בית פורומים כל העולם כולו

פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 18:11 לינק ישיר 
פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ
מצורף קובץ

וואס האלט דער עולם: איז די מערכה בארעכטיגט?

1. לכתחילה

2. בדיעבד

3. משוגעים

4. מ'דארף מוחה זיין אבער נישט אזוי

5. ארויסגיין קעגן א יחיד איז אויסער יעדן פראפארץ אפילו זיי זענען גערעכט

6. ער איז נישט אזא גרויסער רשע ווי מען מאכט איהם

7. זאלן די סאטמורים קודם קערנעמען פון זייערע אייגענע פראבלעמען

8. ס'גייט מיך נישט אהן

9. ער טוט אויף א געוואלד פאר אידישקייט

10. בלויז די סאטמערער האבן פראבלעמען

11. די מערכה איז נאך ווייניג קעגן זיינע מעשי רשעות

12. כ'האב אן אנדערן מיינוגנ וועלכע ווערט נישט דא דערמאנט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:22 לינק ישיר 

נבוכדנעצער

עס קיקט אויס ווי די שרייבער פין דעם צעטיל האבן געהאט דא נאך א טיפע כוונה
מוחה צי זיין קעגן נאך איינעם,
זיי שרייבען אינעם סאטמערען זאל עטרת חי' 

עס קיקט אויס ווי, אז מען רעדט צי די טאכטער אין מען מיינט דעם שנור  





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:00 לינק ישיר 

איך שטים פאר 5 און 11.

און משה איז לכאורה אויך גערעכט.

איך בין זיך משער אז ווען עס וואלט פארגעקומען אין עטרת אברהם, אדער אפילו אין מנורה אדער ווייסעך וואו, וואלט אלעס שטיל געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:29 לינק ישיר 

ס'איז ארויסגעקומען א קול קורא אז מ'זאל גיין צום פראטעסט. אונטערגעשריבן ר' אברהם לייטנער, ר' נתן יוסף, קיוויאשדער, שאפראנער, אראדער, ר' אנשיל שעהר, ר' זלמן לייב פילאפף, אא"וו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:27 לינק ישיר 

בא ללמד  5,11
קוק ווי זיי נוצן אויס דעם ויאל משה

נבוכדנצר וואס מיינסטו צו פרעגן ?
וועגן די פראטעסט קעגן עטרת חי' ? אדער קעגן לופלאנסקי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:32 לינק ישיר 

איך קען נישט פארשטיין, וואו קומען זיך אן דא רבנים און טוען זאכן קעגן וואס די רבי האט אונז געלערנט? סאיז א באקנטע זאך אז די רבי האט קיינמאל נישט גערעדט ברבים אויף א פריוואטע מענטש, און זיכער אז ער האט נישט געלאזט מאכן א פראטעסט.
דערצו קעגן א חרדישע איד וואס האט גארנישט געטון, ער מאכט דעם שמוץ? פאריאר ווען סאיז געווען די שמוציגע מארטש אין ירושלים האט אים די בג"ץ געהייסן באצאלן 30 טויזנט שקל פון זיין אייגענע טאש פאר די מארטש, ווייל ער האט עס געטרייט צו סטאפן!
וואסערע טענות קען מען נאך האבן אויף אים?
דעס איז די שכר פאר זיין טרייען צו סטאפן שמוציגע זאכן? סאיז זיכער אז אנדערע זאכן וואס ער האט געקענט האט ער שוין געסטאפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:39 לינק ישיר 

פנחס מיילך דו לעבסט אין עולם הדמיון. ער האט געגעבען ערלויבעניש אין זיין קאדענץ צו געשעפטען צו זיין אפען שבת און צו פארקויפען חמץ אין פסח, פיל מער ווי זיינע פרייע פארגייער. ער האט געהייסען זיינע פאליציי ברוטאל צוזאמשלאגען די מוחים אויף שבת אדער קברים. דאס זיינען געווען באשלוסען וואס זיינען געווען ביי עם אין די הענט. ווידער דער שמוציגער מארש איז עם נאר געווען א פי אר שפיעל אז ער שפיעלט זיך נאך פרומער. נבוכדנאצר פארוואס איז נישט דא קיין אופציה מי רואה אותם יוצאים ואינו יוצא. אדער צאו בהמוניכם?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:08 לינק ישיר 

עס איז ווידער די זעלביגע חכמים וואס האבען געשיקט מוחה זיין קעגן איינע פון די  גדולי-הדור הגראי"ל שטיינמאן שליט"א - הגם זיי קומען נישט צי צו כפות רגליו.

צו איז שוין געווען אזוינס אין כלל ישראל?

נאר וואס דען?
די דיינים ווען זיי הייסען עפעס אין זייערע קהילות - לאכט מען פון זיי אין די פויסטען, ממילא דא האבען זיי א געלעגנהייט ווי דער ציבור וועט גרינגער קענען נאכקומען זייער פארלאנג.

איינס, דא רעד זיך דאך פון ציונות רח"ל.
צוויי,עס איז דאך יענעמ'ס ציונות.

אפשר ווייסט איינער אויף וועלכען פראווינץ דער אראד'ער רב איז דיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:16 לינק ישיר 

קערי, ביזט נישט גערעכט, עס איז קיין פארגלייך.

הרב שטיינמאן איז נישט קיין פירער אין די מדינה, און איז נישט פערזענליך דער אחראי פאר אלע שייגעץ שטיק, כאטש ער שטופט דעם וואגן.

אויך איז ער א איד א ת"ח, וואס נאר אדאנק זיין בלינדע תמימות איז ער אזוי פארנארט אין געוויסע ענינים.

פון די אנדערע זייט איז הרב שטיינמאן דער וואס האט פאקטיש איינגעריסן די חומה קעגן גיין אין מיליטער ביים צושטימען צו די נחל חרדי, וואס וועט נאך ברענגען שרעקליכע פאלגן פארן יהדות החרדית, היל"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:45 לינק ישיר 

איך בין נישט אזוי גוט באקאנט אין די הלכות, און איך קען נישט זאגן קיין דעת, פאר מיר איז פונקט גענוג דעס אז איך זע אלע נארמאלע ערלכע אידן זענען שטיל. נאר די עקסטרעמע משוגעים לאזן זיך אלץ הערן אין אזא צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 23:23 לינק ישיר 


ווי זענען די חתימות פון די סאטמערע רבנים און דיינים?
כ"ק אדמו"ר שליט"א. הגה"צ אב"ד קרית יואל. הגה"צ אב"ד ווילמ"ס.
הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פר"מ דומ"ץ קיט"ל. הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער. ועוד ועוד.



דא האט איר א בילד פונ'ם ירושלימ'ע מעיר מיט די עסקנים פון בארא פארק .

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/upload03/031205_143437-456_0225.JPG




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 23:27 לינק ישיר 

ווי אזוי הייסען די עסקנים אין די בילד?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-24/2/2006 23:37 לינק ישיר 

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 03:06 לינק ישיר 

לופוליאנסקי איז אן עוכר ישראל.

זייט ער איז ראש העיר זענען די גזירות נגד הדת גארנישט קלענער געווארן. די ערגסטע עבירות קומען פאר אין ירושלים ואין פוצה פה ומצפצף.

זיין גאנצער ציל איז נאר זיך צו לעקן צו די פרייע.

ביי די לעצטיגע הפגנות וואס זענען געווען קעגן ניתוחי מתים איז ער ארויסגעקומען קעגן די פרומע וואס מאכן שמוציג די שטאט און ער האט ארויסגעגעבן א באפעל אז מען זאל אויפטוישן אלע פלאסטישע גארבידזש קענס אין די געגנטער וואו עס וואוינען "חרדים" (וואס איז ער? א חילוני?) און לייגן אנשטאט מעטאלענע גארבידזש קענס.

איך גיי נישט דא בארעכטיגן דאס אונטערצינדן גארבידזש קענס, אבער זיין רעדן פון די פרומע מיט אזא ביליגקייט ווייזט וואס ער איז.

אויך דארף מען געדענקען אז מיט צוויי יאר צוריק האט ער דורכגעלאזט יענע שמוציגע ראלי אן קיין פיפס. און נאר ווען די פרומע האבן פארפירט קעגן אים האט ער פאראיאר באשלאסן צו שפילן כאילו ער איז דערקעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 03:31 לינק ישיר 

די שוטה (אנטשולדיגט) ער האט דאך זיי נאר א טובה געטון. זייערע גארביטש קענס זאלן קענען דורך טראגן די שריפות. וואס ווערט אנגעצינגן דערין יעדע מאנטיג - דאנערשטיג. ווען נישט וואלט אין מאה-שערים נישט געווען היינט קיין גארביטש קענס. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 05:57 לינק ישיר 

דו קלוגער, אין מאה שערים פונקט ווי רוב ירושלים איז לויט וו איך דענק סייווי דא אייזערנע גארבידזש קענס. זיין גאנצע רעדן קעגן די פרומע איז געווען זיך איינצוקויפן פוינטס ביי די פרייע וואס זענען געזיצן יענע טאג אין טרעפיק און נישט געקענט אנקומען ווי זיי האבן געווואלט, און געשאלטן די חרדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext