| נשלח ב-13/3/2006 21:13 |
|
| |
הגה"צ אנטווערפענער רב היינט אין קרית יואל
מיט גרויס פרייד האבן תושבי קרית יואל אויפגענומען די ידיעה אז מ'וועט נישט בלייבן אינגאנצן אויפן וואסער, און אז הגה"צ אנטווערפענער רב שליט"א קומט ארויס קיין קרית יואל ליינען די מגילה. ווער סהאט אים געהערט פאריאר געט איבער אז סאיז געווען מוראדיג שיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 21:17 |
|
| |
פארגעסן צו זאגן אז די רב שליט"א האט אים אליין גערופן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 22:38 |
|
| |
זיי קענען נישט זיין די זעלבע צייט און איין שטאט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 23:39 |
|
| |
מאדנע פאראדאקס. די רבי שליט"א גייט נעבעך דארפן הערן די מגילה ארומגענומען מיט זיינע גרעסטע שונאים, ווען די שול וועט מסתם זיין האלב ליידיג. די רב שליט"א גייט ליינען אין הופער, וואו סוועט זיין געפאקט מקצה אל הקצה. און ר' מענדעלע גייט ליינען אין קרית יואל, וואו סוועט מסתם נישט זיין אזוי געפאקט, אבער ער וועט זיכער האבן די גרעסטע עולם פון אלע דריי. א עכטע "ונהפוך הוא", וואס ווען נישט די ווייטאג וואלט עס געווען א גוטע זשאוק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2006 07:51 |
|
| |
אזויווי איך האב פארגעזאגט, ביים רבין איז ליידער געווען א קליינער עולם, און זייער אסאך פון די ווייניג אי געווען מענטשן וואס וואלטן אים אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט. ביים ב איז געווען א געפאקטע שול, די מערסטע וואס מעגליך אין הופער, אין קרית יואל האב איך נישט געהערט, אבער איך שטעל מיך פאר אז סאיז נישט געווען ווייניגער ווי יעדעס יאר.
|
|
|
|
|