יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי עמינו
ברעיקינג ניוס:
אין די מינוטן קומט די פרייליכע בשורה אז דאס געריכט האט ריינגעוואשן א יונגערמאן אין קרית יואל וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט איינע פון די ערגסטע קלאגעס, וואס האט געקענט ברענגען דעם יונגערמאן יארן אין תפיסה.
ליידער ליידער איז דאס געטאן געווארן דורך נישט קיין אנדערע ווי רשעי עמינו, אידן מיט בארד אין פיאות, וועלכע האבן מיט אזא הארצלאזיגקייט באשלאסן צו צוברעכן דעם שטוב פון דעם יונגערמאן, אן קיין שום סיבה, נאר צוליב רשעות.
אט די ווערטער קומט ווי פון זיך אליין ארויף, הערנדיג אז די עלילות שוא ושקר, פון געציילטע פארשוינען, וואס האבן זיך פארלייגט אויף א חשובן אינגערמאן פון קרית יואל, אן אייגענשטעלטער אין די מתיבתא אין קרית יואל, איז צופאלן
דער טאטע וואס איז געווען דער איינציגסטער נארמאלער נאנטער מענטש וואס די קינדער האבן געהאט.
דער טאטע וואס האט געשפיגן בלוט, ווען זיין שוואגער האט געברענגט זיין קינד, זיין בלוט און פלייש, אין בית המדרש כדי זיך צו רייצן מיט אים, און האט אראפגעזעצט דעם אינגל אויפ'ן טאטנס פלאץ, אז דער טאטע זאל מוזן ארויסגיין פון בית המדרש.
דער טאטע וועט יעצט קענען זען זיינע קינדער, ער וועט זיי קענען "אויפהייבן", ער וועט זיי מעגן "גלעטן", ער וועט זיי אפילו מעגן געבן א "קניפ אין בעקל". און נישט דארפן מורא האבן אז די אידישע פרעה'ס און המנ'ס בדורינו וועלן אויסטראכטן אויף אים ביטערע גזירות.
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/03/2006 22:52:47
נשלח ב-29/3/2006 22:50
איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה, איך האב נישט קיין השגה ווער דער אינגערמאן איז, פון וואס דא רעדט זיך, איך בעט מיינע קאלעגע שותפים מנהלים, אויב איר זענט יא באקאנט דערין, זייטס מחליט אויב עס באלאנגט אויף הייד-פארק.
איך וויל נישט נעמען קיין חלק אין באשמוצן פריוואטע יחידים.
נשלח ב-29/3/2006 23:04
לעבן פאר יענקי שטוהל!!!!!!
זאל די וועלט זעהן ווער זענען די ריכטיגע עסקנים לש''ש
ובשם ה' נעשה ונצליח.....
יחי המלך!!!
נשלח ב-29/3/2006 23:11
מקוה איד
איך וואלט דיר געזאגט אז די זאלסט לאזן די מעשה דא
ווייל די זאלי'ס פארקויפן מיט די מעשה א שקר שמיץ אויפן רב שליט"א וואס הייבט זיך נישט אן ווער עס גלייבט נישט קען פרעגן די יונגערמאן ער איז אן עכטע הייסע ארויני
יעצט די זאלי'ס גיין סייווי רעדן פון די מעשה אויף זייער הייד פארק גייט עס סייווי זיין פאבליק זאל מען חאטשיק אפענפערן זייער שקר
נשלח ב-29/3/2006 23:15
עכטע נייעס 100 פראצענט גערעכט
וואס דארף מען מער, אז די באשולדיגונג איז ווייל מרת זילבערשטיין איז פרינציפאל אין מיידל
שולע, און זי שטיצט די קלאגע, איז א ראי' לויט די זאלי'ס אז דער רב שליט"א זאל שטיצן די קלאגע
איז אויב אזוי, דער פאקט אז דער אינגערמאן ארבעט אין די מתיבתא, און אין די שטח המתיבתא איז
נישט קיין גרעסערע ראי' אז דער רב שליט" א שטיצט "נישט" די מעשה
נשלח ב-29/3/2006 23:23
האסט ווייזט אויס פארגעסן אז די מתיבתא באלאנגט פאר די זאליס...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 29/03/2006 23:31:52
נשלח ב-29/3/2006 23:53
איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה פון דעם יונגערמאן, אבער איך בין מיך משתתף מיט הודי' להשם אז דער יונגערמאן איז נשתחרר געווארן פון זיינע צרות און וועט זיך קענען פאראיינען מיט זיינע אייגענע שעפעלעך, און קענען זען נחת פון זיינע קינדער, הודו לה' כי טוב.
אבער מען קען זען די רשעות פון די זאלונים, ווי זיי ברענגען יעצט ארויף די יעצטיגע קעיס, און גלייכן דאס צו צו די ביטערע פרשה פון מנ"וו, וואס אויב איז דאס דומה צו יענץ, איז ביטער ווי א גאל, ביי יענע פרשה וואס ווער עס האט מיטגעהאלטן ווייסט, אז ווען נישט דער קראשפולער "שווייגן" פון... וואס איז באמת געווען א מסירת נפש, וואלט ער דאך געגאנגען זיצן פאר א לאנגע צייט, ווייל דער שופט האט זי שטארק מבזה געווען פאר זיך סותר זיין, און פאר נישט געהעריג ענטפערן אויף זיינע פראגעס, און זי האט דאס מקבל געווען באהבה נאר כדי נישט צו פארפלעקן און אומגליקליך מאכן א אידיש מיידל פארן גאנצן לעבן, און עם כל זה האט דער שופט געפסק'עט אז דער טאטע טאר נישט זיי אליין מיט זיינע קינדער, און יעצט נאר כדי מבאיש ריח זיין פאר קרית יואל, זענען זיי מדמה די פרשה מיט יענע פרשה, און ברענגען דאס ארויף.
זיי האבן נישט קיין שמץ רחמנות, נישט אויף דעם יעצטיגן אינגערמאן, און נישט אויף מנ"וו, וואס ארויף ברענגען זיין פרשה ברענגט עם בכלל נישט קיין כבוד, און ס'איז א פרשה שהשתיקה יפה להם. אבער מרשעים יצא רשע,
נשלח ב-30/3/2006 02:06
אאפסססס... איך האב מעורר געווען חמת הזאלונים, מיין אישי פלאצט שוין פון זייערע גיפטיגע תגובות, דער ווילי-יונג, איז פשוט צושפילט געווארן אויך חא"ס, ער האט נעבעך געקריגן א נערוון בראך,
ווילי שרייבט: אלע די שמוציגע בלבולים האבן איין ציל!!! עס איז הצד "השווה כסף" שבהן...
אמת, ווילי זיסער, ווען נישט דער כסף שבהן, וואלסטו שוין לאנג שטיל געווען, נאר דער כסף וואס דער וויליעזדש מאכט, טיט דיר זייער וויי, און אז ס'טיט וויי, שרייט מען...
ווילי, נעם דיר אריין אין קאפ, אז א רב בישראל ווען עס איז דא א פירצה, דארף ער ריעקטן, ער האט א תורה'דיקן פליכט, דאס צו הענדלען, א וודאי דארף דאס ווערן געטוהן מיט ישוב הדעת, און שטילערהייט, נישט חלילה גורם זיין א חילול השם, און א ווייטאג פאר די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער,
יא, איך מיז מודה זיין אז דער רב שליט"א מיט זיין חשובע רעבעצן הצדיקת תליט"א זענען געווען פארמישט ביי די פריריגע פרשה, (מיר וועלן דאס אזוי אנרופן די מנ"וו פרשה), זיי זענען געווען פארמישט ווייל דאס מיידל איז נעבעך געגאנגען וויינען צו די טיטשער און דערציילט וואס עס גייט פאר, די טיטשער איז געגאנגען צו די מנהלת, און די מנהלת איז געגאנגען צו די רעבעצן פרעגן וואס מען זאל טוהן, (דאס איז דאך נישט מעשים בכל יום) און אזוי זענען זיי געווארן פארמישט, ווייסט איר ווער נאך עס איז געווען פארמישט?, דאס איז ר' אל"ג, ווייסט איר ווער עס האט עם אריין געמישט אין דעם?, ניין, נישט דער רב, נישט די רעבעצן, נישט די מנהלת, און נישט די טיטשער, ניין, עם אריין געמישט האט נישט קיין אנדערער ווי ר' א"ר מיט ר' מ"וו, וואס זענען אגב א נאנטע משפחה צו דעם באטראפענעם, ווייסט איר ווער עס האט אריין געמישט דעם קארט אין די פרשה?, ווידעראמאל ניין, נישט דער רב, נישט די רעבעצן, נישט די מנהלת, און נישט די טיטשער, ניין, געגאנגען צום DA זענען די דאזיגע צוויי משפחה מיטגלידער ר' א"ר און ר' מ"וו, וויפיל דער רב שליט"א האט זיך צו זיי געבעטן נישט אריין צו מישן דעם DA, האבן זיי דאך בעסער פארשטאנען, ביז, ביז זיי האבן זיך געכאפט, אז מיט פארפלעקן זייער ברודער/שוואגער, פארפלעקן זיי זייער גאנצע אייגענע משפחה, און זיי מאכן אומגליקלעך די קינדער לעולם ועד, דעמאלטס האבן זיי מחליט געוען איבער צודרייען דעם דאטשיג און באשולדיגן דעם רב, די רעבעצען, די מנהלת און די טיטשערס,
איך האב אין מיין באזיץ אלע קארט פאפירן פון די פרשה, און יעדער בר דעת מיט אביסל שכל בקדקדו, זעט דארט ווער עס איז וואס האט נישט געוואלט זאגן פארן קארט וואס עס איז געשען מחמת רחמנות אויף די קינדער, (און טאקע אסאך געליטן פארן נישט וועלן רעדן) און ווער עס איז א... און א... וואס איז א סכנה צו זיין אליין מיט זיינע אייגענע קינדער, כפסקו של הדזשאדזש.
אמת, דאס אויפטרעטן פארן געריכט האט פאר די רעבעצין געמאכט "אזויפיל קאפוויי" כלשונך, אבער דו אין איך און יעדער איינער ווייסט, אז מיט אפאר ווערטער וואלט זי זיך איינגעשפארט די סאך קאפ-וויי, אויב וואלט זי געווען א צענטל רשע'נטע ווי דו לייגסט איר אראפ, וואלט זי זיך נישט פארשפארט איר מויל, נאר אלעס דערציילט פארן דזשאדזש, און דאן וואלט מנ"וו, זיין משפחה און זיינע קינדערלעך פון איר איבערגענומען דעם גאנצן קאפ-וויי, נאר אונזער רעבעצן די אשת חבר כחבר, די צדיקת, האט גערן געליטן די קאפ-וויי אבי נישט צו מאכן בזיונות פאר די משפחה, און עטץ רשעים, שפילטס כסדר אויף די פארווייטאגטע פרשה נאר איר צו באשמוצן, כאטשיג באשמוצט ווערט נאר דער פערשוין מיט זיין משפחה.
ווייטער שרייבסטו אמת: וויפיל די ארוינים טרייען אראפצינעמען די פלעק פין די מערסט באקאנטע פרשה וועט זיך דאס פאר זיי נישט אויסארבעטן.
די אהרונים, האבן כסדר פרובירט אראפ צונעמען דעם פלעק פון די דאזיגע משפחה, און די רשעי העם, די שונאי רבינו, די שונאי סאטמאר, פאר אייגענע אינטערעסן, האלטן דאס אין איין ארויף ברענגען, אן קיין שום שמץ רחמנות אויף א שיינע נאבעלע משפחה. און וועגן דעם, און נאר וועגן דעם קען זיך דאס נישט אויס ארבייטן.
איר זעהט דער ווילי איז א איש אמת, ער שרייבט נאר דעם אמת: אויב הרה"ח הקדוש... (כל מי שמוסר נפשו עבור כבוד שמים נקרא קדוש) ר' יוסף וואלדמאן שליט"א קומט צו א חומש סעודה ווי הרה"צ ר' חיים יושע האלבערשטאם שליט"א זיצט ווערט דער מאנסיער רב שליט"א א שגץ...
איך לייען אין חא"ס ווי די צוויי (און אפשר גאר איינער) לעקיש מיט ווילי-יונג שרייבן פון עפעס א צירקוס ווי דער נאר וואס פרייגעשפראכענער יונגערמאן האט געטאנצן מיט... מנ"וו, איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, ווייל פון היסטאריע ווייזט זיך ארויס אז דו דאזיגע פערשוינען האבן א היסטארי פון פאברעצירן מעשיות,
און איך קען נישט גלייבן אז דער רא"י וואס האט נעבעך אזויפיל מיט געמאכט, ווען מען האט עם נעבעך באשולדיגט מיט אזא בלבול, און ב"ה ער איז ריינגעוואשן געווארן, וועט זיך יעצט צושטעלן טאנצן צוזאמען מיט איינעם וואס נתגלה קלונו ברבים, איינער וואס האט ליידער אפגעטוהן מעשים אשר לא יעשו, וואס נארמאלע גויים טוהן נישט, איינער וואס ווען נישט די מסירת נפש פון אידן וואס האבן אפגעשוינט זיין משפחה און זיינע אומשולדיגע קינדער, האבן מיט מסירת נפש ממש צוריק געהאלטן זייער עדות'שאפט ביים געריכט, וואס איז אגב אריין געטראגן געווארן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיינע צוויי נאנסטע משפחה מיטגלידער, און נאר דאס האט עם געראטעוועט פון א זיכערן תפיסה אורטייל, און מיט אזא איינעם זאל ער גיין טאנצן, דאס איז ממש לא יאומן כי יסופר, איך קען נישט דעם רא"י, אבער איך גלייב נישט אז ער זאל זיין אזא בהמה,
תוקן על ידי - כל_העולם - 03/04/2006 23:47:15
נשלח ב-3/4/2006 23:15
עס איז שקר וכזב, דער יונגערמאן ר' אי"ל איז א טייערער יונגערמאן, א גרויסער אהרוני, אן אמת'ער חסיד פון רב שליט"א, און ער טרייסלט זיך אפ פון די אלע שונאי סאטמאר און שטייט ווייט פון זיי כמתחוי קשת.
אלס איינער פון די עסקנים וואס האט געהאט א שייכות מיט די מעשה תיכף פון אנפאנג און האט שטארק ארויסגעהאלפן אין די קעיס, וויל איך דא קלארשטעלן קבל עולם ומלואו אז די שונאי סאטמאר למיניהם האבן אונז גארנישט געהאלפן, זיי האבן נאר שאדן געמאכט פאר די מערכה.
מען וואלט שוין פונלאנג געקענט דעם יונגערמאן ארויסנעמען פון זיין פעקל צרות ווען נישט די רשעים, די שונאי סאטמאר (טאקע די וואס פייערן יעצט זיג) האבן דירעקט אונטערגעשטעלט פיסלעך און געשטערט די מערכה אויף טריט און שריט, אלעס מיט'ן ציל מבזה צו זיין כ"ק הגה"צ דער רב שליט"א.
אין די זעלבע צייט דארף מען אויך אויסדרוקן א גרויסן דאנק פאר'ן רב שליט"א וואס א דאנק אים איז געלונגען צו ראטעווען דעם יונגערמאן פון אסאך גרעסערע צרות. ווען נישט דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די לענג און ברייט צו פארזיכערן אז דער יונגערמאן פארבלייבט מיט זיין דזשאב אלס קעכער בישיבתנו וואלט די קלאפטע מיסיס מ. אויסגעפירט איר רשעות'דיגן פלאן אונטערצוברענגען דעם חשוב'ן יונגערמאן פיזיש און גייסטיש.
דער רב שליט"א האט ביי יעדע געלעגנהייט מחזק געווען דעם יונגערמאן מיט גוטע ווערטער, און אים אנגעוואונטשן אז ער זאל ארויסגיין נקי פון דעם ביטערן בלוט בלבול. דאס אלעס האט שטארק געהאלפן דעם יונגערמאן זיך צו האלטן אונטער די שרעקליכע יסורים וואס ער האט מיטגעמאכט, און איבערצולעבן דעם קאשמאר.
תוקן על ידי - FAIRD - 03/04/2006 23:19:55
נשלח ב-3/4/2006 23:28
איך האב אים נעכטן געזען ביים תנאים און קרית יואל און איך ווייס דער יונגערמאן איז א פייערדיגע ארויני לויט די זאליס איז שוין ר שמוען זאב און ר מאיר הירש מיט ר מאיר ווערטהיימער און יענקעלע11 שוין לאנג זאליס
און יענקעלע איך האלט אז די זאלסט אויסמעקן דעם נאמען פון דעם יונגערמאן אפילו די זאליס און זייער פורום שרייבן זיין נאמען דארפסט נישט אלעס נאכטון די נארישע ווילי יונג אויב ווילסטו אים נאכטון דארפסטו אויך אנהייבן מאכן יעדן טאג א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן און נאכדעם ווען מוואזט אים דעם אמת זאלסטו זאגן איך האב דעיס געזאגט און דעיס איז יא אמת
נשלח ב-3/4/2006 23:37
דער אינגערמאן איז אזא זאלי
ווי די זאליס זענען חסידים פון רבין שליט"א
נשלח ב-4/4/2006 01:00
איך האב שלעכטע נייעס פאר די זאליס:
מאיר הירש
מאיר ווערטהיימער
ר' שמעון זאב
און דער יונגערמאן
זענען אלע געווען נעכטן ביים תנאים און האבן זיך מיטגעפרייט מיט די גרויסע שמחה פון רב, פון אנפאנג ביז צום סוף.
נשלח ב-4/4/2006 05:27
אין די קומענדיגע טעג וועט פארקומען א הערליכע מסיבה סעודת הודאה, באגלייט מיט א געלט אקציע פאר די קאסטן פונעם געריכט.
די מסיבה ווערט ארגאניזירט דורך היימישע יונגעלייט, חסידים פון רב שליט"א.
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז קיין איין זאלי האט נישט געוואלט צולייגן א האנט צו העלפן די מסיבה, אפילו מען האט זיי געבעטן צו העלפן. די אלע וואס העלפן דעם יונגערמאן זענען נאר הייסע חסידים פון רב שליט"א.
די עסקנים זענען זייער צופרידן פון די ווארימקייט וואס הערשט ביים היימישן ציבור וואס זוכט "אויפצוטאן" און נישט "אפצוטאן" און מען ערווארט אז די מסיבה וועט געקרוינט ווערן מיט סוקסעס.