בית פורומים כל העולם כולו

מעג מען גיין צו א הולך בערכאות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 06:07 לינק ישיר 
מעג מען גיין צו א הולך בערכאות?

די גאנצע גאס איז אויף מיט די שטארקע סתירה פון א הארבן רז"ל, אדער סמיכה לחיים, אדער שור שנגח, אדער וויאזוי מ'וויל עס רופן, נאך וואס דער עם הארץ איז נעכטן געווען ביי די גרויסע שבע ברכות פון באבובער רבי'ן רמ"ד אונגאר שליט"א, און איז געזעצן דארט א לאנגע צייט אויפן אויבנאן.

די פראבלעם איז, אז דעם זומער זענען ר' יושע רובינ'ס ווייב און נאך עטליכע אריין אין קאורט נעמען א עיקול, אדער טי.אר.או. אקעגן מחנה גילה, א באבובער מיידל קעמפ, מיט די טענה אז ווייל די אנדערע זייט האט געמאכט וואלן און אויב מ'וועט נישט מעקל זיין אין קאורט וועט עס ווערן באשטעטיגט, במילא גיין נעמען א עיקול הייסט נישט קיין ערכאות.

אבער דער עולם האט זיך דערמאנט אז רז"ל האט בפירוש געפסק'עט מיט עטליכע יאר צוריק, אז ווער עס נעמט אן עיקול בערכאות וועט זיצן אין גיהנום נעבן גויים, יעצט איז נתעורר געווארן די הארבע שאלה, דער וואס זיצט נעבן א מעקל בערכאות, וועט אויך זיצן אין גיהנום נעבן גויים ?! אדער ער וועט נאר זיצן נעבן איינעם וואס וועט זיצן נעבן גויים ?!

תיקו.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג מען גיין צו א הולך בערכאות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext