בית פורומים כל העולם כולו

חסידי בעלז, שעמט אייך!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2006 05:25 לינק ישיר 
חסידי בעלז, שעמט אייך!

מיט קנאפע פינף און פופציג יאר צוריק, זענען די ערשטע מאל פארגעקומען די טמא'נע בחירות צו וועלן א רעגירונג פאר די טריפה'נע מדינה הציונות.

אין יענע צייט האבן אפאר געציילטע, אינערליך פארפוילטע, עסקנים אריינגעדרייט כמעט דעם גאנצן ערליכן ציבור אין דעם פארשאלטענעם טמא'נעם פאליטישן קאך קעסל, דורך באוועגן די אדמורי"ם, רבנים, און ראשי ישיבות פון יענע צייט ארויסצוקומען מיט א קול קורא צו שטיצן דאס אנטיילנעמען אין די בחירות און שיקן אייגענע מאנדאטן אין כנסת המינים, רח"ל.

דער שפיץ פון די הצלחה פונעם ס"מ איז געווען ווען ער האט באוויזן ארויסצובאקומען א חתימה פון הגה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אויף דעם כרוז און קול קורא צו גיין צו די בחירות, די חתימה - וואס איז געווען אין שארפן קאנטראסט צו די ארגינעלע בעלזער שטעלונגען אין אלע יארן, און קעגן דעם שטעלונג פון מהר"א זעלבסט אין די פריערדיגע יארן - האט אויפגעשאקלט די וועלט, און ליידער בעוה"ר איז דאס געווען דער שליסל וואס האט געעפנט די טיר פארן שטן אריינצודרייען רוב רובו פונעם יהדות החרדית אינעם געמויזעכץ פון כפירה און מינות.

די אמת'ע מעשה איז שוין היינט גוט באקאנט אז מען האט אויסגעפאפט דעם בעלזער רב - וועלכער האט שוואך געזען אויף דער עלטער - מיט א פאלשע חתימה פון טשעבינער רב זצ"ל. אבער וויפיל מען האט אין יענע יארן פרובירט צו טענה'ן מיט די בעלזער חסידים און אנדערע אז דער אונטערשריפט איז פאלש ארויסבאקומען געווארן, האבן זיי דערפון נישט געוואלט הערן, מיר טוען וואס דער רב האט געהייסן.

אצינד שטייען מיר פופציג יאר שפעטער, דער היינטיגער בעלזער רב האט פארשלעפט דאס חסידות צו אזעלכע פלעצער אשר לא שערום אבותינו, אבער נישט דאס איז אונזער טעמע יעצט.

נישט יעדער איז באקאנט, אבער די אנפירער פון די אגודה האבן מיאוס אויסגעשפילט בעלז ביי די פארהאנדלונגען צו די יעצטיגע בחירות, און עס הערשט א שטארקע שטימונג פון נקמה אין בעלז נישט צו שטימען פאר די אגודה.

למעשה האט דער בעלזער רבי יא אונטערגעשריבן דעם קול קורא פאר די אגודה, און זיך אויך באטייליגט אין א זיצונג פון די מועגה"ת פון אגודה און דגל.

אבער איינער פון די גרעסטע עסקנים אין בעלז, מוטי אלבוים, האט אין א אינטערוויו מיט די צייטונג "משפחה" געלאזט פאלן אז די בעלזער חסידים פלאנען פארט נישט צו שטימען פאר די אגודה, מעגליך גאר וועלן זיי שטימען פאר ש"ס, אדער בכלל נישט ארויסגיין שטימען !

איר קענט עס זען מיט די אייגענע אויגן אינעם פאלגנדן אשכול:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1836164 

וואו די בעלזער ניקס [יראשמים, יועץ סתרים, רוח הקודש, און נאך] זאגן קליפ און קלאר אז זיי גייען יעצט נישט טון וואס זייער רבי האט געהייסן, נאר דאס וואס זיי פארשטייען אז עס איז באמת דער רצון פון זייער רבי'ן, און דאס וואס עס איז די מערסטע פאסיג פאר "כבוד בעלזא".

שומו שמים !!!

אכן נודע הדבר !!!

ווען עס קומט צו אידישקייט דאן פארקוקט מען אלעס, און מען טוט דאס וואס "דער רב האט [
מכלומר'שט] געהייסן", אבער ווען עס קומט צו אייגננוציגע פאליטישע אינטערעסן און כבוד המדומה, דאן טוט מען דאס וואס "דער רב וויל באמת" ?!?!

דער אמת איז אז די בעלזער חסידים האבן גוט געוואוסט דעם אמת, אייגענע אינטערעסן זענען די וואס דיקטירן ווען יא אנצונעמען דעם רבי'נס ווארט און ווען נישט !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 23:13 לינק ישיר 

ר' בא
ביסט נישט גערעכט.
דעמאלס האט דער רבי קלאר געהייסען שטימען, די שאלה איז נאר געווען צו מען האט אים אויסגענארט אדער נישט, און אויף דעם האלטען מיר אז א רבי קען מען נישט אויסנארען, משא"כ היינט ווייסט מען וואס ער וויל באמת.
פשוט עד למאוד, קאפיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 03:47 לינק ישיר 

בא ללמד, ביזט נישט גערעכט.
קיינער פון די היינטיגע בעלזער חסידים האלט נישט אז זייער רבי האט רוח הקודש, און יעדעס ווארט זיינס קומט פון קדשי קדשים, אויף ר' אהרעלע בעלזער האבן זיינע חסידים געהאלטן אז ס'איז פשוט נישט במציאות אז ער זאל מאכן א טעות.
אויסערדעם האט שוין באראפארקער זייער גוט ארויסגעברענגט אז די חסידים ווייסן דא אויך וואס דער רבי וויל אמת'דיג, דעמאלטץ האט מען טאקע נישט געוואוסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חסידי בעלז, שעמט אייך!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext