייבן שטרי בירורין.
קודם כל גלייב איך נישט אז ער האט געוואלט זיין אזא מחוצף פאר זיין טאטע צו רופן אים צו דין תורה...
צווייטנס כל, האט שוין הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א געזאגט ברבים ווער עס איז שולדיג אז מגייט נישט צו דין תורה.
דריטנס, אויב ווילן ענק אזוי שטארק גיין צו דין תורה, זאל ר' אהרן אונטערשרייבן שטרי בירורין, און אזוי וועט דאך די גאנצע וועלט זען אז אונז זענען דע וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה?!
ענק האבן קיינמאל נישט געהאלטן ביים גיין צו קיין די"ת, קודם האבן ענק געזאגט אלע בתי דינים זענען קאראפטעט, צו די סאטמארע דיינים איז אפגערעט אז מטאר נישט גיין בשום אופן ווייל זיי קענען ענק דאך פון אינסייד, און זיי וועלן רח"ל וויסן די אמת ווער ענק זענען. ווען סאטמאר האט שוין פארגעשאלגן אפאר נארמאלע בתי דינים איז פלוצלונג יעדע סאטמארער געווארן פסול ווייל ער האט א נגיעה. זיי האבן פלעין פארגעסן אז אהרן אליינס האט געוויינט אפאר יאר צוריק אז ממוז גיין נאר צו די דיינים פון די קהלה.
הערץ אויף צו פארדרייען די פאקטן! ענק האבן נישט געוואלט גיין צו דין תורה, ווייל ענק ווייסן אז ביי דית פארלירט עטץ אין גרויסן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 00:46 לינק ישיר 

אזויווי שאול פערלשטיין האט נעכטן פרובירט זיך פארהערן מיט דעם אשכול, און ער האט זיך פארהוילן פון די עיקר טענות פון דעם אשכול, וויל איך עס נאכאמאל ארויפברענגען, און בקיצור מבאר זיין די הויפט נקודות פון וועלכע ער פארהוילט זיך בכוונה:

1) דער רב שליט"א האט בפירוש יא געזאגט אז ער איז גרייט אונטערצושרייבן די שטרי בירורין !!! אבער פונקט ווי שאול פארשטייט אז ער ווערט נישט קיין מסרב לדין נאר ווייל אזוי שטייט אין בלאט, דארף ער פארשטיין אז ער דארף נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין נאר ווייל עפעס א "שוואכער בעל הבית" האלט אזוי.

במילא פאלט שוין אוועק האלב פון זיינע געפלעטקעכץ.

2) זיין גאנצע טענה איז געבויט בעיקר אויף איין נקודה, וויבאלד ביי די פארהאנדלונגען איבער די ישיבה האט דער רב געבראכן דעם אפמאך שוין נאכן פארהאנדלען, דערפאר מוזן זיי האבן דעם רב'ס אונטערשריפט אלס פארזיכערונג אז מ'גייט נישט נאך די דין תורה זיך אפשאקלען פון די וועלכע האבן אונטערגעשריבן.

דא מוז מען אויסקלארן עטליכע נקודות:

 - עס איז א שקר גס ! הרה"ח ר' אלישע הורוויץ שליט"א האט אנגעפירט די פארהאנדלונגען אין נאמען פון רב שליט"א, און ער איז אויך געווען דער וואס האט געמאלדן אז עס איז איבערגעריסן.

 - עס איז א דבר פשוט מאוד, אז ווען א טייל פון א פארהאנדלונג ווערט נישט איינגעהאלטן - דאס וואס מען האט נישט געצאלט די פיר חדשים פאר די איינגעשטעלטע - קען מען נישט פארלאנגען אז דער אנדערער טייל זאל יא איינגעהאלטן ווערן.

 - ועל כולם, ווער פארזיכערט זיי אויב דער רב שרייבט יא אונטער, אז נאכן פארלירן די דין תורה וועט נישט אנקומען ר' משה שעהר אדער אן אנדערער און פריש אנהייבן די דין תורה מיט די טענה אז דער רב איז נישט בעה"ב, און ער איז דער וואס האט פרישע טענות קעגן די זאליס ?!

פארוואס האט איר נישט פארלאנגט אז יעדער פון זיי זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, מיט די זעלבע פאלשע טענה ?!

דער אמת איז אז זיי האבן געוואלט אריינצווינגען דעם רב אז ער זאל שוין אנהייבן די דין תורה אויף די רבנות, און ווי שאול איז עס כמעט מודה אין זיין נעכטיגע דרשה, א זאך וואס דער רב שליט"א וויל בשום אופן נישט טון אין די איצטיגע אומשטענדן.

ווער האט זיי געגעבן רעכט צו פארבינדן על דעת עצמם די צוויי דין תורות ?! צו האבן זיי דען אליין פארבינדן דאס אויפנעמען רז"ל אין וויליאמסבורג מיט א תנאי קודם למעשה אז ר' בערל פר"מ דארף ווערן אויס ראש הקהל ?! וואספארא שייכות האבן די צוויי זאכן ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 00:59 לינק ישיר 

בנוגע זיין פארשלאג פון מאכן וואלן און אזוי צוטיילן די נכסי הקהלה, איז מיר א שטיקל וואונדער וואס ער פארהוילט זיך פון דעם שטר וואס ראשי קהלתינו האבן שוין אונטערגעשריבן מיט פיר יאר צוריק מיט אט דעם זעלבן פארשלאג !

דאן האבן זיי עס געגעבן פאר משה לייב דייטש צו מאכן א חוזק-עדיטאריעל דערקעגן אין דער איד, יעצט מיטאמאל זענען זיי גאר די "גוטהארציגע" וואס שלאגן פאר טאקע דעם זעלבן פלאן ?!

פאר דעם האט מען געדארפט אויסגעבן אזויפיל מיליאנען אידיש געלט, כדי אנצוקומען צו די זעלבע מסקנות ביים זיך טרעפן אין ווינקל ערגעץ נעבן דעם "והיא לא תצלח" ?!

-----------------------------

וואס ער זאגט וועגן קרית יואל איז סתם נארישע געמויזעכץ, לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל:

אין די "וואל-מארט" געשעפט וואס געפינט זיך אין מידלטאון ווערט א געפעכט פאר וועמען עס געהער, די צענטראלע בעה"ב פון וואל-מארט טענה'ט אז עס געהער פאר זיי, און דער לאקאלער בעה"ב טענה'ט אז עס געהער פאר אים. און די צענטראלע וואל-מארט בעלי בתים זענען געגאנגען אין געריכט אקעגן די לאקאלע בעלי בתים, צו קענען דען די לאקאלע בעלי בתים גיין לכבוד דעם צוריק טענה'ן אז זיי זענען די צענטראלע בעלי בתים פון וואל-מארט ?!

אויב האלטן זיי אז זיי זענען די צענטראלע בעלי בתים, אדרבא, זאלן זיי אנהייבן א פרישע קלאגע אקעגן די צענטראלע בעלי בתים, און מ'וועט פריש זען פאר וועמען עס געהער די צענטראלע וואל-מארט, אבער מיט וואס זענען די צוויי קלאגעס פארבינדן ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 01:39 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ראדני152:

א שטיקל בלאט קרעדיט פאר KJfierman

בא ללמד ביזט דאך א פלענער שקרן דא האסטו א בלאט ווי עס שטייט קלאר אז די גאנצע זאך איז וועגן רבנית

[הערה: איבערגעלייגט צו פארקלענערן דאקומענט]





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 01:59 לינק ישיר 

נאך עטליכע פונקטן איבער די אפענע און פרעכע שקרים וואס זענען נעכטן געהערט געווארן:

 - ר' משה מנחם טירנויער האט קיינמאל נישט געזאגט, נישט ברבים און מסתמא אויך נישט ביחידות, אז דער רב שליט"א האט נישט געוואלט אונטערשרייבן !

איך גלייב נישט אז ער איז א פשוט'ער ליגנער, אינדערצייט וואס ער האט קלאר געהערט פון רב אז ער איז גרייט אונטערצושרייבן - לפנים משורת הדין ! - זאל ער גיין זאגן אז דער רב האט נישט געוואלט [ברבים האט ער עס זיכער נישט געזאגט, די דרשה איז בשעתו געווען געדרוקט אין דער איד].

 - דער אומפארשעמטער נידערטרעכטיגער פארשוין שעמט זיך נישט אויפצושטעלן ברבים און פארלייקענען נישט א מילתא דעבידי לגלויי, נאר א דבר גלוי ומפורסם ?!

אינדערצייט וואס די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט דעם פארגאנגענעם זומער אז אפילו ווען רז"ל האט זיך שוין געבראכן און מסכים געווען צו שיקן א הזמנה צו גיין צו דין תורה, די מינוט וואס מען האט אים געענטפערט אז מען איז גרייט צו גיין צו א געהעריגע זבל"א [לייען: די מינוט וואס זיי האבן געוואוסט אז דער ריכטער איז שוין מסודר, וד"ל] האט מען מער נישט געהערט פון אים קיין פיפס !

יעצט האט ער נאך די העזה צו קומען זאגן ברבים מיט א בלעכענעם פנים אז די אייניקלעך זענען נישט גרייט צו גיין צו דין תורה ?!

----------------------

ראדני.

איך קען נישט לערנען מיט א גוי ברטנורא.

עס איז נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס לייקנט אז דער סכסוך איז בעיקר געשאפן געווארן צוליב דאס אויפנעמען רז"ל פאר רב אין וויליאמסבורג, און אויב יענקל כהנא מיט שאול פערלשטיין וכו' נעמען ווען יעצט אויף דעם רב פאר רב הצעיר - אזויווי דער אמת'ער רצון פון כ"ק רבינו שליט"א און זיינע געטרייע חסידים פון אלע יארן - וואלט ר' בערל ניטאמאל געגעבן קיין פיפס, העכסטנ'ס וואלט מען ביי די וואלן ארויסגעשטעלט א באזונדערע ליסטע פון חסידים און מתנגדים, וואס עס איז קיינעם קיין ספק ווער עס וואלט דאן געווינען.

בנוגע דאס רבנות איז אויך פאראן צוויי באזונדערע תובעים, איינער איז דער רב שליט"א, וועמען מען האט שוין ממנה געווען צו די פאזיציע. דער צווייטער זענען די ראשי הקהילה, וועמען רבינו שליט"א האט באאויפטראגט אויפצונעמען דעם רב אויך אין וויליאמסבורג, און וועמען יענקל כהנא און משה פרידמאן, מיט די אקטיווע מיטהילף פון רז"ל, האבן געשטערט פון אויספירן זייער שליחות אין דעם הינזיכט, וואס דאן האט זיך געשאפן די גאנצע מחלוקה.

די הויפט תביעה איז קלאר פון די ראשי הקהילה צו די משתלטים על הציבור ופוסעים על ראשי עם קודש פארן אוועקנעמען זייערע תורה'דיגע פאזיציעס, אבער די ראשי הקהילה האבן אויך א באזונדערע תביעה צו רז"ל אין נאמען פון דעם באקריוודעטן ציבור, פארן זיך ארויפצווינגען אויפן ציבור אין וויליאמסבורג אקעגן זייער רצון, און אקעגן דעם אמת'ן רצון פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

אויף די ביידע קלאגעס, וועלכע ווערן אנגעפירט דורך ר' בערל פרידמאן און זיינע שותפים אין די קהילה, האט קיין שום זין אז דער רב שליט"א זאל ברויכן אנטייל נעמען און אונטערשרייבן די שטרי בירורין. אבער ער האט מסכים געווען - לפנים משורת הדין - אונטערצושרייבן אויב דער בי"ד וועט אים הייסן !

אויסער דעם, איז פאראן א באזונדערע תביעה אקעגן רז"ל, פונעם רב שליט"א, וואס אפילו אויב יענקל כהנא וועט געווינען די ביידע אויבנדערמאנטע תביעות, אז ער איז פרעזידענט עפ"י תורה, און אז ער מעג זיך אונטערווארפן אונטער רז"ל קעגן דעם רצון פון רוב הציבור, איז פארט דא א עקסטערע טענה פונעם רב פערזענליך אקעגן רז"ל, אז ער האט אים ארויסגעשטויסן בכח הזרוע, דורך פאליציי און געוואלדטאטן, פון זיין תורה'דיג ערוועלטע פאזיציע, וואס אויף דעם קען מען אים בשום אופן נישט צווינגען אונטערצושרייבן קיין שטרי בירורין איידער ער וועט פערזענליך באשליסן אז עס איז שוין רייף די צייט דערצו. אויך אויף דעם האט דער רב מסכים געווען - לפנים משורת הדין - אונטערצושרייבן אויב דער בי"ד וועט אים הייסן !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 23:46 לינק ישיר 

וויבאלד די זאליס - זעענדיג אז זיי האבן פארלוירן דעם דעת הקהל איבער די דין תורה פרשה - האבן לעצטנ'ס אנגעהויבן טושן די מוחות מיט גראבע און אפענע שקרים וכזבים איבער ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה, פיל איך א פליכט צו איבערגיין אין קורצע פונקטן, וואס זאלן נישט שווער מאכן אויף די ליינער, די גאנצע השתלשלות הדברים, ליינט ביטע די גאנצע זאך מיט געדולד, און איבערצייגט זיך אליין למי החותמת ולמי הפסולי"ם.

 - דער ערשטער פארלאנג זיך צו שטעלן צו די"ת איז געקומען מצד די אהרונים א' וארא תשס"א, ווען זיי האבן געבעטן פון דעם וויליאמסבורגער דיין און רז"ל פילאפף און רש"ל וויינבערגער אז זיי זאלן מזמין זיין ר' יעקב כהנא לדין, קיין אנטווארט אויף דעם איז קיינמאל נישט געקומען.

 - פון ווען די ערשטע הזמנה איז ארויסגעשיקט געווארן, האט גענומען צוויי חדשים ביז די זאליס האבן זיך אפילו וויסנדיג געמאכט פונעם בי"ד. אינצווישן האבן זיי געפאטשקעט אין קהל כאדם העושה בתוך שלו.

 - ווען זיי האבן זיך שוין יא וויסנדיג געמאכט, האבן זיי געלאזט וויסן אז זיי זענען נאר גרייט צו גיין צו דין תורה צו די דיינים וועלכע האבן שוין פון פאראויס געפסק'עט, אין אנדערע ווערטער, נאר דארט וואו דער פסק דין איז שוין ארויסגעקומען. זיי האבן אויך מסכים געווען לפנים משורת הדין לויט זייערע ווערטער צו גיין צו אנדערע דריי בתי דינים, וואס יעדער נארמאלער מענטש איז מודה אז דער פסק איז דארט געווען אפגעזיגלט נאך איידער מען איז אפילו אריין צום בי"ד און אפילו נאך בעפאר דער סכסוך האט זיך בכלל אנגעהויבן איז שוין ביי יענע בתי דינים געווען אפגעשריבן דער פסק...

 -
ווען די אהרונים האבן געזאגט אז זיי זענען נאר גרייט צו גיין צו געהעריגע בתי דינים, ווי מכון להוראה, טארטיקוב, און בעיקר ביי א זבל"א, וואס איז דער מערסטער יושר'דיגער וועג צו גיין צו דין תורה, האבן זיי דאס אפגעווארפן, אן אנגעבן קיין הסבר מיט וואס יצחק מאנדל איז בעסער ווי מכון להוראה - אחוץ דעם פארשטענדליכן אויבנדערמאנטן טעם, וואס דאס האבן זיי דאך נישט געקענט אנגעבן.

 - נאך ארום צוויי חדשים האבן זיי פון דעם אויך צוריקגעצויגן, און זיי האבן געלאזט מעלדן אז מ'קען נאר גיין צו דין תורה צו די פיר דיינים וועלכע האבן שוין פון פאראויס אפגעשריבן זייער "פסק דין"... און וועלכע האבן ניטאמאל מזמין געווען לדין די יחידים המשתלטים על הציבור ווען די ראשי הקהילה האבן דאס פון זיי פארלאנגט ! א קלארער באווייז וועלכן "יושר" די ראשי הקהילה האבן ביי זיי געקענט ערווארטן.

 - אין יענער צייט זענען קיינמאל נישט אנגעגעבן געווארן קיין תנאים וואס זיי פארלאנגען ביים קומען צו דין תורה.

 - אזוי זענען פארלאפן צוויי גאנצע יאר, אינצווישן זענען די ראה"ק געצווינגען געווען אריינצוטראגן דעם סכסוך אין געריכט [ווייל עס איז שוין אט אפגעלאפן די 120 טעג וואס מען קען לעגאל "טשעלענזשען" די אומלעגאלע וואלן, וואס וואלט אויטאמאטיש אריינגעשטעלט געזעצליך ר' יעקב כהנא אלס ראה"ק, און עס וואלט שוין געווען א מעוות לא יוכל לתקון], די ראה"ק האבן געמאכט מערערע פרואוון צו ברענגען דעם סכסוך צו א גמר, אריינגערעכנט דעם הסכם וואס איז געחתמ'עט געווארן ביי הגרי"ד הארפענעס שליט"א וואו מיר זענען מסכים זיך צו צעטיילן מיט די נכסי הקהילה אין וויליאמסבורג לויט פראצענט, און אויף די טענה פון ר' שאול פערלשטיין ענטפערט ר' אלישע הורוויץ אז ער איז גרייט אז מען זאל ביי דעם זבל"א בי"ד דן זיין אויך איבער סיי וועלכע טענה זיי האבן צו די קהילה אין קרית יואל, אבער אויסער א גענעראל פארזאמלונג וואו ר' שאול האט אלעס אפגעווארפן האט מען פון יענעם לאגער גארנישט געהערט.

 - נאך גאנצע צוויי יאר וואס זיי האבן זיך משתמט געווען פון גיין צו דין תורה, האט מען מיטאמאל אנגעהויבן הערן פון זיי !!!

המשך יבא בע"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער וויל נישט גיין צו דין תורה ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext