בית פורומים כל העולם כולו

וואס וועט איר ענטפערן אייערע קינדער ?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 06:44 לינק ישיר 
וואס וועט איר ענטפערן אייערע קינדער ?!

אין אנבליק פון דעם טעיפ וואס מען האט נארוואס געהערט אויפשפילן ביי דעם געהויבענעם מעמד "אלף שמות", ווען טויזנטער אידן זענען געזעצן מיט א פארכאפטן אטעם און צוגעהערט דעם דראמאטישן לעבעדיגן אויסשפיל פון אפס קצהו וואס עס האט זיך אפגעטון אונטער די קוליסן, וואלט איך געוואלט אביסל ארויסברענגען מיינע געדאנקען אויפן פאפיר, וואס עס איז אלס אריבער אין מח בשעת הערן דעם טעיפ.

 - וויאזוי שעמט זיך נישט א איד וואס האלזט זיך נאך היינט מיט אזעלכע וועלכע זאגן נאך היינט אז דער "סיגוטער זאל פייגערן" רח"ל, (צב"ש א איד ווי וואלף פרידמאן וואס פראקלאמירט ברבים אז "איך רעד טאקע אויפן רבי'ן אבער קיין עזות פנים פארן רבי'ן בין איך נישט") אד"ג, צו גיין און העצן דעם רבן של ישראל קעגן מענטשן וואס ווער נאך ווי ער ווייסט אז זיי זענען עכטע געטרייע חסידים פון כ"ק רבינו שליט"א, און זייער "חוצפה" באשטייט אין זייער וועלן כאפן א בליק אויף די הייליגע צורה מיט מסירות נפש ממש ?!

 - וואס טרייבט דעם שאול פערלשטיין צו זיצן ווייטער און עסן דאס געזונט פאר כ"ק רבינו שליט"א ?! ער זעט דאך אז דער איד האט נעבעך קיין אנונג וואס מ'וויל פון אים. הייב דיך אויף און גיי ארויס, וואס ביזטו אים מצער ?! אפשר טאקע איז ער דירעקט געבליבן דארט שעפן נחת ווי דער רבי שליט"א פייניגט זיך הערנדיג אז זיינע געטרייע חסידים ווילן נישט קומען צו אים (און זיי זענען עזות פנימ'ער ווייל זיי ווילן יא קומען צו אים...) ?!

 - מ'זעט זייער שארף אז שאול האלט זיך איין מיט אייזערנע קייטן צו דערמאנען דעם נאמען פון ר' אהרן. ער דרייט אהין און צוריק, ער זאגט די נעמען פון אלע ראשי הקהילה, ער זאגט דעם רב'ס נאמען, און ווען דער רבי פרעגט אים איבער דרייט ער אוועק. אין מיינע אויגן איז דאס א קלארע הודעה אז אפילו אין יאר תשס"ד [אחרי פעטשען], נאך א פינף יעריגע אפוועזנהייט פון רב שליט"א פון רבי'נס שטוב, האט נאך רבינו שליט"א א טיף איינגעבאקענע הערצה צו דעם נאמען "ר' אהרן". אז אפילו אין דעם שווערן מצב וועט ער נאך פארט געדענקען דעם איינציגן זון וואס איז אים אלע יארן געשטאנען צו די רעכטע האנט, און עס וועט נאר האבן די פארקערטע פעולה פון וואס ער וויל דעמאלט.

 - ועל כולם.

וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך געטרויט מיט א בלעכענעם פנים צו פארקויפן אלע יארן, בעפאר דעם שמועס און דערנאך, אז אלע זיינע זאכן זענען על פי דעת קדשו פון כ"ק רבינו שליט"א, ווען יעדער איבערצייגט זיך קלאר וואס שאול פערלשטיין הערט פון רבי'ן ?!?!

והי' כי יאמרו אליכם בניכם, אייערע אייניקלעך וועלן אייך פרעגן, זיידע טייערער, פארוואס ווען דער רבי איז געווען געזונט און שטארק ביזטו געווען א מתנגד, און זיינע הוראות זענען ביי דיר געווען אפגעלאכט. פונקט די הוראות וועלכע זענען געגעבן געווארן אין די שווערע זמנים, ליידער, נאר זיי זענען ביי דיר געווען געשעצט.

וואס וועט איר זיי ענטפערן ?!


וויאזוי וועט איר קוקן די היסטאריע אין פנים, ווען דער דאזיגער טעיפ וועט אייך קלאפן אין פרצוף, רופנדיג און מאנענדיג, זיבן יאר פארקויפסטו אונז אז דאס איז דעם רבי'נס רצון, און די אלע וועלכע שטעלן זיך אקעגן זענען זיך מתחצף די הוראות פון רבינו שליט"א, און דא הערט מען קליפ און קלאר, שווארץ אויף ווייס, אז דער רבי שליט"א האט נישט די מינדסטע אנונג פון די אלע זאכן וואס איר פארקויפט אין זיין נאמען ?!

אוי לה לאותה בושה !!! אוי לה לאותה כלימה !!!

בושה תכסה פניכם !!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס וועט איר ענטפערן אייערע קינדער ?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext