בית פורומים כל העולם כולו

דארף איך גיין צו די חתונה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 03:31 לינק ישיר 
דארף איך גיין צו די חתונה?

איך האב א חתונה די וואך אין א אנדערע שטאט,
די מחותן איז מיין פעטער,
מיין זיידע און באבע לעבן נאך לאורך ימים,

יעצט אז איר ווייסט שוין אפאר פאקטן וועל איך צוקומען צו מיין פראגע,

דארף איך גיין צו נישט?

צדדים אז יא.

לכבוד מיין פעטער (וואס איך טרעף 2 אדער 3 מאל א יאר)
צו מיין קאזין די חתן.
צו מיין זיידע און באבע.

צדדים אז נישט.

איך האב גארנישט מיט מיין פעטער די מחותן.
איך האב גארנישט מיט מיין קאזין די חתן.
איך וועל פארלירן מיין שיעור ביינאכט.
איך וועל נישט קענען אויפשטיין פארטאגס.
ועל כולם ס'קאסט מיר בעיביסיטינג $50 (און דעס איז אויך נאר אויב איך פאר ארויס 7:30 און איך בין צוריק אויף 12:00)

וואס וואלט איר געטון?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 03:54 לינק ישיר 

לויט מיין אפשאצונג ווענט זיך עס אין דיינע עלטערן

דהיינו אויב זיי ווילען אז זאלסט גיין
ווייל זיי האלטן אז ווי באלד זייער ברידער/שוועסטער מאכט חתונה
אדער ווי באלד די זיידע באבע גייען דארט זיין
דאן דארפסטע גיין מכח כיבוד אב ואם

ביי אסאך משפחות טיט וויי פאר די עלטערן ווען זייערע קינדער קימען נישט צי די חתונות 
אבער אויב נישט דאן ביסטע פטור 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 04:02 לינק ישיר 

יא ס'גייט זיי וויי טון,
און איך ווייס שוין אז למעשה גיי איך גיין
און ס'גייט מיר קאסטן געלט
און די נעקסטע טאג וועל איך זיין א געהארגעטער,

אבער פארוואס זאל עס אזוי זיין?

איז נישט העכסט צייט פאר'ן נייעם חתונה פלאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 05:12 לינק ישיר 

it depants if u realy lern at night at your shiur WHAT I REALY DOUBT then u should not go



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 05:27 לינק ישיר 

איך האלט אז אויב פילסטו נישט גענוג וויכטיג צו גיין צו די חתונה, פילט נישט דיין פעטער פאר וויכטיג אז די זאלסט גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 05:32 לינק ישיר 

האסט מיך געפאקט!

איך לערן טאקע נישט אזוי פלייסיג ביינאכט.

אבער געוואלד!  וואס טוט זיך מיט פארטאגס? דעמאלטץ לערן איך יא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 19:41 לינק ישיר 

איינ זאך האסטו פארגעסן
האו עבאועט דע פרי לאנטש יא גאט דעיר?
איז איט רייט?
פאר צו הערן א קאלטן מזל טוב דארף איך ספענדן פאר דיין סאפער + די רייזע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 00:12 לינק ישיר 

פאטאקי08

"איך" צאל פאר די רייזע, געז און טאלל.

צו עסן אין א טייערע רעסטוראנט איז מיר ביליגער ווי די חתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 00:25 לינק ישיר 

וואס הייסט ביליגער ?
דו צאלסט פארן מחותן פאר די סעודה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 01:57 לינק ישיר 

ניין איך צאל נישט פאר'ן מחותן,
און איך דארף נישט ער זאל מיר צאלן, איך בין מוחל די גאנצע זאך.

נאר וואס איך צאל יא איז 
$50בעיביסיטינג,
געז און טאלל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 01:21 לינק ישיר 

איר ווילט אוודאי וויסן (?) וויאזוי די חתונה איז אדורך.

איך בין יענע טאג צופאל אהיים שפעט פון די ארבעט, די שטוב האט מיך אפגעווארט מיט א טוץ מיט קולות,
זי איז נישט מער ווי גערעכט, זי קען דאך נישט אלעס 'אליינס' אויפאיינמאל,
פיינעלי אויף 7:30 די קינדער זענען שוין געלעגן אין בעט, בין איך ארויסגעפארן.

איך וועל ענק אויסזאגען א סוד
צום סוף האב איך נישט גענומען קיין בעיביסיטער,
מיין שכן האט געוואטשט מיט א מאניטער,
און פארשטייט זיך אז פאר א שכן צאלט מען נישט קיין געלט, ממילא איז געווען אפגעשמועסט אז די חתן קומט דאך אריין 10:00 קען איך שוין ארויספארן 10:10 און אויף בערך 11:00 - 11:30 בין איך אונדערהיים,

פון די קאללס א גאנצען טאג
"ווען פארסטו?"
"איך קען מיטפארן?"
"האסט פלאץ?"
וועל איך יעצט נישט רעדן (ס'איז ווערד א אשכול פאר זיך)

איך בין אנגעקומען בערך 9:00 אזייגער
נאכ'ן אראפלייגן מיין בעבי ביי א קרוב, איז שוין געווארן 9:15 ווען איך בין אנגעקומן צום זאל.
די פרויען וואס כ'האב געהאט אין קאר זענען גראד אראפ, יעצט איז געבליבן אויף מיר די שווערע אויפגאבע פון.....

איר האט צוגעטראפן...    " פארקינג "

איך בין באמת נישט מגזם אבער אויף 9:48 האב איך ב"ה געטראפן א פארקינג ספעיס,
כ'האב צוגעוואקט צום זאל, צען צו צען בין איך אנגעקומן אין זאל.

פארשפייז האב איך שוין נישט געהאט
זופ האב שוין נישט געהאט
א פארשען פלייש האב נאך געהאט.

איך האב שנעל געגעסן ווייל איך האב דאך נאר 15 מינוט נאכדעם דארף איך גיין.

כ'האב געגעבן מזל טוב פאר מיין זיידע
יא! ער האט זיך זייער געפרייט צו מיר באמת
(דעס איז די איינציגסטע טעם פארוואס איך גיי)
איך האב באקומען א פסק " איך האב דיך שוין אזוי לאנג נישט געזעהן, קומסט קיינמאל נישט צו מיר,"
איך וויש מיך אפ די נאז איך זאג אים איימסארי כ'וועל קומען מער אפט.

הקיצור פיינעלי 10:30 האב איך מיך ענדליך געזעהן ארויס פון זאל
איך בין געגאנגען אויפפיקען מיין בעיבי פון מיין קרוב
10:45 בין איך געווען אויפ'ן ברידזש און א מזל'דיגע (?) שעה

LETS MAKE THE LONG STORY SHORT
ס'איז געווען טרעפיק אויפ'ן FDR
און נאך מער ארויפצופארן אויפ'ן GWB

איך בין אנגעקומעו אינדערהיים 12:30
מיט בושות האב איך געקאלט מיין שכן אז מ'קען שוין אויסלעשן די מאניטער ווייל איך בין שוין אהיים
זאגט זי מיר אז מיין קליינער האט אפאר מאל געוויינט און זי האט געמוזט אריינגיין
אפילו יעצט פאר 10 מינוט צוריק איז זי געווען בארויגען מיין קליינעם.




יעצט האב איך אפגעמאכט אז
איך מער נישט צו קיין חתונות וואס איך "מוז" גיין,
נאר דארט ווי איך "וויל" גיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 01:38 לינק ישיר 

מאנרא

וואס איז געווארן מיט דיינע שיעורים? דיין חבר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 03:12 לינק ישיר 

ביינאכט איז מיין חברותא סייווי נישט געקומען,
צופרי האב איך טאקע נישט געקענט אויפשטיין,
און א גאנצן טאג איז מיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 21:57 לינק ישיר 

ס'איז גוט צו וויסן פאר די אלע וואס ניצן דעם עף.די.אר. , א יעדע נאכט בערך 11 אזייגער הייבט זיך אן קאנסטראקשן ביים רעמפ צום GW, ס'איז דא א וועג אויסצוקראסן דעם רעמפ דוירעך זיך האלטן צו רעכטס מ'פארט גראד ( נישט ארויף צום בריק ) ביז מ'זעט א סיין הענרי האדסאן ( מ'דארף דערצו מאכן א שיפע לינקס ) און מ'פאלאהט סיינס צום הענרי האדסאן ביז מ'זעט סיינס צום GW אויף די לינקע זייט ( ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין דירעקשאנס שרייבנדיג, איך האף אבער אז מ'וועט עס פארשטיין, נאך איינמאל אויספראבירן איז עס זייער פשוט. ס'איז א אומוועג פון בערך 10 מינוט אבער נאך אלץ שנעלער ווי שטיין אינעם טרעפיק )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 22:29 לינק ישיר 

נאך אזאך פאר די וואס פארן שפעט
די נוי דזשורזי 17 איז בערך עלעווע צוועלעווע געפאקט מיט פאליס
געפאקט מיינט איך האב שוין אפגעציילט 10 שטיק אין איין נאכט
יעדעס מאל איך בין געפארן ביינאכט איז עס געווען געפאקט
עיקערס ראוד אין ק"י מיינען מענטשען אז 2 אזייגער ביינאכט קען מען דארט פארן אויף 70 MPH
זייט וויסן אז זייער אסאך מענטשען האבן שוין געקריגן קוויטלעך צווישן 12 און 4 ביינאכט אויף בעיקערטאון און עיקערס
התורה חסה על ממונם של ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 18:19 לינק ישיר 

ביטע, ווער עס פארשטייט וואס איך_הער האט געשריבען
זאל עס זיי מוחל בעסער אין קלארער מסביר זיין, ייש"כ

ביטע זיך לאזן הערן אין די אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1868824

פאטאקי08, לכאורה איז עס א גוזמה, לאמיר עס שטעלן ביי פיר שטיק, אויך נישט ווייניג 

תוקן על ידי - kj_village - 04/04/2006 18:43:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דארף איך גיין צו די חתונה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext