בית פורומים כל העולם כולו

א ענטפער פאר דרייניץ, "וואס זאגט מען פאר די קינדער"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2006 21:37 לינק ישיר 
א ענטפער פאר דרייניץ, "וואס זאגט מען פאר די קינדער"

דרייניץ האט אין חא"ס, געפענט א אשכול, מיט א פראגע וויאזוי און וואס מען ענטפערט פאר די קינדער בנוגע די מחלוקה, איז אזוי ווי איך רעספעקט זייער מיין ידיד רבי דרייניץ שליט"א, וועל איך עם געבן מיינע צוויי סענדס...*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 


דרייניץ זיסער,
דער בעסטער ליגענט איז דער אמת, פראביר עס אויס, ס'ארבייט זייער גיט, מיין יונגל איז אהיים געקומען פון חדר, און זייענדיג דעם טאטענס א זוהן, איז ער בטבע א חקרן, ער וויל וויסן דעם אמת, און ביי עם איז נישט שייך פארהוילן ווייל ער איז קע"ה זייער שארף, מען קען עם נישט פארקויפן קיין באבקעס, על כן האב איך מחליט געווען עם אלעס פונקטליך דערציילן, איין מוצאי שבת, זאג איך עם, יוסעלע קים אהער איך וויל מיט דיר כאפן א שמועס, און עם אנגעהויבן פונקטליך דערציילט די היסטאריע פון סאטמאר,  מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, (ניין,
JUST KIDDING).

איך האב אנגעהויבן אזוי, מיר סאטמארע אידן, זענען די לאקיעסטע חסידים, מיר האבן געהאט די זכי' צו האבן פאר א רבין דעם גרעסטן צדיק בדורינו, רבינו יואל בן חנני' יום טוב ליפא זכתו יגן עלינו, דער רבי זי"ע איז געווען א קדוש וטהור, ממש א מלאך אלקים, דער רבי מיט זיין קדושה איז געווען דער רבן של כל בני הגולה, און נאר בזכותו איז געבליבן דאס אידישקייט אויף דער וועלט, ליידער ליידער בעוון הדור האט דער רבי פארלוירן זיינע דריי טעכטער בחייו, און נישט געהאט קיין זוהן וואס זאל זיין א ממשיך דרכו, אבער ביי אונז חסידים איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם, ווייל מיר זענען זיכער געווען אז דער רבי וועט אונז אלע פורן אקעגן משיח צדקינו, במילא איז נישט וויכטיג געווען מיר זאלן דארפן א ממשיך דרכו, און קיינער האט בחיים חיותו נישט געטראכט פון דעם.

אבער ליידער איין זונטיג אידערפרי, ביום כוא"ב כ"ו לחודש אב שנת תשל"ט, איז אנגעקומען א בשורה לא טובה, אז נצחו אראלים את המצוקים, און אונזער באליבטער רבי, אונזער באליבטער טאטע, אונזער באליבטער מנהיג איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, יוסעלע, וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן געמיינט
אז די וועלט איז געקומען צו א עק, דאס חשכות האט ארום גענומען די גאנצע וועלט, מענטשן האבן זיך ארום געדרייט פארצווייפעלט, נישט געוויסט וואס טוט מען ווייטער, מי ינחינו, ומי ינהלינו, ווער וועט אונז ווייטער פורן, ס'איז געווען זייער זייער ביטער.

אבער חז"ל האבן אונז דאך שוין געזאגט, אין המלכות נוגעת בחברתה, און דער באשעפער דער קל רחום וחנון פארלאזט נישט כלל ישראל, "ובא השמש - וזרח השמש, עד שלא תשקע שמשו של זה כבר זורחת שמשו של זה" און דער בורא כל עולמים ברוב רחמיו וחסדיו, האט אונז צוגעשיקט א ממלא מקום, א צדיק קדוש וטהור, כבוד קדושת רבינו שליט"א, א פרי עץ הדר ממשפחת התמרים, א זוהן פון הייליגן עצי חיים זי"ע ולמעלה בקודש, איינער וואס האט זיך געווייקט ביי זיין פעטער זי"ע, און חסידי ותלמידי רבינו זי"ע האבן מחליט געווען זיך אינטערווארפן, בצל כנפיו הטהורים, און מען האט מקבל מרות געווען
פון אונזער רבין שליט"א, און מען האט ברוב פאר והדר מכתיר געוען דעם רבין שליט"א אלץ ממלא מקומו פון להבבחל"ח רבינו זי"ע.

ויבא השטן בתוכם, דער שטן איז געווארן זייער פארקלעמט, ער האט געמיינט אז אט אט ווערט ער פטור פון דעם שיינעם חסידות, דא האט ער שוין געהאט אביסל אפגעאטעמט, שבת שקלים תשכ"ח, דאס איז ווען דער רבי זי"ע איז ל"ע קראנק געווארן מיט א סטראק, כלל ישראל האט דאן מרבה געווען בתפלה ובתחנונים, מען האט איינגעריסן וועלטן, און ברוב חסדי השם איז ב"ה געווארן ביים רבין א שינוי לטובה, און דער רבי איז ווייטער געבליבן בתוכינו, אבער ליידער , אן קיין שלש סעודות תורות, אן קיין שובבי"ם תורות, אן קיין דרשות, ס'איז טאקע געווען א געוואלדיגע התחזקות פאר די חסידים, אז מיר האבן נאך דעם רבי'ן שליט"א מיט אונז, מען איז צו עם ווייטער געגאנגען מיט קוויטלעך צו געזעגענען, מען האט נאך אביסל געהערט זיינע תפילות, אבער די פייערדיגע דרשות האבן זיך ליידער גענדיגט, און דער שטן האט געשעפט נחת, און יעצט פלוצלינג מיטן אויף נעמען דעם נייעם סאטמאר'ן רבי'ן,  האט אויף געשיינט דו
זון, דא קומט א נייער סאטמארער רבי, און האלט פלאם פייערדיקע דרשות, ער ווערט א גודר גדר ועומד בפרץ, ער ווערט א מנהיג ישראל, און דאס איז נישט געווען לרוחו פונעם שטן.
 
האט ער אנגעהויבן מיט זיין אלטן טריק, מען וועט מאכן א מחלוקה, אזוי ווי די מחלוקת קורח וכל עדתו, און מען וועט פרובירן צו צוברעכן דאס סאטמארע חסידות, איי וויאזוי טיט מען דאס, מיט וואס קען מען באקעמפן דעם נייעם סאטמארען רבין, ער איז דאך א מפורסם בתורה ובחכמה, ער איז דאך א צדיק גמור, נו, וואס טיט מען, האט ער זיך געכאפט אז ער האט זוהן רבי אהרן, וואס כאטשיג דער רבי אהרן איז א גאון עולם א געוואלדיגער בעל צדקה וחסד, א מתמיד עצום, נו, וואס זאגט מען אויף עם, מען וועט זאגן אז זיין ווייב איז א ציוניסקע,זי איז די טאכטער פון וויזניצן רבין פון ארץ ישראל, וואס איז א חבר אין מועצת גדולי התורה פון די אגודה, במילא איז זיין טאכטער א ציוניסט, במילא איז רבי אהרן פסול, און אזוי האט מען אנגעהויבן צו פארפירן א קעגן דעם רבי'ן שליט"א, יוסעלע מיין קינד,  וואס זאל איך דיר זאגן, דער רבי האט אנגעהויבן צו ליידן ביטערע רדיפות פון די מחרחרי ריב בלבוש החסידות, זיי האבן עם אנגעהויבן צו געבן אסאך עגמת נפש ושברי לב, זיי האבן עם נאך געשריגן איף די גאס מיט אלע לשונות של גנאי, זיי האבן עם מבאיש ריח געווען ווי נאר זיי האבן געקענט, אלץ מיטן אויסרייד אז זיי נעמען זיך אן פאר די שיטה,

זעלבסטפארשטענדלעך, אז עס האט זיך אנגעהויבן א קאנטער קריג, דער רבי שליט"א איז זיי נישט געבליבן שולדיג, ער האט מקיים דעם אל תירא ואל תחת, ער האט זיי צוריק געגעבן א מנה אחת אפיים, און דאס האט גורם געווען אז די חסידי רבינו וואס האבן צוגעקיקט דעם צער וואס רבינו שליט"א האט פון די גאנצע פרשה, האבן זיך אנגענומען פאר עם, זיי האבן זיך אנגענוומען פארןזיין כבוד, און  ווי געטרייע חסידים זענען זיי געשטאנען על המשמר און ווער עס האט געהאט די חוצפה צו טשעפען מיטן רבין האט באלד צוריק געכאפט מיט פראצענט, כאטשיג די גאנצע זאך איז געווען למורת רוחו פונעם רב שליט"א, אבער ער האט געוויסט אז די גאנצע זאך וואס דער רבי ליידט איז פשוט רשעות, פשוט קנאה שנאה, פשוט מעשי שטן, זיי לייגן דאס נאר אן אויף עם, איז דאס געווען זייער נישט צום הארצן, אבער ווי א געטריי קינד וואס קען נישט צו קיקן ווי דער טאטע ליידט, איז ער צו געשטאנען צו די מערכה, דער גבאי פונעם רבין האט געגעבן די ארדערס און קינד און קייט האבן בלינדערהייט געפאלגט, למעשה איז די דאזיגע צייט געווען די פינסטערסטע צייט וואס סאטמאר האט סיי ווען געהאט, אמת דער רבי זי"ע האט אויך געליטן פון די אזוי גערופענע מחוצפים, ער האט אסאך עגמת נפש געהאט פון די אזוי גערופענע פרומע מחוצפים, אזוי ווייט אז ביי די באקאנטע נשא תורה ווען דער רבי איז ארויס געקומען ווי א גענעראל און האט לוחם געווען אקעגן די טומאת הציונים, נאך די מלחמת ששת הימים, האט ער דאן זייער שארף אראפ געריסן דא אזוי גערופענע נטורי קרתא, ער האט זיי צוזאמען געשטעלט אין איין קאטאגאריע מיט די רשעי הציונים, ווי אויך ביי די פרשה פטון
UN, האבן די זעלבע מחוצפים נישט געפאלגט דעם רבין זי"ע, ווען זיי זענען געגאנגען פראטעסטירן צום UN נגד רצונו, און ער האט געהייסן די אלע משתתפי הפראטעסט מען זאל זיי ארויס צו ווארפן פון זיין בית המדרש און פון זיינע מוסדות, יא, סאטמאר האט אלץ געליטן פון די פרומע מחוצפים,

אבער דער רבי זי"ע איז דאך געווען דער מלאך אלקים, דער גברא דמסתפינא מיני, מען האט ווי נישט געציטערט פאר עם, האט ער זיך געקענט א עצה געבן מיט זיי, אבער לאחר פטירתו, ווען דער רבי שליט"א האט איבער גענומען די מלוכה האבן זיך די אלע שונאי סאטמאר צוזאמען גענומען, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, זיי האבן געהאפט אז יעצט וועלן זיי קענען צוברעכן דאס גרעסטע חסידות אויף דער וועלט, האבן זיי זיך גענומען אויף די ביינער פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און סאטמאר בכלל און קרית יואל בפרט איז געווארן א שלאכט פעלד, מען האט זיך געשלאגן, נאכגעשריגן איינער דעם צווייטן, צובראכן פענסטערס ביי אידן, נאכגעשריגן דעם רבין אויף די גאס, געגאנגען אויף די טעלעוויזשאן באשמיצן דעם רבין, וכו' וכו', בקיצור ס'איז געווען א שווארץ קאפיטל אין די סאטמארע געשיכטע.


אנגעפירט מיט דעם דאזיגן מלחמה איז געווען איינער מיטן נאמען משה פריעדמאן, וואס האט געטראגן דעם טיטול "דער גבאי פונעם רבי'ן שליט"א", דער דאזיגער משה פריעדמאן האט זיך יענע יארן געקרוינט  אלץ דער דער פאקטישער בעל הבית אין סאטמאר, נישט דער רבי שליט"א, נישט רבי אהרן שליט"א, ניין, נישט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה, נישט ר' סענדער דייטש ע"ה, ניין, דער פאקטישער בעל הבית אין סאטמאר די יארן איז געווען נישט קיין אנדערער ווי דער דאזיגער  ארכי טעראראיסט, משה גבאי, על פיו יצאו ועל פיו יבואו, טאמער האט עמעצער גרינג געשעצט זיינע באפעלן איז געווען אחת דתו, וויפיל דער רב שליט"א האט זיך געבעטן ביים רבין זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די עזות פנים'ער, האט זיך משה גבאי אריין געמישט און מיט אפ-נארמאלע קולות געשריגן אז מען דארף זיי לערנען דרך ארץ, מען טאר זיך נישט לאזן פון זיי, און דער רבי האט ווייטער געפירט די מחלוקה אויף משה גבאי'ס דרכים, און טייערער יוסעלע, די רעסט איז היסטארי,  דער רבי שליט"א האט געפליקט פון איין זייט, און די שונאי סאטמאר האבן צוריק געפליקט, און דער רב שליט"א ווי א געטריי קינד, האט פראבירט זיך אנעמען פאר זיין טאטן שליט"א וויפיל ער האט נאר געקענט, כאטש די מחלוקת איז געווען למורת רוחו.


וויפיל דער רב שליט"א האט זיך געבעטן ביי משה גבאי, אז לא זו הדרך, האט ער עם צוריק געשריגן, אז אויב גייסטו נישט מיט מיר, זאג איך דיר צו אז דו וועסט פליען, איך וועל מאכן פון דיר א רויזעלע, (ווי באקאנט איז דעם רבין'ס טאכטער די סעמיאלער רעבעצין ע"ה, וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן פון די אנשי בליעל וואס האבן זיך געדרייט ביי איר טאטע, דער רבי זי"ע, האט זי דריבער געליטן געפערליכע רדיפות, וואס דאס האט איר ליידער מקצר ימים געווען כידוע), דער רב שליט"א האט געשלינגען, און ווייטער געפאלגט זיין טאטע'נס (משה גבאי'ס) באפעלן, ס'איז געווען משה (גבאי) ידבר, וכל בית סאטמאר יעננו בקול, יעדער פון קליין ביז גרויס האט מורא געהאט פאר דעם שד בצורת אדם,


ביז בערך תשנ"ד, ווען דעם רבינס מצב האט ליידער בעוה"ר אנגעהויבן אינטער צו הינקען, און ער האט אנגעהויבן צו פארגעסן, דאן איז דער גבאי נאך מער מאכטיג געווארן, ער איז דאן געווארן, אויסער בעל הבית, איז ער געווארן דער פאקטישער רבי, ער האט אנגעהויבן צו שרייבן בריעוון אינעם רבינ'ס נאמען, שרייבן פאלשע צוואות אינעם רבינס נאמען, פאלשע טעלעפאן קאלס אינעם רבינס נאמען, וויסענדיג אז דער רבי וועט דאס נישט פייטן און נישט לייקענען, ווייל זיין זכרון ארבייט שוין ליידער נישט, מען האט דאן געקענט איינרעדן פארן רבין אלע מיני באבקעס, און דעם רבינס כבוד איז דאן נשפל געוארן עד שאול תחתי',  דער רב צוזעהנדיג אז כבוד סאטמאר בכלל און כבוד רבינו בפרט, זינקט איין טאג טעגלעך, האט אראפ געלייגט א פיס און געזאגט פאר משה גבאי, עד כאן, איך בין מער נישט גרייט דיר נאך צו טאנצן בלינדערהייט, ויקצוף משה מאוד וחמתו בערה בו, דער משה האט זיך דאן געשוואוירן אז ער וועט נישט איינרוהן ביז ער וועט פטור ווערן פונעם רב,


בלילה ההוא נדדה שנת משה גבאי, אונזער משה'עלע, האט נישט געקענט שלאפן, פון גרויס צארן, וויסענדיג אז פטור ווערן פונעם רב וועט עם זיין זייער שווער, ער האט געוויסט אז דער רב איז נערץ ביי רובם ככולם חסידי ותלמידי רבינו שליט"א, איז ער ארויף געקומען אויף א פונסטערן פלאן, ער האט ארובער גערופן צו זיך דעם רבינס צוויי אנדערע זוהן, די צוויי וואס ער האט געוויסט אז זיי טראגן זיך ארום מיט א קנאה שנאה צום רב שליט"א, וויסענדיג דאס חביבות בלי מצרים וואס דער רבי האט צו זיין עלסטן זוהן, און וויסענדיג אז דער רבי שליט"א האט שוין כמה פעמים מודיע געווען רצונו הקדוש אז דער רב שליט'א זאל זיין יורשו  וממשיך דרכו, איז דער שד משה גבאי אויפגעקומען מיט א בייפאל, ער וועט אנטראגן פאר זלמן לייב אז ער וועט "עם" מאכן דעם ממלא מקום פון רבין, און אזוי וועט ליפא'לע אויך זיין פרטעקטעט, אומר ועושה, ער זאגט זיין פלאן פאר די צוויי בני רבינו, לכתחילה האט זלמן לייב געזאגט אז ס'איז אומעגלעך, ער קען נישט קאמפיטן מיט ר' אהרן, צו זיין א סאטמארער רב דארף מען קענען לערנען, און ער קומט נישט צו אין לערנען לקרסולי רגליו פון זיין ברודער רבי אהרן, הער מיך אויס זלמן לייב, האט משה כדרכו צוריק געשריגן, אויב פעלט אויס, וועל איך דיך מאכן פאר א תלמוד חכם, דו דארפסט נאר מיט שפילן, אויפן רבין וועל איך קער נעמען, ער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו, די נארישע קעלבערישע חסידים וועלן מיר תיכף האבן, און די לעפקעלעך מיט די יאקאבאוויטש'לעך, וועלן מיר אויך ביז אפאר חדשים האבן אויף אונזער זייט, זלמן לייב מיט ליפא האבן צוגעשאקעל מיט הסכמה, און משה גיט א צינישן שמייכל, פארמאכענדיג די אויגן חלום'ט ער שוין ווי ר' אהרן פליט פון קרית יואל...


    פון יענעם טאג אן האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישער העצערישער קלימאט בבית רבינו, משה גבאי מיט זיינע יונגעלעך האבן אנגעהויבן צו העצן דעם רבי'ן שליט"א מיט שקרים וכזבים, זיי האב אנגעהויבן צוזאמען נעמען אלע שונאי רבינו אינטער איין דאך וואס זענען אלע געקומען צולויפן, זיך ארויף כאפן אויף די געלעגנהייט צוריק אריין קומען אונעם כלל סאטמאר, נאכדעם וואס זיי זענען געווען אויסגעשפיגן פון כלל ישראל פאר יארן לאנג, זיי האבן נעבעך נישט געקענט טוהן קיין נארמאלע שידוכים, האבן זיי אלע מסכים געווען זיך צוזאמען שטעלן מיט דעם עוכר ישראל משה גבאי, איי דער פארפיינטער סיגוטער, נא, ער איז שוין נישט ביי זיך, ער ווייסט שוין ממילא נישט וואס עס טיט זיך מיט עם, וועלן מיר ווייטער קענען העצן און שימפן אקעגן בנו יקירו זיין ממשיך דרכו דער קרית יואלער רב, אזוי וועלן מיר האבן ביידע וועלטן, מיר וועלן צוריק זיין "סאטמאר", און ווייטער קענען העצן אויף די טייטעלבוים'ס, און אזוי איז געווארן דער שידוך צעווישן די בני יואל די יוסל וואלדמאן'ס מיט זלמן לייב טייטלבוים.


יוסעלע זיסער, האסט דאך געלערנט ווי עס שטייט אין פסוק, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, דער משה גבאי האט געמאכט דעם חשבון אן די ריכטיגע בעלי בתים, אן די ריכטיגע תלמידי וחסידי רבינו, יא, די לעפקעלעך און יאקאבאוויטש'לעך, מיט די וואלדמאן'ס  האט ער שנעל דערווישט, אבער נישט די ערליכע חסידי רבינו, דער עולם האט זיך שנעל ערוועקט, און געזען אז אויב מיינט מען דעם כבוד סאטמאר, אויב מיינט מען באמת דעם כבוד פונעם רבין שליט"א, דאן איז די איינציגע מיטל זיך אפצולאזן פון די אנשי רשע, און זיך מתדבק זיין מיטן רב שליט"א, און מיט דעם טין דעם רצון פונעם רבין שליט"א, און אזוי ווייטער הייבן דעם כבוד פון סאטמאר,


יוסעלע, קיק דיך אים מי ומי ההולכים, ווער באלאנגט צו רבי אהרן, און ווער עס פארט מיט זלמן לייב, רובם ככולם ערליכע תלמידי וחסידי סאטמאר, די וועלעכע זענען אן קיין שום חכמות, און אן קיין שום אינטערעסן, מיט געגאנגען מיט רבינו שליט"א ווען ער איז אויף גענומען געווארן אלץ ממשיך דרכו פונעם רבין זי"ע, די אלע זענען היינט צו טאג די חסידים פונעם רב שליט"א, זענען זיך מתחמם לאורו, גייען צו זיינע שובבי"ם תורות, הערן זיך צו זיינע דרשות, זענען שותים בצמא את דבריו, ווידער ווער באלאנגט צו זלמן לייב, ע"פ רוב, די איינגעשטעלטע אינטערגעקויפטע וואס קריגן א וועכענטליכע טשעק פון זיי, אדער אויסגעשפראכענע שונאים פונעם רבין שליט"א, די וואס האבן עם שופך דם געווען, און מצער געווען אויף טריט און שריט, אדער עטליכע וואס האבן געהאט סיי וואס א סכסוך מיטן רב ווען ער האט געדינט אלץ מנהל הישיבה, נאר די דאזיגע פערשוינען זענען היינט מיט זלמן לייב,


און יוסעלע, קיק דיך אים, וואס פארקויפט דער רב שליט"א, תורה, עבודה, גמילות חסדים, הער זיך צו זיינע דרשות וועסטו הערן נאר, לימוד התורה, ערליכקייט, זהירות במצוות, זהירות בין אדם לחבירו, וכו', און וואס הערסטו פון זלמן לייב, (ווען ער רעדט יא), "איך בין מרא דאתרא", "איך וועל מיך נישט לאזן פון זיי, "בערל פריעדמאן איז א שייגץ", "מען טאר נישט ליינען דעם טריפנעם בלאט", וכו' וכו', קיין שום שטיקל הדרכה, קיין שום שטיקל תורה, (נו, אז מען קען נישט וויאזוי קען מען זאגן), עס איז דורך געגאנגען גאנץ חודש אלול, גאנץ חודש תשרי, גאנץ חנוכה, קיין איין שטיקל תורה האט מען פון עם נישט געהערט, דעם בית יוסף'ס קשיא איז עם לגמרי נישט שווער געווען, עס איז עם נאר שווער "ראזענוואסערס" פסק, און דאס פרובירט ער צו ענטפערן,


יוסעלע, מיין טייער קינד, מען האט אמאל געפרעגט דעם רבין זי"ע, אויף וועם ער לאזט איבער זיינע חסידים, אויף וועם ער לאזט זיינע תלמידים, מי ינהלם ומי ינחם, ווער וועט זיי זאגן את הדרך אשר ילכו בו, ווער וועט זיין זיין ממשיך דרכו, האט דער רבי גענטפערט, אז ס'איז דא א הבטחה פון רבונו של עולם, אז לא ימושו מפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה' מעתה ועד עולם, כלל ישראל האט א גיטן חוש הריח, זיי וועלן וויסן מיט וועם צו גיין און צו וועמען צו זיין דבוק, יוסעלע, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, היינט זעט מען דאס באשיינפערלעך, אן קיין פראפעגאנדע, אן קיין ווינט, סתם אזוי צוביסלעך האט זיך די זאך א דריי געטוהן, און רבי אהרן שליט"א, איז היינט דע פאקטו סאטמארער רבי, די גאנצע וועלט ווייסט אויב וויל מען עפעס פון סאטמאר איז די אדרעסע ביי קרית יואלער רב, די חברי הבית דין צדק שבירושלים, ווען זיי ווילן הערן א חוות דעת פון א רב א מנהיג שבגולה, רופן זיי אן דעם קרית יואל'ער רב, און מיט דעם זענען זיי ממלא רצון צדיק,


היינט איז דא צוויי טשויסעס, אדער קען מען זיין א סאטמארער חסיד  און צו באלאנגען צום לאגער וואס איז אדוק אין רבי אהרן שליט"א, אדער קען מען זיין א זאלוני, און שעלטן רבי אהרן אגאנצן טאג, ווייל קיין זלמן לייב חסיד האב איך נאך נישט געטראפן, ווייל עס עקזעסטירט נישט אזא באגריף,


דרייניץ, טייערער, דאס איז וואס איך האב גענטפערט פאר מיין קינד, און ווינדער איבער ווינדער, ער האט זייער גיט פארשטאנען,


 


 


 





 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 22:47 לינק ישיר 

יענקעלע A1, אזאנס איז ביי דיר שוין לאנג נישט געווען, איך האב ארויסגעפרינט די ארטיקל און איך גיי עס לייענען פאר מיינע קינדער שבת בייטאג נאכ'ן זאגן זכור אשר עשה לך עמלק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 00:18 לינק ישיר 

יענקעלע זייער גיט איך פרינט עס ארויס אין געבען ווייטער.

ישר כוח

נאר עס איז גיט זאלסט ארויס ברענגען דעם ענין פין די מסרבים לדין אין הולכי בערכאות, וואס טרעטן ליידער אויף די תורה"ק בריש גלי רח"ל, אין זייער טעראר וואס זיי האבן אנגעזייט אויף די רבנים גאונים שליט"א ווער עס גייט נישט מיט זיי אין שפאן, אין אויך דאס מבזה זיין כ"ק רבינו שליט"א אין ביהמ"ד, אין די סוכה, ביי די טישן, וכו, אין אוועק נעמען דעם רבין פון די שמחות פין די אייגענע משפחה וכו..ליידער איז דא אסאך צי דערציילען הזמן יכלו והם לא יכלו, איין זאך איז זיכער אז די רשעים וועלן בלייבן לחרפון ולדראון עולם, דורות שפעטער וועט מען דערציילן וואס דא האט זיך אפגעטוהן, ליידער. תוקן על ידי - העטעכפעטעך - 10/03/2006 0:24:29



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 00:45 לינק ישיר 

יענקעלע איך האב עס אויך ארויס גע'פרינט ס'איז זייער גיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 02:21 לינק ישיר 

כשריקע פרעגט אין חא"ס

פארוואס האט משה גבאי נישט קיין השפעה אויף הגהצ אבד ווילי שליטא, נאך זיבען יאר איז אים נישט
געלינגען אפילו איינמאל צי מאכען זאגען עפרא לפומי', אדער מבזה זיין אפילו איין גדול בישראל,
אין קיין שום שייגעץ שטיק וואס ארון האט די אלע יארען געטין יומם ולילה קען ער נישט מאכען דעם
וילי רב שליטא טין......

אויב איז ארון טאקע אזא מנהיג אין א מענטש מיט איין ברעקעל אייגענע שכל, וויאזוי האט ער זיך
געלאזט אזוי פארפירען ביי די נאז פין א בעל ביתישע מענטש צי פירען זיין רבנות.... אפשר איז
דאס א אנדייטינג אז ער טויג נישט צי פירען..... זיך אזוי לאזען פירען אין ים התיכון
אריין............................??

א חידוש נפלא, פין ווען אן אבד ווילי איז געווארען רב, האט זיך טעראר אויפגעהערט איבעראל...
אינטערערסאנט, משה גבאי איז ווייטער דא חי וקיים - על אפם וחמתם פין די ארוניס -

כשריקע, זייער גיט געפרעגט, משה גבאי האט קיין השפעה אויף ר' זלמן לייב, פשוט ווייל ער דארף נישט האבן אויף עם קיין השפעה, ער איז פונקט אזא טערטריסט ווי ער , פונקט ווי עם א מושחת במידות, פונקט ווי ער נוקם ונוטר און א שלעגער, ער דארף ביי משה גבאי נישט נעמען קיין לעקציעס וויאזוי צו טעראריזירן מענטשן, טאמער גלייבסטו נישט פרעג נאר אי"ה, וואס זיין זוהן איז נעבעך געווען צעווישן די 26 ארעסטירטע, טראץ ואס ער איז א אזוי גערופענער "זאלוני", פרעג נאר ביי עם וואס פאר א רייש שין עיין דיין רב איז, ניין, ער דארף נישט נעמען קיין רשעות קורס ביי משה גבאי,

די גרעסטע חסרון וואס דו טרעפסט ביי רבי אהרן איז, אז בעידנא דריתחא האט ער געזאגט אויף קשויער רב ז"ל "עפרא לפימיה" טאקען א געוואלדיגער חסרון, אבער ווי קומט דאס צו צו שלאגן און אנרייסן אומשולדיגע אידן, כשריקע, איך ווייס נישט אויף וואס א פלאנעט דו וואוינסט, אבער אין וויליאמסבורג, איז שלאגן א טאג טעגליכע ערשיינונג, איך בין דאס לעצטע יאר צוויי מאל געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת צוליב שמחות, און ביידע מאל בין איך געווען שלש סעודות אין ראדני ביים רבין שליט"א, כשריקע, אויב שלאגן און שפריצן וואסער אויף אומשולדיגע איידעלע היכל התורה בחורים הייסט נישט קיין טעראריזאם, ווייס איך נישט וואס עס הייסט יא, זייער איינציגע זינד איז, אז זיי זענען רבי אהרן'ס חסידים, זיי האבן גארנישט געטוהן, און אפילו נישט צוריק געטוהן, כאטשיג מען האט זיי געשטופט און געבאכעט אויף די ברענטשעס, אלעס בפניו פון דיין ראף, און ער האט זיך שיין אינטער געשמייכעלט, מיט זיין אכזריות'דיגן שמייכל,

לאמיר איין מינוט צוריק גיין צו דעם עפרא לפומיה עפיזאד, אמת, עס איז געווען זייער שארף, אבער למען הפונקטלעכקייט מיז איך אביסל איבער חזרן די היסטאריע, דא איז געווען א רב וואס האט זייער שטארק מצער געווען זיין טאטן, ער האט עם זייער וויי געטוהן, דער רבי שליט"א האט דערציילט ברבים דעם גאנצן געפעכט וואס ער האט געהאט מיטן קאשויער רב ז"ל, מיר אלע ווייסן אז דער קאשויער רב איז געווען א איד א צדיק, אבער זיין תמימות איז געווען פיל פאכיגער, זיינע קינדער האבן עם כסדר געהעצט אויף סאטמאר, און ער, זיכער מיינענדיג כולו לשם שמים, פול מיט תמימות, האט געלאזט פאלן ווערטער וואס האט זייער שטארק וויי געטוהן פאר יעדן סאטמארן חסיד בכלל, און פארן רבי'ן שליט"א בפרט, און ווער האט זיך אנגענומען פארן רבין, נישט זלמן לייב, נישט ליפא, קיינער נישט, נאר דער געטרייער זוהן, דער קרית יואלער רב, נו, האט ער געזאגט אפאר ווערטער וואס ער האט נישט געדארפט זאגן, האט ער עם דאך שוין איבערגעבעטן, ער האט געשיקט א כתב פיוס מיט ר' שלמה זלמן (בן מרים לרפ"ש) סאנדער, און דער קאשויער רב ז"ל האט צוריק געשריבן אז ער איז אויף עם נישט ברוגז, און שפעטער ביי א געלעגענהייט, האט דער ראש הקהל רבי בערל פריעדמאן שליט"א פארגעליינט דעם מכתב פיוס אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני, בשליחות דעם קרית יואל'ער רב, אויסער וואס לאחר פטירתו האט ער עם נאכאמאל מפייס געווען ברבים ביי א דרשה אין די גרויסע ישיבה אין קרית יואל, הפנים דער קאשויער רב האט עם יא מוחל געווען, אבער כשריקע, וויל עם דאס נישט מוחל זיין,

זאג נאר כשריקע, האט לייטנער שוין אמאל איבער געבעטן דעם סיגוטער (סאטמארער רבי שליט"א), דארט ווי ער פלעגט עם אזוי ביטער מבזה זיין כמעט יעדן שלש סעודות, (איך האב אין מיין באזיץ היבשע פאר טעיפס פון עם), האט שוין דער ...... רבי פון מאנסי אמאל איבערגעבען דעם רבין נאך די אלע בזיונות וואס ער האט עם מבזה געווען,  ניין, אחד הוא אהרן, נאר אונזער רבי אהרן, דער אוהב שלום ורודף שלום, וואס האט נישט געקיקט אויפן אייגענעם כבוד, ער איז דער איינציגער רב וואס איך ווייס, ער זאל האבן מפייס געווען א צווייטן רב ברבים, נאך דעם וואס ער האט אנדערקענט אז די ווערטער וואס ער האט גענוצט איז געווען אביסל צו שארף.

כשריקע, רבי אהרן האט זיך געלאזט פירן פון משה גבאי, נאר ווייל זיין טאטע האט זיך ליידער געלאזט פירן פון עם, און רבי אהרן זייענדיג זייער שטארק נזהר בכיבוד אב, כידוע לכל, האט באין ברירה געדארפט נאכטאנצן נאך משה גבאי, והדברים ידועים לכל חסידי ותלמידי רבינו שליט"א, נאר וועגן כבוד רבינו קען איך  נישט  אריין גיין אין די פרטי פרטים, אבער אויב ביסטו א חסיד ותלמיד רבינו שליט"א, ווייסטו קלאר וואס איך מיין.

וואס איז דער חידוש אז טעראר האט זיך אויף געהערט "איבעראל" (אויסער אין וויליאמסבורג) די סיבה איז פשוט, משה גבאי מיט זלמן לייב טייטלבוים האבן פאלוירן זייער השפעה "איבעראל" זייער השפעה איז רעדוצירט געווארן צו ראדני סטריט בית המדרש מיט נאך איינס אבער צוויי בתי מדרשים'לעך, ווי דארט גייט אן זייער טעראר כמקדמת דנא ביתר שאת וביתר עוז, כידוע, און "איבעראל" ווי זיי האבן פארלוירן זייער השפעה האט זיך טאקע אויף געהערט טעראר.

כשריקע, אפשר ענטפערסטו, פארוואס ווי באלד רבי אהרן האט זיך אפגעלאזט פון דיין משה גבאי, האט זיך אויף געהערט טעראר אין קרית יואל, אויב איז רבי אהרן געווען דער וואס האט אנגעפירט מיטן טעראר, נו, מה היום מיומיים, וואס איז נשתנה געווארן, נאר דער תירוץ איז ווי איך האב געשריבן, דארט ווי מען האט געצוימט און זיך אפגעלאזט פונעם הויפט טעראריסט, האט זיך טאקען טעראר גענדיגט, ובני ישראל נושמים לרווחה ב"ה. און דארט ווי זיי האבן נאך א השפעה, גייט ווייטער אן טעראריזם אין א גרויסן פארנעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 03:48 לינק ישיר 

יענקעלע A1

גיט און צו דערזאך אזוי ווי אייביג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 04:30 לינק ישיר 

יענקעלע A-1 [לייג דא אריין דריי גרינע פינגערלעך, איך האב נישט קיין געדולד ארויפצוברענגען די זשאווא אזויפיל מאל].

די גאנצע שאלה איז מעיקרא נאר שווער פאר א זאלי, איינער וואס זיין גאנצע מכלומרשט'ע שיטה אין "אידישקייט" איז געבויט אויף האס און שנאה, וואס צוליב פריוואטע אינטערעסן מאכט ער זיך פאר א גאנצער צדיק און נעמט איבער פון באשעפער די 'לייסענס' צו פירן די וועלט, אונטער א שלייער פון "תורה" א.ד.ג.

אזא איינער איז באמת אין א פלאנטער, ווען זיין קינד וואקסט אויף און דערזעט זיך אז דער וואס דארף מכלומרש'ט זיין דער מנהיג איז א פוסטער ליידיגגייער, וואס עפנט זיך דאס מויל נאר ווען עס קומט פאר זיין פריוואטע כבוד און שררה, מען מעג מבזה זיין זיין טאטן מיט די גרעסטע בזיונות און ער וועט שווייגן, אבער ווען עס קומט צו זיין אייגענעם כבוד "ויאמר הנני". און פון די אנדערע זייט זיצט איינער וואס פון אים הערט מען א גאנץ יאר איין מאל תורה און נאכאמאל תורה און נאכמאל תורה און נאכאמאל תורה, כמעט "עד אשר יצא מאפכם"... דאן ווערט באמת א פראבלעם וואס איז מען מסביר פארן קינד ?!

ווער רעדט נאך ווען די אלע זאכן וואס דארפן מכלומרש'ט זיין פראבלעמען און סיבות פארוואס מען איז אוועקגעגאנגען פון די אלטע הנהגה טוט מען אליינ'ס ווען עס פעלט אויס פאר די מערכה אקעגן דעם פון וועמען מ'איז אנטלאפן פאר אט די סיבות, בלייבט מען טאקע מיט די צונג אינדרויסן און מ'דארף זוכן אויף היידפארק א תירוץ וואס מ'קען ענטפערן פאר די קינדער.

ביי מיר ב"ה האט זיך נאך קיינמאל נישט געהערט די פראגע ! און איך האלט בשיטה נישט אפ מיינע קינדער פון הערן וואס טוט זיך ביי די אנדערע זייט ! אדרבא, זיי זעען אליין מיט די אייגענע אויגן אז זיי קענען שטאלצירן מיט זייער מנהיג, וואס האט אלע מעלות און מדות שמנו חכמים [אויסער שמייכעלעך און זינגען...] און איז פון די שענסטע שטערן אויף די [היינטיגע] הימלען פון יהדות החרדית, ווען לעומת זה שטייט איינער ביי וועמען מ'לעשט אויס די לעקטער'ס תיכף נאכן דאווענען אויף אנצוצינדן צוריק מארגן ביי חברת תהלים, איינער ביי וועמען די אטמאסעפערע אין די לופטן איז שטענדיג אדורכגעווייקט מיט נארישע האס און שנאה, וואו מ'הערט נישט קיין גראד ווארט אויסער זידלען און שעלטן מיט טויטע קללות דעם צד שכנגד, דאס איז פאר מיינע קינדער ב"ה געווען איבער גענוג אוועקצונעמען אלע ספיקות.

גראדע ביי איין קינד האב איך געהאט אביסל פראבלעמען פאר א קורצע צייט, ווען ער האט געזען ביי א שכן געוויסע ארטיקלען געשריבן דורך עמיצן, אבער מיין פשוט'ער ענטפער איז געווען אז איך האב אנגעהויבן מקפיד זיין אז יעדע וואך ביים טיש זאל מען הערן א תורה פון רב שליט"א, און עס האט געווירקט ווי א צויבער, ער פארשטייט ב"ה צו א שיין ווארט, און דער פראבלעם איז פארשווינדן ווי קיינמאל גארנישט !

דרייניטץ יקירי, איך מיין דו זאלסט עס אויך פרובירן, הייב אן נאכזאגן תורות פון דיין רב, עס וועט זיכער אסאך העלפן... [אויב עס גייט נישט, מסתמא האט ער פונקט נישט גענומען די ריכטיגע, קענסט נעמען די תורות גלייך פון זיין מקור און עס איבערזאגן בשם "מי שרצה לאומרו"...]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 04:49 לינק ישיר 

איך זעה דא פון יענקעלס ווערטער איין זאך ער שעלט משה גבאי איין מאל און נאך אמאל נישט מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 06:38 לינק ישיר 

יענקעל

די לעצטע 7 יאר זייט משה גבאי איז שוין נישט בעה"ב אויף ר' אהרן טוט שוין ר' אהרן נישט קיין טעראר???????????

די שמיני עצרת די לעצטע צוויי יאר איז נישט קיין טעראר פון ר' אהרן אליין ווי באקאנט האט ער געווארט מ'זאל עם זאגן ער קען גיין קיין ראדני,

און דאס וואס דער בלאט רייסט אראפ אלע גדולי ישראל וואס גייען נישט און שפאן פון ר' אהרן, איז דאס נישט קיין טעראר

נישט זאלן פארקויפן דער איד און ק"י דאס מיינט אויך אז ר' אהרן האט אויפגעבען טעראר זייט ער האט מער נישט מיט משה גבאי

נישט לאנג צוריק האט מען צוזאם גשלאגען בחורים און אווקענעמען זייער געלט פארען חטא פון גיין נאך געלט פאר קרן חתנים פון וומ"ס און וויטריאל האט עס נאך צו געהאלפן איז דאס נישט קיין טעראר יענקעל??????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 17:04 לינק ישיר 

יענקעלע, געשמאק אראפגעלייגט, זאפטיג אהערגעשטעלט, אזוי ווי אייביג. יישר כח.

איך האב געשפירט ביים ליינען ווי דו שרייבסט אראפ מיינע מחשבות.

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 17:29 לינק ישיר 

האט בטחון,
איך האב היבש געצווייפלט, זאל איך ענטפערן צו נישט?
איך גלייך נישט צו ענטפערן אויף נארישע תגובות,
אבער כדי לסור לזות שפתים, זאלן נישט די וואס ווילן באמת יא וויסן דעם אמת, מיינען
אז מדלא ענה ידידינו ר' יענקלע, משמע אז ער האט נישט וואס צוענטפערן, האב איך באשלאסן
אז יעצט איינמאל, אצא מגדרי, און יא ענטפערן איף דיין נארישע תגובה.

דו שרייבסט:

די לעצטע 7 יאר זייט משה גבאי איז שוין נישט בעה"ב אויף ר' אהרן טוט שוין ר' אהרן נישט קיין טעראר???????????


די שמיני עצרת די לעצטע צוויי יאר איז נישט קיין טעראר פון ר' אהרן אליין ווי באקאנט האט ער געווארט מ'זאל עם זאגן ער קען גיין קיין ראדני,



און דאס וואס דער בלאט רייסט אראפ אלע גדולי ישראל וואס גייען נישט און שפאן פון ר' אהרן, איז דאס נישט קיין טעראר


נישט זאלן פארקויפן דער איד און ק"י דאס מיינט אויך אז ר' אהרן האט אויפגעבען טעראר זייט ער האט מער נישט מיט משה גבאי


נישט לאנג צוריק האט מען צוזאם גשלאגען בחורים און אווקענעמען זייער געלט פארען חטא פון גיין נאך געלט פאר קרן חתנים פון וומ"ס און וויטריאל האט עס נאך צו געהאלפן איז דאס נישט קיין טעראר יענקעל??????

קודם כל לאמיר אויפדעקן ענקער אנגעבלאזענעם בלאף, וועגן שמיני עצרת, קודם א הקדמה, להוי ידוע אז די אהרונים מיט די זאלונים שלאגן זיך אויף בעלות אויף די נכסים פון קהל יטב לב, ובתוכו דאס בית המדרש אויף ראדני, זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי, יעצט פארוואס ווען די זאלונים גייען אריין אויף ראדני למורת רוחם פון די אהרונים הייסט דאס נישט קיין טעראר, און אויב גייען די אהרונים אריין אין זייער (לשיטתם) בית המדרש אויף ראדני, הייסט דאס יא טעראר,

בטחון, פארוואס האבן די (I GUESS קאריפירטע) פאליציי ארעסטירט פיר שלעגערס וואס האבן געשלאגן מענטשן אין ראדני שמיני עצרת, און HAPPENS TO BE אז אלע 4 ארעסטירטע שלעגערס זענען "פערצאפאל" געווען זאלונים, הא?, בטחון, פארוואס אויף די בילדער וואס "איר" האט געכאפט און מפרסם געווען, זעט מען נאר אז געכאפט שלעק האבן נאר די אהרונים, ווי רבי עמרם כהן און ר' עקיבא וויינשטאק, פארוואס? אפשר האבן די אהרונישע טעראריסטן זיי אנגעבראכן די ביינער, ניין בטחון, די אהרונים האבן נישט געשלאגן, יא, זיי זענען אריין קיין ראדני, און זיי וועלן בעזר השם בקרוב נאך אמאל אריין גיין קיין ראדני, און איר וועט ווייטער קענען שרייען טראריזם, בטחון, ראדני געהער צו אונז, און אויב ווילט איר דאס נישט הערן פון ערלעכע רבנים ביי א דין תורה, וועט איר דאס אי"ה הערן פון די גואישע ריכטער,

איך בין נישט קיין אגענט פונעם בלאט, נאר איך לייען דאס יעדע וואך, און איך זע נישט ווי זיי רייסן אראפ קיי רב אדער דיין, אמת, זיי האבן געפרעגט אפאר ערענסטע שאלות פון עטלעכע אזוי גערופענע דיינים, אבער מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ, העכסטענס איז דא רבנים וואס דער בלאט טיט איגנטרירן, אבער בטחון, איגנארירן מיינט נישט אראפ געריסן, איגנארירן מיינט נישט מבזה געווען, בטחון די האלסט שוין ביי "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" דאס וואס די זעהסט ווי מען איז מבזה גדולי הרבנים, די צייטונג הייסט נישט "דער בלאט" דאס הייסט "דער איד", און טאקע דערפאר בויקאטירן רוב חסידי סאטמאר ענקער צייטונג "דער איד".

בטחון, ווילסטו באמת וויסן וואס עס הייסט טעראריזירן רבנים וואס גייען נישט אין שפאן, דאן ביטע רוף נאר אן הגה"צ מאודווארי שליט"א, הגה"צ ווינער רב שליט"א, הגה"צ רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א, וכו' וכו'

און דאס ברענגט מיך צו דיין נעקסטע פראגע, די פרעגסט זייער זיס פארוואס מען לאזט נישט פארקויפן ענקער צייטונג "דער איד" אין קרית יואל, בטחון, איז דאס טאקען אזוי, קען מען דאס טאקען נישט קויפן אין קרית יואל, ביי יחזקאל וויינשטאק, שלמה פעדער, אדער ביי ענקערע מקוה אידן, די וויינסט נאר פארוואס רובא דרובא קרית יואל'ער איינוואוינער קויפן דאס נישט, און אויב ווילסטו וויסן א תירוץ, דאן נעם דעם איד פון די היינטיגע וואך, וועסטו דאס קלאר פארשטיין, וויפיל ליצנות, מנוולות, שקרים וכזבים, שטייט אין איד די וואך אויף דעם חשבון פון קרית יואל'ער רב?,  און ווידער וויפיל ליצנות שטייט אין בלאט אויף ענקער רב, הא?, וואס איז, דער בלאט קאמפיאטער, האט רעפיאזט צו דרוקן ליצנותא דעבודה זרה אויף ענקער רב?, איז דען נישטא וואס צו מאכן קיין (אמת'ע) ליצנות אויף ענקער רב?,  גראדע איז דער בלאט פיל מיט זייער באטעמטע פורים'דיגע דזשאקס, אבער נישט אויף קיין פריוואטע מענטשן, דער בלאט שטייט אויף א פיל העכערן ניווא, און טאקע דריבער זענען זיי מצליח אזוי שטארק, און דער איד שרינקט איין פון וואך צו וואך (באיכות, און אין SALES), די וואלסט זייער שטארק געוואלט אז די אהרונישע סטאר אייגענטומער זאלן פארקויפן ענקער גיפט, ענקער שונד בלאט, ענקער מנוולות צייטונג, און אויב ווילן זיי דאס נישט פארקויפן, הייסט דאס טעראר, האבן זיי דען נישט קיין רעכט צו באשליסן און זייער אייגענעם געוועלב וואס יא צו פארקויפן און וואס נישט?, טעראר מיינט וואס איר האט שוין אומצאליגע מאל געטוהן, געקומען צו די סטארס וואס פארקויפן יא דעם בלאט און דאס צו געגנבעט, דאס הייסט טעראר,

בטחון, טול קורה מבין עיניך, איך ווייס נישט פון קיין שום טעראריזם וואס קומט פאר מצד די אהרונים, דאס מיינט נישט אז טרעפט זיך נישט אמאל א אינצידענט, (כאטש איך האב נישט געהערט פון דיין מעשה וואס דו שרייבסט אז מען האט נישט געלאזט גיין נאך געלט ענקערע בחורים, און אויב וואלט דאס אמת געווען וואלט איך דאס מסתמא געהערט, און לדעתי איז דאס שקר גמור), אבער דאס וואס עס קומט פאר ביי ענק, א סיסטעמאטישער שטענדיגער טעראריזם, אזוי ווי עס פלעגט צו זיין ביז אונזער רב שליט"א האט זיך אפגעלאזט פון ענקערע ארכי טעראריסטן, משה גבאי, ליפא און רז"ל טייטלבוים, דאס איז זיכער נישטא ביי אונז, קבל את האמת ממי שאמרו, טאמער ווילסטו באמת וויסן, דאן מאך א שטיקל חשבון וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט, אהרן אמת, תורתו אמת, והם בדאים...

תוקן על ידי - כל_העולם - 10/03/2006 20:39:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 17:51 לינק ישיר 

יענקעלע A-1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 18:03 לינק ישיר 

יענקעל איך וועל דיר יא ענטפערן אפילו די שרייבסט א נארישע תגובה,

יענקעל שרייבט דאס

(טעראר מיינט וואס איר האט שוין אומצאליגע מאל געטוהן, געקומען צו די סטארס וואס פארקויפן יא דעם בלאט און דאס צו געגנבעט, דאס הייסט טעראר,) וויפיל מאל האבן די ק"י ישיבה בחורים אוועג גענומען דער איד פון די סטארס מער ווי 5 מאל

די שרייבסט ווייטער (כאטש איך האב נישט געהערט פון דיין מעשה וואס דו שרייבסט אז מען האט נישט געלאזט גיין נאך געלט ענקערע בחורים, און אויב וואלט דאס אמת געווען וואלט איך דאס מסתמא געהערט, און לדעתי איז דאס שקר גמור),

איך האב דאס געהערט פון אן עד ראי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 18:10 לינק ישיר 

בטחון,
לייען שטאטעלעך מיין תגובה,
און אויב פארשטייסטו נישט עפעס שעם דיך נישט צו פרעגן,
פרעג, וועסטו פארשטיין, און דאן וועסטו זעהן אז דו האסט מיך בכלל נישט אפגעפרעגט,
בטחון, לא הביישן למד, אויס שעמט מען זיך צופרעגן, בלייבט מען א עם הארץ...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 18:15 לינק ישיר 

יענקעל

איך האב דיר געפרעגט דא האסטו נאך אמאל די תגובה

יענקעל איך וועל דיר יא ענטפערן אפילו די שרייבסט א נארישע תגובה, יענקעל שרייבט דאס (טעראר מיינט וואס איר האט שוין אומצאליגע מאל געטוהן, געקומען צו די סטארס וואס פארקויפן יא דעם בלאט און דאס צו געגנבעט, דאס הייסט טעראר,)

וויפיל מאל האבן די ק"י ישיבה בחורים אוועג גענומען דער איד פון די סטארס מער ווי 5 מאל די שרייבסט ווייטער (כאטש איך האב נישט געהערט פון דיין מעשה וואס דו שרייבסט אז מען האט נישט געלאזט גיין נאך געלט ענקערע בחורים, און אויב וואלט דאס אמת געווען וואלט איך דאס מסתמא געהערט, און לדעתי איז דאס שקר גמור), איך האב דאס געהערט פון אן עד ראי

יענקעל איך זעה די האסט נישט וואס צו ענטפערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 18:18 לינק ישיר 

יענקעלע, איינס אין די וועלט.

אבער למען הפונקטליכקייט, קאשויער רב האט אים נישט גענטפערט אז ער איז אים מוחל, ער האט אים געזאגט דורך א שליח אז ער זאל צוריקנעמן די מלמדים וואס מ' האט ארויסגעווארפן וועט ער אים מוחל זיין, פארשטייט זיך אז מ' האט נישט געהאט וואס צו זאגן דערויף.

אויך איז כדאי צו פארציילן אז ר"א מכתב פיוס איז געווען געדרוקט אין "אז נדברו", ר"א האט געוואלט אז מ' זאל עס אריין לייגן אין דער איד אבער דער רבי (משה גבאי?) איז געווען זייער ברוגז דערויף און בשו"א נישט געלאזט.

האט בטחון, איז זע אז די שרייבסט פונקטליך נאך וואס דרייניץ ענטפערט פאר איש החסד (מיין צווייטע ניק?) אין ח.ש.ס., ראט איך דיך צו קיקן דארט וואס ער (איך) ענטפער דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א ענטפער פאר דרייניץ, "וואס זאגט מען פאר די קינדער"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext