בית פורומים כל העולם כולו

ראזענוואסער-ערנסטער לאך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2006 02:21 לינק ישיר 
ראזענוואסער-ערנסטער לאך

עס איז שוין אן אלט באקאנטער מאמר החכם, אז קליינע מערכות גייען צוגרונד וועגן גרויסע פראבלעמען, און גרויסע מערכות גייען צוגרונד וועגן קליינע פראבלעמען.

ראזענוואסער האט שיעור נישט געמאכט סוף פסוק איבער די הייליגע קהילה קדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר", אבער חסדי ה' כי לא תמנו האט ער געמאכט איין "קליינעם" אבער זאפטיגן טעות, וואס וועט אי"ה קאסטן פאר די אהרונים דעם גאנצן זיג, און ס'וועט זיך ווידער ארויסשטעלן אז "מעז יצא מתוק".

ער האט אויפגעבויט א גאנצע געביידע, בפירוש אנטקעגן באראש'ס פסק, אז דער רבי איז נישט בעה"ב אין די קהילה און דער רבי דארף אויך פאלגן שטאטוטן, אא"וו, און דערפאר האט ער געפסקעט אז בערל פרידמאן איז פרעזידענט, ווייל דער רבי האט גארנישט געזאגט אז ער איז ארויסגעווארפן, און איפלו יא איז ער נישט דורך דעם גאנצן פראסיזשור וואס מ'דארף אדורכגיין ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון קהל.

אבער ער האט נאך געהאט איין "קליינע" פראבלעם, בערל פרידמאן איז קיינמאל נישט געווען פרעזידענט!

יעדער איינער ווייסט אז ר' יעקב כהנא איז געווען דער צווייטער ווייס פרעזידענט פאר בערל, נאר בערל האט אזוי שטארק פארפירט אז מ'מוז אים עפעס געבן (אלס קאשויער רב) אז מ'האט אים אויך געגעבן די טיטל פרעזידענט, און ווייל ער איז געווען א מויל מאכער איז ער אלעמאל געווען די הדיוט קופץ בראש, אבער באמת איז ר' יעקב געווען אייניג פרעזידענט מיט בערל. ביידע זענען געווען קא-פרעזידענט'ס. און אויב אזוי האט ער יא געקענט פאררופן וואלן, און זיינע וואלן זענען פונקט אזוי לעגיטים. לפחות דארף מען מאכן א עקסטערע קאורט פאר דעם.

איז ער אויפגעקומען מיט א באמבע: אז באראש האט שוין באשטעטיגט אין זיין פסק אז בערל איז געווען פרעזידענט און נישט קא-פרעזידענט!

למעשה ווען מ'קוקט אדורך באראש'ס פסק שטייט נישט אזא זאך! ער זאגט אז בערל האלט אז ער איז פרעזידענט, אבער ער זאגט אויך אז סאטמאר טענה'ט אז ס'איז געווען צוויי קא-פרעזידענט'ס. ראזענוואסער האט פראסט און פשוט גע'חלומ'ט!

אפגערעדט פון זיין נארישע פשעטל אז לויט די שטאטוטן קענען נישט זיין קיין צוויי קא-פרעזידענט'ס, אפשר ווייזט ער מיר וואו שטייט אין די שטאטוטן וואס מ'טוט ווען א פרעזידענט ווערט נפטר אינמיטן זיין טערמין?! ס'האט דאך געדארפט זיין וואלן א האלב יאר דערויף (פסח תשנ"ט), און ביז דעמאלט האט מען אויפגענומען צוויי קא-פרעזידענט'ס. אדרבא, זאל ער ווייזן וויאזוי מ'האט געקענט סקיפן ר' יעקב כהנא, וואס איז געווען דער צווייטער ווייס פרעזידענט און גיין צו בערל וואס איז געווען דער דריטער?!

זאך קענער זאגן אז דא האט ראזענוואסער געגראבן דעם לאך וואו זיין גאנצער פסק וועט אנקומען דארט וואו אלע חלומות און "מיטוואך'ס" פון די אהרונים פון די לעצטע פינף יאר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 06:51 לינק ישיר 

ווען דו ווייסט ווען וואס דו רעדטסט...

די אפעלאט ריכטער גייען ניטאמאל איבערקוקן וואס איר האט געשריבן פאר ריכטער באראש, קוים וואס זיי טוען א טובה און זיי קוקן איבער ראזענוואסער'ס אורטייל און די פאפירן וואס ביידע זייטן שיקן אריין...

און זיי דארפן נאך אננעמען אז ראזענוואסער ווייסט נישט וואס ער רעדט, נאר עפעס א היידפארק ניק פארשטייט בעסער פון אים.

די טענה איז אזוי שטארק, אז אייער אדוואקאט האט עס דערמאנט בלויז איין מאל ברמז ורמיזה ערגעץ פארווארפן אין די פאפירן, און עס ווערט ניטאמאל איבערגע'חזר'ט אין די נייע פאפירן ענקערע.

א צווייט מאל מאך זיכער אז די אדוואקאטן רעדן זיך אדורך מיט דיר פון פריער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 04:54 לינק ישיר 

אוי איז ער גערעכט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 04:57 לינק ישיר 

did i miss somethink hadaf  did any juge over the weekend overrueld roosenwaser



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ראזענוואסער-ערנסטער לאך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext