בית פורומים כל העולם כולו

דעבאטע #1: המספיק דין תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/4/2006 04:29 לינק ישיר 
דעבאטע #1: המספיק דין תורה

נאך מערערע פארלאנגען פון מערערע ליינער, עפענען מיר דא אויף די ערשטע פון א סעריע דעבאטעס איבער ענינים העומדים על הפרק.

דער ציל פון די דעבאטעס איז אויסצושמועסן דבר דבור על אופנו, אזוי אז אפילו ווער עס האלט נישט מיט די טאג טעגליכע פרטים פונעם דיון זאל ארויסהאבן וואס דא גייט פאר.

קיינער איז נישט מחוייב אנטייל צו נעמען אין די דעבאטע און פארטיידיגן זיין זייט, פארשטייט זיך אז פאר די טובה פון די חשוב'ע ליינער וואלט יא כדאי געווען אז יעדער זאל פרובירן צו פרעזענטירן זיין צד מיט די ריכטיגע פאקטן.

די ערשטע דעבאטע וועט זיין איבער דער סכסוך פון המספיק, וואס האפנטליך וועט דאס געבן א שאנס פאר די ליינער (הערת הזעצער: וגם אני בתוכם...) איינמאל פאר אלעמאל צו באקומען א קלארן בילד איבער דעם ענין, און וועט פארענטפערן אסאך פון די שאלות וואס עגבערט די גולשים.

כדי די דעבאטע זאל זיין א סוקסעס וועלן אלע וואס נעמען אנטייל זיך מוזן האלטן צו געוויסע רעגולאציעס.

דער אשכול וועט האבן שטרענגערע רעגולאציעס ווי אלע אנדערע אשכולות אויפ'ן פארום, לטובת הענין, און די הנהלה וועט שטרענג פארסירן די רעגולאציעס.

אויב עמיצער שפירט אז ער איז באעוול'ט געווארן, זאל ער זיך מעלדן צו אלע מנהלים אין תיבה אישית, וואו די טענה וועט באהאנדלט ווערן בכובד ראש אי"ה.

1. דער מנהל וועט שטעלן א שאלה, און ביידע צדדים וועלן דעבאטירן די שאלה, ביז דער מנהל וועט באשליסן אז ער האט שוין געגעבן גענוג צייט פאר די שאלה. דערנאך וועט מען גיין צו די נעקסטע שאלה.

2. די דעבאטע איז נאר צווישן די וואס שטיצן ר' מאיר ווערטהיימער, און די וואס שטיצן די אלטע באורד מעמבערס, ר' ליפא גראס, ר' בערל פאלאטשעק און ר' שמעון משה קעפעטש. ווער ס'האט נישט קיין מיינונג זאל נישט אריינרעדן, און אוודאי נישט פארדרייען די נושא מיט זייטיגע ענינים. אויך זאל מען נישט איבערקייען די זעלבע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, און נישט שרייבן זייער לאנגע אשכולות וואס זענען שווער צו ליינען (די הנהלת הפארום וועט באשליסן ווער עס פארדרייט די טעמע, און אפמעקן תגובות וואס זענען "קאט ענד פעיסט").

3. אויב איינער וויל זיך צוריקקערן צו א פריערדיגע שאלה, ווען מען האלט שוין אינמיטן דעבאטירן אן אנדערע שאלה, זאל ער שיקן א תיבה אישית צו די מנהלים, און מען וועט פרובירן אמבעסטן נאכצוגעבן זיין פארלאנג.

4. לתועלת הענין, וועלן פון פאראויס באשטימט ווערן וועלכע ניק'ס זענען בארעכטיגט אריינצורעדן אין די דעבאטע, ווען א אנדערער ניק וויל אריינרעדן דארף ער צוערשט בעטן רשות ביי די הנהלה, וואס וועט יענעם מעלדן אויב ער איז בארעכטיגט דערצו. א תגובה פון א אנדערע ניק וועט אויסגעמעקט ווערן אן קיין ווארענונג.

5. מען צווינגט קיינעם נישט אנטיילצונעמען אין די דעבאטע. אבער אויב גייט אריבער די באשטימטע צייט ווילאנג דער מנהל האט אפגעמאכט צו געבן פאר א שאלה, און איין צד ענטפערט נישט, וועט מען גיין צו די נעקסטע שאלה. דאס זעלבע וועט זיין אויב קיין איין צד וועט נישט ענטפערן אויף א געוויסע שאלה.

6. פאר די איצטיגע דעבאטע זענען די פאלגנדע ניקס פון פאראויס באשטעטיגט אריינצורעדן אין די דעבאטע: פייפ_ליין, ארענדאר, טאגליכט, גוטזאגער, ביז_אהער, kj_village, מנחה, קאווע, פאקטיש, סקולדיסריק, געשמאק, און פאטאקי08.

7. די אנדערע אשכול איבער המספיק בלייבט ווייטער אפן, פאר די ביז-יעצטיגע אומקאנטראלירטע דעבאטעס.


מיט דאנק און שעצונג.

די הנהלת הפורום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 07:53 לינק ישיר 

די דעבאטע וועט זיך אפיציעל אנפאנגען מאנטאג אינדערפרי.

שאלה נומער 1: ווער האט געגרינדעט המספיק, און ווען האט מען עס געגרינדעט?

עס וועט געגעבן ווערן בערך 48 שעה זיך מתווכח צו זיין איבער די נושא, אויף אן אנשטענדיגן אופן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 21:57 לינק ישיר 

 ווי געשריבען דא אויפן פארק עטליכע טעג צוריק, נעמט דער פארק-ארענדאר אן דעם טשאלענדזש, און דער ארענדאר וועט אנטיילנעמען אין די דעבאטע.

  

                    please fasten your seat belts    




כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 21:59 לינק ישיר 

דער מוסד "קרית סענטער פאר דעוועלאפמענטעל דיסעביליטיס" איז געגרינדעט געווארן דורך דעם קרית יואל ווילידזש באורד אין יאר 1988 למספרם. (אין יאר 1997 למס' האט מען געטוישט דעם נאמען צו "פראוויידער-המספיק").




דער מוסד איז געעפנט געווארן 1) אלס א הילף צו דעם מוסד שערי חמלה, (נאך איידער די גרונדונג פונעם סקול דיסטריקט), אהערצושטעלן גאווערמענט הילף פאר ספעציעלע קינדער, און 2) אויב נאכן צושטעלן אלע סערוויסעס, וועלן איבערבלייבן רווחים, וועט דאס דינען אלס א פינאנציעלע הילף, פאר די מוסדות הקדושים, און אנדערע צרכי רבים, אזוי ווי אנדערע פראיעקטן.

*:namespace prefix = o />



די דעמאלטסדיגע ווילידזש באאמטע זענען געווען ווי פאלגענד:



 ר' לייבוש לעפקאוויטש -מעיאר.



ר' יוסף גאלדבערגער  - טראסטי און דעפיוטי מעיאר



ר' אברהם ווידער- ווילידזש טראסטי



ר' מאיר הירש -ווילידזש טראסטי



ר' יעקב מיטטעלמאן -ווילידזש טראסטי





נאמען




דער נאמען פון די קארפערעשען האט מען געגעבן: "קרית" סענטער פאר דעוועלעפמענטל דיסעיביליטיס KIRYAS CENTER FOR DEVELOPMANTEL DISABILITIES





 אדרעס



די אדרעס איז געווען דער ווילידזש P.0. BOX 566 , וואס דאס איז דער ווילידזש אדרעס זינט איר גרינדונג ביזן היינטיגן טאג.




 טעלעפאן נאמבער



אויפ'ן לעדערהעט האט פיגורירט דער ווילידזש טעלעפאן נאמבער 783-8300




עקזעקיוטיוו דירעקטער



דער ערשטער עקזעקוטיוו דירעקטאר פון קרית סענטער איז געווען דער (דעמאלטדיגער) ווילידזש קלוירק, ר' משה טובי' בראווער




קאנסאלטענט



ווילידזש קאנסאלטענט "ביל סעלינדזשער" וואס איז געווען אויפן ווילידזש פעיראל, און ער איז געזיצן אין ווילידזש אפיס, און געשריבען גרענטס, פאר אלע פראגראמען וואס דער ווילידזש האט געוואלט עפענען.




לויער



דער ווילידזש לויער דשעקאבאוויטץ ענד גוביטס (וואס איז די ווילידזש לויער ביז'ן היינטיגן טאג.)




דער ווילידזש גרופע, וואס איז באשטאנען פון ר' משה טובי' בראווער (קלוירק), סעלינדזשער (קאנסאלטענט), און דזעקאבאוויטץ ענד גוביטץ (לויער), אונטער די אנפירערשאפט פון די ווילידזש באורד, האבן געעפנט די קארפארעישען, צוגעגרייט אלע אפליקאציעס צו די סטעיט אגענטורן, און דער ווילידזש האט ערהאלטן אפראוועלס, צו עפענען דעם מוסד.





בשנת תשמ"ח איז דער מוסד באשטעטיגט געווארן פון די סטעיט אינסטאנצן, און האט תיכף  ערהאלטן די ערשטע 2 סטעיט גרענטס, פון איבער 200,000 דאלער.



משה טוביה בראווער האט דאס געטון אלס ווילידזש ארבייטער, און ער האט באקומען באצאלט א גרויסע געהאלט פון די ווילידזש קאסע, און זיין דזשאב איז געווען אנצופירן מיט די טאג טעגליכע אפעראציעס פון דעם ווילידזש, מיט "אלע" אפיליאירטע קארפארעישענס (קרית סענטער, עזרת חולים, סיניאר סיטיזענס, MLDC, און נאך….) וואס דער ווילידזש האט באשלאסן צו גרינדן לטובת הציבור.




די הנהלת הקריה האט געעפנט פאר די אלע איניציאטיווען און פראיעקטן, באזונדערע קארפארעישען'ס, און משה טוביה בראווער, אלס ווילידזש קלוירק, איז געווען איבעראל עקזעקיוטיוו דירעקטאר.




אזוי ווי לויט די ניו יארקער געזעצן, דארף מען טעכניש אריינשרייבן א ליסטע פון עטליכע באורד מעמבערס, האט משה טוביה אריינגעשריבען, די פאלגנדע עטליכע אידען אלס "צייטווייליגע" באורד מעמבערס פון "קרית סענטער":




קלמן ווייס (דער ווייסער)



יחזקאל בראך (זיגי בלע"ז)



הערשל יאקאבאוויטש



מאיר שניצלער



אלי שלמה קאהן (מנהל בית רחל)



 


אבער דאס איז געווען בלויז פאר פארמאלע סיבות, (אין די סערטיפיקעט אף אינקארפארעישאן איז געשטאנען קלאר אריינגעשריבן אז די 5 מענטשן זענען נאר באורד מעמבערס   "אויף דערווייל", און  בלויז אפאר חדשים דערויף און 1989 , האט משה טובי' בראווער שוין אפגעזאגט די ערשטע באורד מעמבערס און אויפגענומען נייע באורד מעמבערס.





 דאקומענטן  וואס טוען אונטערשטיצן און באשטעטיגן די אלע פאקטן:
 
                                        TO FOLLOW



תוקן על ידי - ארענדאר - 03/04/2006 22:52:59 תוקן על ידי - ארענדאר - 03/04/2006 22:55:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 22:25 לינק ישיר 

ארענדער!!

דיינע ווערטער זענען זייער אינפארמאטיוו .

אריין צו גיין מער לעומקן של דברים, קענסטו אפשר וועריפייען ווי מען האט דעפאזיט די ערשטע $200,000
און ווער עס האט געהאלטען חשבון?
דאס וועט זיין א שטארקער פתח צום דעבאטע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 03:31 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז א בריוו דאטירט  יאנואר 5 88', אדרעסירט צום ווילידזש אדרעס P O BOX 566 

דער ווילידזש  לויער  פון דזשעקאבעוויטץ ענד גוביטץ, שיקט פאר דעם ווילידזש קלוירק  משה טוביה בראווער א דרעפט פון דעם "סערטיפיקעט אוו אינקארפארעישען" פון קרית סענטער.

דער לויער צייכנט אן אלע פרטים וואס עס פעלט זיך אויס צו עפענען די קארפארעישאן, און צום שלוס, פארלאנגט ער פון בראווער א ליסטע פון נעמען וואס וועלן דינען אלס "ערשטע" באורד מעמבערס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 03:41 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז א בריוו דאטירט  מאי 9 88' , אדרעסירט צום ווילידזש P O BOX 566 

דער לויער שרייבט צום ווילידזש קלוירק  משה טוביה בראווער, און גיט א באריכט, איבער די אקטיוויטעטן צו עפענען קרית סענטער.

 ער בעט זיך ווידעראמאל, אז בראווער זאל צושטעלן א ליסטע פון נעמען, צו דינען אלס צייטווייליגע באורד מעמבערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 03:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא זעהט מען די 5 נעמען, וואס דער ווילידזש קלוירק  משה טוביה בראווער, האט ענדליך צוגעשטעלט פארן לויער, עס צו קענען אריינשרייבען אין דעם סערטיפיקעט אוו אינקארפארעישען. תוקן על ידי - ארענדאר - 04/04/2006 3:48:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 03:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז א בריוו דאטירט סעפטעמבער 21 88' אדרעסירט צום ווילידזש אוו קרית יואל
P O BOX 566.

דער לויער שרייבט פארן ווילידזש, אז מען האט שוין אריינגעשיקט דעם סערטיפיקעט אוו אינקארפארעישען פון קרית סענטער, אום סעפטעמבער 15 88'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 04:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער קאווער פעידזש פונעם לאנגען ווילידזש אפליקעשאן  צו די סטעיט אינסטאנצען, דאטירט מאי 25 89',  אין וועלכען   דער ווילידזש אוו קרית יואל  פארלאנגט פון די סטעיט דעם ערלויבעניש, צו בויען דעם אונזערהיים וואס געפונט זיך היינט אויף  בעקערטאון רד.

תוקן על ידי - ארענדאר - 04/04/2006 4:09:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 04:21 לינק ישיר 

מצורף קובץ

 אין דעם אפליקעשען פארן אונזערהיים, שרייבט דער ווילידזש אז כאטש דער ווילידזש אונטער דעם נייעם נאמען  "קרית סענטער" גיט נאך נישט קיין סערוויסעס פאר דעוועלאפמענטעל 
דיסעיבלד קינדער, טוט אבער דער ווילידזש אוו קרית יואל,  פארפיגן אויף א רייע מיט סערוויסעס פאר ספעציעלע קינדער, און דעריבער זאל מען באשטעטיגן דעם אונזערהיים. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 05:34 לינק ישיר 

איך האב נישט וואס צוצוגעבן נאכדעם וואס ארענדאר האט געמאכט אזא געלונגען דזשאב.

די דאקומענטן וואס ארענדאר האט געברענגט ווייזן קליפ און קלאר אז המספיק איז א קהל'ישע ארגאניזאציע, און איז געעפנט געווארן דורך די הנהלת הקרי', און נישט דורך פריוואטע יחידים.

די ווערטהיימער חברה האבן גארנישט וואס ארויסצורעדן דערקעגן.

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן. לאמיר זען וואספארא פראגן דער מנהל וועט ווייטער אויפברענגען. תוקן על ידי - גוטזאגער - 04/04/2006 6:23:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 17:13 לינק ישיר 

דא זעהט מען אז קרית סענטער איז געגרינדעד געווארן אין 1988 למס' און שפעטער איז דער נאמען געטוישט געווארן צו המספיק. תוקן על ידי - קאווע - 04/04/2006 17:15:06



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/4/2006 19:18 לינק ישיר 

שאלה נומער 2: די שטיצער פון די אלטע באורד מעמבערס האלטן אין איין טענה'ן אז די ריוח פון המספיק דארף גיין פאר די מוסדות. פון וואו נעמט זיך די טענה?
[און איז דאס לעגאל?]


עס וועט געגעבן ווערן בערך א טאג זיך מתווכח זיין איבער דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 08:31 לינק ישיר 

איך האב הנאה אז דער מנהל האט געפרעגט די וויכטיגע שאלה, ווייל דאס געט א געלעגנהייט קלאר צו מאכן א זאך וואס דער עולם ווייסט נישט אזוי גוט.

איינע פון די גראבע שקרים וואס דער גוזל את הרבים פארקויפט איז אז די הנהלה האט אנגעפאנגען צו בעטן געלט פון המספיק נאר נאכדעם וואס דער מוסד ציבורי האט אנגעפאנגען צו מאכן געלט. אויך לאזן זיך מענטשן איינרעדן אז די געלט ווערט געבעטן אונטער'ן טיש, ווייל לעגאל טאר המספיק נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות.

דער אמת איז אז נישט נאר איז דאס געווען איינע פון די צוויי סיבות פארוואס די ועד הקרי' האט לכתחלה געעפנט המספיק (סיבה 1 צו העלפן קראנקע קינדער, סיבה 2 צו ברענגען רווחים פאר די מוסדות אויב ס'בלייבט איבער פראפיט), און נישט נאר האט מען אלעמאל גענוצט די רווחים פון המספיק פאר די מוסדות, (ביז צו די שרעקליכע גניבה פונעם גוזל את הציבור) נאר עס איז פאקטיש אריינגעשריבן געווארן אינעם "סערטיפיקעט אוו אינקארפארעישאן" אז אלע רווחים פון המספיק וועלן גיין פאר נאן-פראפיט רעליגיעזע ארגאניזעישאנס און מוסדות.

נאך פאר המספיק איז אפילו געשטאנען האט מען שוין אויסגעארבעט אז די ישיבה זאל פארדינען פון די רווחים וואס דער מוסד וועט ברענגען.

עס דארף בכלל אונטערגעשטראכן ווערן אז א יעדע נאן-פראפיט ארגאניזעשאן קען געבן פאר א אנדערע נאן-פראפיט ארגאניזעישאן געלט, לויט די סטעיט און פעדעראלע געזעצן, ווייל דער עיקר איז אז עס גייט פאר נאן-פראפיט וואוילטעטיקייטן, און ווערט "נישט" אריינגערוקט פאר פריוואטע מענטשן (מאיר ווערטהיימער) אין טאש אריין.

אין קורצן:

נישט נאר "מעגן" די רווחים וואס בלייבן איבער פון המספיק גיין פאר די מוסדות.
נאר זיי "מוזן" גיין פאר די מוסדות, און "טארן נישט" גיין פאר מאיר ווערטהיימער אין די קעשענע.
תוקן על ידי - ארענדאר - 06/04/2006 8:36:32



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 08:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז דער ערשטער זייט פון די "סערטיפיקעט אוו אינקארפארעישאן" וואו ס'ווערט ארויסגעשריבן וואס עס איז דער צוועק פון המספיק. 

גייט אריבער צו די נעקסטע תגובה צו זען די צווייטע זייט פון די סערטיפיקעט, וואו ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז די רווחים פון המספיק דארפן גיין פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און מוסדות. תוקן על ידי - ארענדאר - 06/04/2006 8:44:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעבאטע #1: המספיק דין תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext