| נשלח ב-7/3/2006 07:37 |
|
| |
אייער מיינונגען ביים אפיעלס קאורט
איך ברענג דא אראפ וואס דרייניץ שרייבט די זאלי פורום 7:7 נשלח ב 7/3/2006 DRYNITZ מען בעט דעם עולם מיטצוטיילען זייערע מיינונגען. מיין מיינונג איז 1- אז דער אפיעלס קאורט וועט ארויסווארפען ראזענוואסערס פסק, ווייל ער האט נישט געהאט קיין רעכט צו פסקנ'ן נאכדעם וואס דער אפעלאט האט באהאנדעלט באראש. 2- וועט באשטעטיגען אז באראש האט געהאט רעכט און רבינו שליט"א איז באלעבאס און ווילאנג ער טוישט נישט בלייבט ר' יעקל קאהאן פרעזידענט. נאכדעם וועלען זיך אנהייבען די ארוינישע פרישע שטיקעס, זיי וועלען אנהייבען א פרישע קעיס אז רבינו שליט"א האט יא ארויסגעווארפען ר' יעקל קאהאן, עס וועלען זיין צענדליגע אינגעלייט וואס וועלען אונטערשרייבען עדות אז זיי האבען אליינס געהערט פון רבינו שליט"א ווי אזוי ער האט ארויסגעווארפען ר' יעקל קאהאן. עס וועט קומען צו א געהעריגע טרייעל, און לפע"ד האבען די ארוינים נישט קיין שאנס צו געווינען א טרייעל. 7:19 נשלח ב 7/3/2006 קרןהתורה13 ווי אלעמאל איז שווער צו וויסן, וואספארא "באמפּס" עס קענען נאך אונטערקומען. אבער דאס איז, לכאורה, קלאר כשמש בצהרים, אז ראזנוואסער איז א "סתירה" צו באראש, און סטאטוסקווא האט קלאר נישט געמיינט בערל פריעדמאן, ווי סקאט מאלן ווייזט אויף אין זיינע פעיפערס פון זייער צד אליין, אזוי האבן זיי גע'טענה'ט אויך פאריאר ווען זיי האבן פארלאנגט א סטעי קעגן באראש, אז ער האט גע'פסק'נט סטאטוסקווא וואס דאס מיינט הרה"ח ר' יענקל כהנא. ממילא קען נישט לפענ"ד דער לעכערליכער פארגעשריבענער צעטל פון ראזענוואסער האבן קיין קראפט. און ווי דער ניו יארק טיימס דריקט זיך אויס אויף דעם וואס די פיר אפעלאט דזשאדזשעס האבן געגעבן אזא שטארקן סטעי, אז זיי האבן "סוספּענדעט" דעם פסק פון ראזענוואסער.
עד כאן פון דרייניץ
תוקן על ידי - אלעסאמת - 07/03/2006 7:38:33
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 07:43 |
|
| |
און יעצט וועל איך שרייבן וואס איך האלט 1- אז דער אפיעלס קאורט וועט אי"ה יא אן נעמען ראזענוואסערס פסק, ווייל ער געט זייער א שטארק פסק און ער באהאנדעלט די זאכן וואס באראש האט איבער געלאזט מיט א פראגע
2- וועט באשטעטיגען אז באראש האט געהאט רעכט און רבינו שליט"א איז באלעבאס און ער האט קיין מאל נישט ארויס געווארפן ר' בערל פר"מ מען בעט דעם עולם מיטצוטיילען זייערע מיינונגען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 15:43 |
|
| |
מיין מיינונג איז ווי פאלגנד: 1) איך האלט אז ראזענוואסער האט זיי אריינגעשטעלט אין ווינקל. עס איז אנגענומען אז די ריכטער זענען צוטיילט מיט צוויי גענויגט פאר די אהונים און צוויי פאר די זאליס. למעשה ווען מ'ענדיגט ליינען ראזענוואסער'ס אורטייל דארף מען זיך שפירן ווי א נאר ממש צו אננעמען באראש'ס לעכערליכן אורטייל אז דער רבי איז בעה"ב אין די קהילה, וואס שטעלט אונז אוועק אין שטארק א פאזיטיוון ליכט. 2) אפילו אויב ראזענוואסער איז זיך אין געוויסע נקודות סותר מיט באראש, איז אבער די קארדינאלע פראגע אויב דער רבי האט פאקטיש ארויסגעווארפן ר' בערל, וואס לדעתי איז פאר זיי כמעט אוממעגליך אנצונעמען אז יא וועגן עטליכע סיבות, 1) ראזענוואסער האט געמאכט א "פעקט פיינדינג" אז נישט, און 90% פון די פעלער גייט נישט דער אפעלאט קעגן א "פעקט פיינדינג" פון נידריגערן געריכט. 2) ווייל במציאות האט אים דער רבי נישט ארויסגעווארפן, און זיי מוזן אויפווייזן עפעס וואס איז קעגן די מציאות. 3) ווייל למעשה האבן זיי נישט געקענט אפירברענגען קיין איין ערנסטן באווייז אז דער רבי האט אים ארויסגעווארפן, אויסער א טעיפ וואס א לאבראטאריע באשטעטיגט אלס פאלש, און א דאקומענט וואס זיי האבן אליין מודה געווען אז זיי האבן אריינגעגעבן א פאלשן דאקומענט אין געריכט ! און זיי גייען בפשטות נישט קענען צושטעלן קיין פרישע בעסערע באווייזן. 4) ול כולם, דאס אז זיי האבן נישט געלאזט ראזענוואסער אריינגיין צום רבי'ן און לעווינטאל יא, ווי אויך וועלן זיי "נישט" אריינלאזן די אפעלאט ריכטער, שטעלט זיי אין א אויסטערליש שוואכע ליכט. 3) בנוגע קאנעקשאנ'ס און שוחד, איך פערזענליך בין איבערצייגט אז די סטעי האט געהאט עטוואס צו טון מיט זייערע אונטערגעקויפטע ריכטער [כאטש איך מוז צוגעבן אז אנדערע האלטן נישט אזוי, און איך האלט אויך אז עס איז נישט געווען "בלויז" שוחד], אבער צוליב מערערע סיבות - די אויבנדערמאנטע, און נאך - האלט איך אז עס וועט זיי נישט נוצן ביים אורטייל זעלבסט. אין מיינע אויגן איז די הויפט פראגע, אויב עס וועט זיי געלונגען צו באקומען א סטעי אויף דעם אורטייל פון די אפעלאט ריכטער.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 07/03/2006 15:44:16
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 16:05 |
|
| |
איך האלט ווי דרייניטץ, און דאס אז בא ללמד דארף זאגן אז די סטעי איז וועגן שוחד זעה איך ווי זיי שטיין, און דאס וואס בא ללמד זאגט וועגן פעקט פיינדינג אויב אזוי וואלטן זיי נישט געגעבן א סטעי, און אז זיי האבן יא געגעבן א סטעי זעהט מען וואס זיי האלטן פון ראזענוואסער'ס פסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:01 |
|
| |
מיין מיינונג איז:
1) אז זיי וועלן ארויסווארפן באראש'ס פסק אלץ אקעגן געזעץ,*:namespace prefix = o />
אזוי ווי ראזענוואסער האט דאס געשריבן בטוב טעם ודעת אז דער רבי איז אויך אינטער געווארפן אינטער די ביילאס פון די ארגעניזאציע, און דער קארט איז יא באויפטראגט דאס צו באשיצן און דאס הייסט נישט אריין געמישט אין רעליגיע, דער מציאות איז, אז דער רבי פלעגט כסדר צו זאגן די לשונות, "איך בין נישט בעל הבית" און "איך בעט ביי קהל" וכו', יעדער ווייסט אז דער רבי זי"ע און להבחל"ח דער רבי שליט"א האבן געהאלטן אז זיי זענען "נישט" בעל הבית אויף קהל, ע"כ איז מסתבר אז זיי וועלן דאס ארויסווארפן, און דאן אויב פסקענען זיי טאקען אזוי, אז דער רבי איז נישט בעל הבית, איז ראזענוואסערס פסק MUTE, דאס מיינט מער נישט רעלעווענט, און ר' בערל פריעדמאן בלייבט ווייטער פרעזידענט,
2) בכל אופן, אפילו לו יהא אז זיי נעמען יא אן אז דער רבי איז בעל הבית, און זיי באשטעטיגן יא באראש'ס פסק, דאן קומט אריין ראזענוואסער'ס מעכטיגער פסק, וואס לויט עם' איז זיין פסק נישט סותר באראש'ס פסק, און ער פסק'עט אז דער רבי האט "נישט" ארויס געווארפן ר' בערל, במילא איז ער ווייטער דער פרעזידענט פון קהל יטב לב,
איך קען נישט זעהן אז זיי זאלן געבן די פרעזידענסי פאר יאנקל כהנא, ווייל אפילו באראש וואס האט לכל הדיעות זייער געוואלט געבן פאר די זאלונים א שטארקן זיג האט דאס זיי אויך נישט געגעבן, ער האט DENIED זייער פארלאנג פאר א קלאריפיקאציע אז יאנקל כהנא אטיז פרעזידענט, ער האט זיי נאר געגעבן א סטאטוס קווא, און ס'איז זייער לעכערליך צו זאגן אז "באראש" האט געמיינט מיט סטאטאס-קווא יאנקל כהנא, ווייל אפילו ס'איז אמת אז ער האט אזוי געמיינט (כאטשיג ער האט דאס נישט געוואלט באשטעטיגן) איז דאס נישט רעלעווענט, סטאטאס-קווא מיינט "אזוי ווי עס איז" און אויב באשליסט דער קארט אז דער רבי האט נישט ארויס געווארפן ר' בערל, איז דאך "אזוי ווי עס איז" דער פרעזידענט ר' בערל, און באראש האט געמעגט "מיינען" טויזענט מאל יאנקל כהנא, מיינט דאס נאר אז באראש האט "נישט גיט" געמיינט, ער האט געמיינט אז יאנקל כהנא איז דער דעמאלסדיגער פרעזידענט און למעשה איז ר' בערל דאן געווען דער פרעזידענט, און על כן בלייבט ער ווייטער דער פרעזידענט.
איך וועל געבן א ביישפיל, ווען יאנקל און משה האבן א סכסוך איבער א פראפערטי וואס ביידע האבן א געסיינטן קאנטראקט אפצוקויפן דעם בנין אויף 123 מעין סטריט, יאנקל האט א געשריבענען קאנטראקט מיט איציק (דער מוכר) אז ער גייט אפקויפן דעם בנין, נאר בעפאר'ן קלאזינג איז אפיר געקומען משה און טענה'ט אז 4 וואכן פאר דעם קאנטראקט צעווישן יאנקל און איציק, האט ער געשריבן א קאנטראקט מיט מענדל אויף דעם זעלבן בנין, און אזוי ווי מענדל זאגט אז ער איז א שותף אין דעם בנין האט ער געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין און במילא איז משה דער לעגאלער קונה פון די פראפערטי, איציק ווידער שרייט אז מענדל איז שוין לאנג נישט קיין שותף במילא האט ער נישט געהאט קיין רעכט דאס צו פארקויפן, במילא איז דער קאנטראקט צעווישן מענדל און משה בטל ומבוטל און נאר זיין קאנטראקט מיט יאנקל איז ליגיט, און יאנקל איז דער לעגאלער קונה, נישט קענענדיג זיך דורך קומען זענען זיי געגאנגען אין קארט (מסתמא מיט א היתר בית דין), ווי זיי האבן ביידע געברענגט זייערע טענות, איציק האט געטענה'ט אז מענדל איז "נישט" קיין שותף במילא האט ער נישט געהאט קיין רעכט צו סיינען קיין קאנטראקט, במילא איז זיין קאנטראקט מיט יאנקל קראנט, און ער דארף זיין דער לעגאלער קונה, מענדל שרייט געוואלד אז ער איז יא א שותף און במילא האט ער יא געהאט א רעכט צו שרייבן קאנטראקט מיט משה, און איציק האט דריבער שוין נישט געקענט שרייבן א קאנטראקט מיט יאנקל ווייל עס איז שוין געווען א פריריגער קאנטראקט, דער שופט (איך מיין אז ס'איז אויך געווען באראש) איז ארויס געקומען מיט א פסק (מען זאגט אז מענדל האט עם געגעבן שוחד...) אז מענדל איז יא געווען א לעגאלער שותף במילא איז דער וואס האט קודם געגעבן דעם דעפאזיט איז דער לעגאלער קונה, משה מיט מענדל האבן אנגעהויבן צו קלאטשן און איציק מיט יאנקלען האבן זיך אראפגעלאזט די נאז,
יעדער האט פארשטאנען אז משה און מענדל האט געווינען דעם קעיס, ווייל דער שופט האט דאך קלאר געפסקעט אז מענדל האט "יא" געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין, אבער אזוי ווי יאנקל גייט א היים אבל וחפו ראש, און הייבט אן צו נישטערן צעווישן זיינע פאפירן קומט ער ארויף אויף דעם קאפי פונעם טשעק וואס ער האט געגעבן דעם דעפאזיט פאר איציק, ער קיקט און קיקט אן גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן, דער דעיט פונעם "ערשטן" דעפאזיט איז 2 חדשים פאר דעם דעיט וואס משה האט געשריבן קאנטראקט מיט מענדל, און אויפן טשעק שטייט קלאר DEPOSIT TO PURCHASE BUILDING ON 123 MAIN STREET, ער הייבט פיס און לויפט אריבער צו איציק און פרעגט עם, זאג נאר ווען האסטו דעפאזיט דעם טשעק, ער קיקט נאך און זעט, אז יא דער טשעק איז געווארן דעפאזיטעט 7 וואכן פאר דעם קאנטראקט צעווישן משה מיט מענדל, יעצט כאפן זיי זיך, אז ביידע צדדים האבן זיך ארום געקריגט צו מענדל האט יא געהאט א רעכט צו פארקויפן דעם בנין צו נישט, זיי האבן פאר זיך געהאט צוויי געסיינטע קאנטראקטס, ווען דער שופט האט געפסקעט אז מענדל האט "יא" געהט א רעכט דאס צו פארקויפן האט יעדער, דער שופט, משה, מענדל, יאנקל און איציק, ווי אויך די לויערס פון ביידע צדדם, אלע האבן זיי "געמיינט" אז משה מיט מענדל האבן געווינען, קיינער איז נישט מחולק געווען אז דער "שופט" האט דא געמיינט צו געבן א געווינס פאר מענדל, אבער דעם מציאות האט דער שופט נישט געקענט טוישן, דער קאפי פונעם טשעק מיט א פרירעדיגן דאטום, האט געראטעוועט איציק מיט יאנקל,
די זעלבע זאך דא, יעדער איז מודה אז דער דשזאדזש האט געוואלט געבן א געווינס פאר די זאלונים, און אפילו ווען ער האט געשריבן די ווערטער סטאטאס קווא האט ער געמיינט אז ער געט דאס פאר יאנקל כהנא, אבער דער מציאות קען ער נישט טוישן, דער מציאות זאגט אז ביז מען צייגט זיך נישט איבער אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל איז ר' בערל דער לעגאלער פרעזידענט, און יעדער איז מודה אז נישט באראש און נישט ראזענוואסער האבן אנגענומען פאר א פאקט אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל, על כן בלייבט ר' בערל דער פרעזידענט און ווער עס האט אנדערשט געמיינט האט זיך פשוט גענארט, און ס'איז זייער נישט מסתבר אז די אפעלעט וועט יא אנעמען א פאקט וואס קיינער האט ביז היינט נישט אנגענומען.
יעצט א קלעריפיקעישן אויף דעם קאנסעפט פון פרעדיקשאנס: איך קאלער מיך ווען די זאלונים קלעימען וויקטארי אז יענקעלע האט געזאגט אז מסתמא וועט נישט זיין קיין סטעי און זיי האבן יא באקומען א סטעי, א מורא'דיקן נצחון, וויל איך מסביר זיין פאר די דאזיגע נארישע זאלונים'לעך, אז א פרעדיקשאן איז נישט קיין נביאה, א פרעדיקשאן איז וואס מען האלט אז ס'גייט געשען, און מען האט א סברה בצידו פארוואס מען האלט אזוי, און ווער עס איז גערעכט מיט זיינע פרעדיקשאנס 70 אדער 80 פראצענט איז א דזשיניעס, קיינער ווייסט נישט פאר זיכער וואס עס גייט געשען, נאר מען קיקט אריין אין די זאך און לויט ווי מען זעט דעם מצב מאכט מען א פרעדיקשן, איך האב איבערגעליינט מיינע פרעדיקשאנס און איך בין גערעכט געווען כמעט אייביג, דאס אז איך האב געהאלטן אז "מסתמא" וועט מען נישט באקומען קיין סטעי, און למעשה האט מען יא באקומען א סטעי איז דען א דורעכפאל, האב איך דען געזאגט אז ס'איז נישט מעגלעך אז מען באקומט א סטעי, איך האב נאר געזאגט אז לויט מיין סברה וועט מען מסתמא נישט באקומען קיין סטעי,
ווידער מיט א ביישפיל, ווען איינער זאל מיך ווען פרעגן סעפטעמבער 10 2001 צו עס איז א מציאות אז דער ווארלד טרעיד סענטער גייט מארגן ווערן אראפ געווארפן, וואס וואלט איך (אדער יעדער נארמאלער מענטש) גענטפערט, אז זיכער אז נישט, איך מיין אז עס איז נישט געווען קיין שום נארמאלער מענטש וואס וואלד פרעדיקטעד אז דאס גייט דעם נעקסטן טאג ווערן אראפ געשאסן, נאך מער, "היינט צו טאג", טאמער וועט מען פרעגן, 1- איז א מציאות אז דער עמפייער סטעיט בילדינג גייט מארגן ווערן אראפ געשאסן, וועט דער ענטפער זיין, אז יא, ס'איז א מציאות, (יעצט איז שוין יעדער א חכם), 2- גייט דער עמפייער סטעיט בילדינג מארגן ווערן אראפ געווארפן, וועט דער ענטפער זיכער זיין, "מסתמא נישט", קיין שום נארמאלער מענטש וועט נישט ענטפערן אז מסתמא יא, כאטשיג ער ווייסט אז ס'איז א מציאות, נאר יעדער ווייסט אז כאטשיג ס'איז מציאות, וועט דאס מסתמא נישט געשען, און אויב חלילה יא, הייסט דאס זיכער נישט קיין שום דורכפאל, ווייל לויט'ן מצב, זעט נישט אויס אז ס'זאל פאסירן.
דא איז אויך אזוי, איך האב פרעדיקטעד, באראש'ס פסק, איך האב פרעדיקטעד ראזענוואסער'ס פסק, איך האב פרידיקטעד אז מען וועט נישט געבן דעם עמערדזשענסי סטעי, און אלעס האט געשטימט, איך האב פרידיקטעד דעם אויסגאנג פון די אפעלעט קארט און בעזר השם וועל איך דארט אויך זיין גערעכט, נאר איין סטעי האט מען יא אריין געכאפט טראץ מיין פרעדיקשאן, און מען טאנצט שוין מיט א נצחון, מורא'דיקע קעלבלעך.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 07/03/2006 19:11:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:08 |
|
| |
בא ללמד, א גיטער אנעליז
אבער איך וועל דיר געבן א נייע מציאות ווי אזוי די ארונים גייען פארלירן לויט ווי די שרייבסט אז די אפעלאט איז יעצט ציטיילט, צוויי אויף צויי, צוויי פאר אונז אין צוויי פאר די זאליס נניח אז אפילו נאכען זען ראזענוואסערס פסק מיט אלע צעטליך בלייבט עס נאך אלץ ציטיילט צוויי אויף צויי {פאר פארשידענע סיבות....געלד..פרעשור..חבירים..רוף עס אן ווי אזוי די ווילסט, מעסטרא וועט ענעוועי קיינמאל נישט ווערן איבערצייגט אז די ארונים זענענן גערעכט, אין ער וועט איבערצייגען נאך איינעם פין די דשארשעס אז די זאליס זענענן אלץ גערעכט,,וד"ל} דעמלאטס גייט מען דארפן אריינברענגן א פיפטען דשאראש דעמלאטס וועט שוין דער הויפט דשאראש ליפמאן {וואס די זאליס טענענן אז זיי האבן אים אין טאש} זיכער מאכן אז מען זאל אריינברענגען נאר אזא איינעם וואס פארשטייט די זאך פינקט ווי מעסטרא פארשטייט עס וד"ל
איך ווארט צי הערן דיין קאמענט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:13 |
|
| |
יענקעלע פיין געזאגט, ווען כ'האב געשריבען מיין תגובה איז דיין תגובה נאך נישט געווען,אבער איך האב פאר דיר די זעלבע קשיא
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:20 |
|
| |
יענקעלע די ביסט זיך סותר ווייל ביי #1
שרייבסטו אז ראזענוואסער שרייבט אז די רבי איז נישט בעה"ב און ביי #2
שרייבסטו אז ראזענוואסער זאגט נישט אנדערש ווי באראש
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:27 |
|
| |
קעי-דזשעי_ווילעדזש: מה ענין שמיטה אצל הר סיני; ווי אין דער וועלט קומט דער טשיף אדמיניסטראטיווער ריכטער פונעם ניו יארק סטעיט סופרים קאורט אריינצורעדן אינעם "סעקאנד אפעלאט דיוויזשאן"?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 19:28 |
|
| |
איך קים פון א אנדערן חדר, איך קויף נאך נישט אז מען האט אינטער געקויפט מיט געלט די דזשאדזשעס, קאנעקשעאנס יא, פעווערעטיזאם יא, אבער נישט אפענע שוחד, ובפרט ביי אפעלעט ריכטער, וואס דארפן מסביר זיין זייער שטעלונג פארוואס זיי פסקענע אזוי, און ס'מיז שטימען לויטן געזעץ, און איך האלט, אז זיי וועלן האבן א זייער שווערע אויפגאבע, צו בארעכטיגן א זאלונישע געווינס לויטן געזעץ, אפילו באראש, וואס האט זיכער געוואלט אז די זאלונים זאלן געווינען און יאנקל כהנא זאל זיין דער פרעזידענט, האט געהאט א פראבלעם זיי דאס צו דעליווערן, ווייל ס'קלאפט נישט מיטן געזעץ,
איך האב נאכנישט געטראפן קיינעם זאל מיר מסביר זיין מיט שכל וויאזוי די זאלונים קענען באקומען א געווינס אז יאנקל כהנא זאל ערקלערט ווערן פרעזידענט טראץ דעם וואס באראש האט דאס נישט געוואלט אנעמען, ובפרט אצינד, ווען זיי האבן מודה געווען, אז די סערטיפיקאציע פונעם רבי'ן וואס זיי האבן געגעבן פארן געריכט איז געווען פאלטש, נו, אויף וואס פאר BASE וועלן זיי געבן פאר יאנקל כהנא די פרעזידענסי, I CAN'T SEE IT.
אבער AGAIN, איך קען זיין WRONG. אבער ס'איז נישט מסתבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 22:53 |
|
| |
יענקעל איך מעג אוועק לייגן א לינק צו די אשכול און ווען סאטמאר וועט זיגען וועל איך ארויף לייגן די לינק???????
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:25 |
|
| |
יא ראדני, ווייל ווען סאטמאר וועט אי"ה זיגן, אזוי ווי איך פרעדיקט, וועלן די זאלונים במילא פליען פון ראדני, און די וועסט שוין במילא נעמען א שטומעניש.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:26 |
|
| |
rodny if he is going to say no will u be a winner again?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:41 |
|
| |
יענקעלע, בא ללמד, ענד אלל די רעסט. ענק רעדן זייער שיינע לאגישע הסברים, אבער דערמאנץ ענק נאר צוריק וואס ענק האבן אזוי שיין מסביר געווען ווען די קעיס איז געווען ביי זשאונס אז סקען נישט צוריקגיין צו באראש, דערמאנץ ענק די זאפטיגע פשעטלעך אז די באנק קען נישט ברעכן די מארגעזש, די שיינע הסברים אז באראש קען נישט פסקענען קעגן די געזעץ, די שיינע הסברים ביי שמחת תורה פאגראם #1, ביי שמחת תורה פאגראם #2, און בעיקר די קלארע ווערטער אז סאיז ממש אוממעגליך אז סאטמאר זאל באקומען א סטעי, ענד סאו אן. ענק פארזעען אלעמאל איין זאך, די אייבערשטער איז בעה"ב אין די וועלט!!! וויפיל פשעטלעך און תירוצים מיט הסברים ענק זאלן נישט האבן וועט עס ענק גארנישט העלפן! העברת פי ה' היא לא תצלח!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:46 |
|
| |
rodny let me ask u one think y do u think that the court is going to belive u that the rabbi expeld berl freidman to u realy think that they r going to belive u that he was expeld becouse moshe friedman said so the fact is u dont have any proof what so ever that he was expeld and thats going to be the issue in the appealt and the juges r not going to fall for moolen,s story,s that berl freidman should show proof that jeno kahan was exppeld
|
|
|
|
|