כ'האב יעצט גענדיגט הערן די גאנצע שיעור פון קנעפל איינס, ס'דויערט בערך א שעה, אבער ס'לוינט זיך צו הערן אמתע דיבורים פון א ערליכע יוד וואס בלוטיגט עם דאס הארץ אז מ'האט גע'גנב'ט נכסי הקהל פון גאנץ סאטמאר, ווען מ'האט ארויפגעצווינגען מיט די געוואלד די רביסטעווע פון אדונינו מלכינו בראשינו די סיגעטע רב, ובנו הרהגה"צ ר' אהרן, און זיי האבן גלייך איבער געשריבען נכסי ציבור און זיך געלאזט בויען א פאלאץ אויפן פלאץ ווי ס'איז געשטאנען דעם אלטען ביהמ"ד אויף בעדפארד עוו. ער בעט זיך ביי די אהרונים זיי זאלן ארויסנעמען די היתר פון לעדל, און עס עם בארגען, ווייל ער וויל אויך גיין אין קארט צוריק צו מאנען די גע'גנב'טע בנינים וואס די סיגעטע רב זאל זיין געזינט האט פון עם אוועק גערויבט מיט די געוואלד.
אהרונים: רישט ענק! ס'איז נאכנישט פערטיג די קעיס. לויטן רב איז ר' זלמן לייב נאר א גונב מן הגנב, ווייל עטץ האטס דאס אויך גע'גנב'ט פאר 25 יאר צוריק.
|
|