גרויסע נייעס קומט יעצט פון בני ברק אז מיט געציילטע שעה צוריק האט דער מנהל מוסדותינו הק' אין בני ברק הרבני החסיד ר' משה חיים ווייס, באקומען א "היתר בניה" (פערמיט) אויף די ליידיגע שטח אינעם שיכון קרית יואל ד'סאטמאר ב"ב
אי"ה קומענדיגע וואך וועט מען אנהייבן צו אויסגראדן דעם שטח און דערנאך וועט דער מנהל הרב ר' משה חיים ארויפציען אן הערליכע שיינעם בילדינג, מיט 16 נייע דירות פאר אנ"ש אין בני ברק.
פרטים יבואו ! ! !
אם מזרע היהודים... אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפל תפול לפניו...
תוקן על ידי - jhhoruyr - 21/02/2006 16:51:24
תוקן על ידי - כל_העולם - 21/02/2006 22:06:19
נשלח ב-21/2/2006 16:49
יעצט הער איך פון די חברי הנהלת המוסדות אז אי"ה נאך פסח וועט מען אנהייבן בויען ווייל מ'דארף נאך אויסשטעלן פונקטליך אלע בוי פלענער.
נשלח ב-21/2/2006 16:51
אפשר קענסטו ארויפלייגן א דאקומענט...
איך וויל נישט הערן דעם תירוץ... אז באטרא קענן עס שיקן אין תיבה אישית...
נשלח ב-21/2/2006 16:53
א נארישע תירוץ נישט צו בויען,
ענק קענען נישט בויען,
אויב יא ברענג די פערמיט
נשלח ב-21/2/2006 16:56
אי"ה שפעטער וועל איך דאס ארויפליין.
נשלח ב-21/2/2006 16:57
וואס וועט דא זיין סיי דא אין אמעריקע אין סיי אין ארץ ישראל כאפען די זאליס פליקעס איינטס נאכען צווייטען..
נשלח ב-21/2/2006 17:15
עס הערשט א תשעה באב ביי די זאלונים. זיי האבן זיך געשוואוירן אז דאס גייט נישט פאסירן. אבער די שטאטראט אין בני ברק האט זיך נישט גערעכנט מיט זייער שבועה דאורייתא און מיט זייער נקיטת חפץ...
דאס אלעס איז
שוין נאכדעם וואס ר' עזריאל גליק האט געגעבן א בריוו אז ער איז באלעבאס... שוין נאכדעם וואס די זאלונים האבן באשטימט מענדל וואלערשטיין אלס פארשטייער פון מרכז המוסדות... שוין נאכדעם וואס די זאלונים האבן אראפגענומען הרה"ח ר' משה חיים ווייס פון די באורד... שוין נאכדעם וואס דער שטיף ראביי האט געשיקט בריוו אז דער רבי איז באלעבאס און ר' משה חיים ווייס איז געפלויגן.
קרעדיט. אויסשווארץ.
נשלח ב-21/2/2006 20:25
ב"ה די שונאי סאטמאר זענען די לעצטע צוויי וואכן אויף די דעפענסיווע זייט
נשלח ב-21/2/2006 21:45
דאס איז וואס באטרא האט געשריבן אפאר וואכן צוריק. ווי עס ווערט געמאלדן וועט די וואך דינסטאג קומען צו פארן פון ניו-יארק אויף א באזוך קיין ב"ב דריי "אהרונים" וועלכע האבן זיך זעלעבסט געקרוינט אלס מיטגלידער פון די אהרונישע "מוסדות יטב לב" ואלו הם, ר' יעקב יוחנן קליין ר' שלמה הערש עקשטיין ר' וואלף פערל. ווי מען שמועסט ביי די אהרונים און בני ברק, איז די מטרה פון זייער באזוך צו לייגן פרעשור אויך די "עיריית בני ברק" אז זיי זאלן געבן אן "היתר בניה" פאר ר' משה חיים ווייס צו בויען א בילדונג פון דירות אויך "לאט" וועלכע עס באלאנגט צו "חברת קרית יואל", פון ווי ר' משה חיים איז באזייטיגט געווארן פון דירעקטארשאפט.
דערנאך האט ער דאס געשריבן פון בני ברק הער איך, אז יחזקאל'ע ראטער האט היינט געזאגט ביי מנחה מעריב און ביהמ"ד הגדול אז ביז א וואך מאקסימום וועט צוגעשטעלט ווערן די דיעד'ס פון די קארפארעשאנס אויף זייער נאמען, און מ'וועט באקומען אן "היתר בניה". נחי'ה ונראה. דאס איז וואס באטרא האט ערשט נעכטן געשריבן. ווי האלט עס יעצט האבן די "אהרונים" שוין באקומען אן "היתר בניה" אדער נישט. אינפארמיר דעם ציבור. (אזוי פלעגט ער פרעגן יעדע פאר טעג...)
אבער היינט רעדט ער שוין אנדערש. דער ציבור קען זיין זייער רואיג. קיינער אויסער די אייגנטימער פון "חברת קרית יואל" קען נישט בויען אויף דעם לאט. ימים ידברו.
לאמיר דיר זאגן כאטש יעצט זעהסטו וואס די חברי הנהלה פון אמעריקא האבן אויפגעטון אדער נישט? יעצט קענסטו שוין נאכאמאל שרייבן נחיה ונראה ! ! !
ביהמ"ש מותח ביקורת על עיריית בני ברק: "שילבה ידיים" עם גורם פרטי להכשרת שימוש בלתי חוקי במבנה
למרות חריגות בנייה ושימוש שלא ע"פ תוכנית המתאר, העירייה ניסתה לשנות את הייעוד כך שיוכל לפעול כאולם שמחות
יצחק דנון 22/2/2006
"העירייה 'שילבה ידיים' עם גורם פרטי לשם הכשרת השימוש הבלתי חוקי שנעשה במבנה ובכלל זה גם הכשרת חריגות הבנייה הכרוכות בו". כך נאמר בפסק דין של השופט ד"ר עודד מודריק, בנוגע להתנהלותה של עיריית ב"ב בשכונת קרית יואל.
העירייה וחברת שיכון קרית יואל יזמו שינוי לתוכנית מתאר בשכונת קריית יואל. בתחום התוכנית קיים מבנה המשמש שנים רבות כאולם שמחות. המבנה מגלם חריגות בנייה שונות ועצם השימוש באולם שמחות לא אושר בתוכנית המתאר.
התוכנית שיזמה העירייה נועדה לשנות את ייעוד המקרקעין ממגרש מיוחד למגרש מיוחד בשילוב מבנה חינוך ואולם שמחות.
משה הלפרט, בעל זכויות במקרקעין הגובלים בתחום התוכנית, התנגד לשינוי בתוכנית. הוועדה המחוזית דחתה את רוב טענותיו, ואף נדחתה בקשתו להגיש ערר למועצה הארצית לתכנון ולבנייה.
מודריק קבע בהתייחסו לבא כוח העירייה לפיה "העירייה 'שילבה ידיים' עם גורם פרטי למטרה פשוטה וברורה להתרת השימוש הבלתי חוקי שנעשה במבנה ובכלל זה גם הכשרת חריגות הבנייה הכרוכות בו".
מודריק ציין, כי נשאלת שאלה של נאותות התכנון הנקודתי לשם הכשרת בנייה בלתי חוקית, ושימושים חורגים שנקבעו כעובדה בידי גורם פרטי. מודריק השתכנע, כי צריך להניח סוגיה זו לפיתחה של ועדת הערר של המועצה הארצית ועל כן הורה ליו"ר הוועדה המחוזית לתכנון ולבנייה להרשות להלפרט להגיש ערר למועצה הארצית. (עת"מ 2013/04).
נשלח ב-22/2/2006 23:00
די מעשה האט גארנישט צו טון מיט די "היתר בניה" וואס מ'האט באקומען די וואך.
דער משה הלפרט וואס ס'שטייט דארט האט שוין לאנג א געשלעג מיט די עריית בני ברק, נאך פון ווען מ'האט אנגעפאנגען בויען די "אולם התמר". ער וואוינט בשכינות מיט די זאל (אויף די גאס פון רחוב עזרא) און ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל אויפבויען דארט א זאל.
האט ער בשעתו גערופן ר' משה חיים ווייס אין קארט, אבער פארשטייט זיך אז דער שופט בשעתו האט די גאנצע זאך ארויסגעווארפן און מ'האט אים ניטאמאל דאס געלאזט אפעלירן.
יעצט זע איך אז א שופט האט געזאגט עפעס קריטיק אויף די "עיריית בני ברק".
אבער ווי איך פארשטיי מיינט דאס גארנישט. (און אויב יא האט דאס נאר מיט די עיריה און נישט מיט סאטמאר)