נאצים! גיוואלד! היינט דינסטאג הפגנה אין בית שמש
"שטופ! שטופ! גיוואלד! נאצים!"
אויף די קליפ זעט מען א טיפיקעל הפגנה פון חרדים אין ארץ ישראל.
די יעצטיגע מחאה איז פארגעקומען היינט דינסטאג משפטים אין בית שמש וואו די עירי' איז געקומען מיט פאליציי און פארשלאסן אן אומלעגאלע מקוה.
די פאליציי האט געהאקט קעפ און ארעסטירט צענדליגער, ביז ס'איז זיי געלונגען צו צוברענגען די סעמענט טראקס וועלכע האבן פארשטאפט די מקוה.
נאכדעם וואס די פאליציי איז אוועקגעגאנגען האבן די חרדים אויסגעליידיגט די מקוה פון סעמענט. אן ארבעט וואס האט געדויערט שעה'ן. די פאליס איז צוריקגעקומען און מען האט זיך ווייטער געשלאגן.
אבער צום סוף האבן די חרדים אויסגעפירט.
אויף די אויבנדערמאנטע קליפ זעט מען וויאזוי די חרדים שטופן צוריק די פאליציי ביים אנפאנג פון די מחאה
|
|