הודו לה': בני ברק - בוי ארבעט אנגעהויבען!
מיט לויב אין דאנק צום בורא עולם קוקן זיך צו סאטמאר חסידים אין בני ברק, צו די אנהייב פונעם בוי ארבעט אויפען לאט אינעם שיכון קרית יואל, ווי מען וועט בויען די נייע דירות.
נעכטן האבן די בוי ארבעטערס אנגעהויבען אפצוליידיגען די פעלד, און אפשניידען די ביימער וכו', נאכן באקומען די היתר בני' אין די פארגאנגענע וואכן.
די "ריכטיגע" בעל בתים בראשות רבי משה חיים ווייס שליט"א פונעם לאט טוען דארט די ארבעט.
|
|