| נשלח ב-4/4/2006 00:05 |
|
| |
אכן נודע הדבר! כל הפוסל במומו פוסל!
אכן נודע הדבר!!!
עס האט גענומען א היפשע צייט, אבער צעביסלעך הייבט דער ברייטער עולם אן צו זען פונקטליך מיט וועמען מען האנדלט דא, און פארוואס די זאליס זענען כסדר פארנומען מיט שמוץ וואס דער רב האט כלומפרשט געטון אדער געהאט א חלק.
די גמרא זאגט שוין: כל הפוסל במומו פוסל!!!
די זאליס זענען אזוינע שמוציגע יונגען, און זייער קאפ איז אזוי איינגעטונקען אין טינופת, אז א גאנצן טאג זעען זיי ביי יענעם נאר שמוץ.
ווען דער רב זאגט א אויסטערליש יסודות'דיגע דרשה, וואס דער עולם החינוך דרייט זיך איבער מיט די דרשה און מחנכים פאדערן אויף הונדערטער עלטערן אז זיי מוזן הערן די דרשה, טרעפן די זאליס איין זאך, שמוץ!
עס קומט פאר א פרשה אין קרית יואל, די גאנצע וועלט ווייסט אז דער רב שטייט ווייט דערפון כמטחוי קשת - טאקע נאר אדאנק די רשעים ימ"ש פון די וויינבערגער פרשה - און זיי זעען נאר אז דער רב האט דערמיט א שייכות. פארוואס? שמוץ!
עס איז דא א איד וואס הייסט ר' אלישע הורוויץ, איינער פון די סאמע יושבים ראשונה אין מלכות סאטמאר, פון די חשוב'סטע אידן פון גאנץ סאטמאר "פון די לעצטע זעכציג יאר", אבער דער איד האט פערצופאל זייער א קלארע שטעלונג און מיינונג איבער א געוויסן סכסוך אינערהאלב דאס יהדות החרדית, נישט קיין פראבלעם, מ'נעמט איינעם פון די גרעסטע מנוולים בדורינו, א געהעריגער כופר בעיקר וואס רעדט על ה' ועל משיחו, אפילו אויף ננתקה... און ער גייט באשולדיגן ר' אלישע, מיט וואס? געטראפן, מיט שמוץ!
ווען מ'געט ארויס אויף די גאס א טעיפ וואו מ'הערט קלאר און דייטליך, און יעדער איינציגער זאלי האט מודה געווען אז ס'איז אויטענטיש, ווי שאול פערעלשטיין איז מצער דעם רבי'ן עד דכדוכה של נפש, דער ענטפער? א טעיפ וואו עפעס צוויי פרויען דארפן צו רעדן צווישן זיך, און וואס רעדן זיי? שוין ווייטער, שמוץ!
נישט אומזינסט רעדן זיי דערפון א גאנצן טאג!
כל הפוסל במומו פוסל!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 00:27 |
|
| |
דא האט איר די מיסע בריוו אויב דער עולם האלט עס באלאנגט נישט דא זאל די מנהלים עס ביטע אראפ נעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 01:41 |
|
| |
רבותי, איך בין היינט אריינגעפאלן אינעם פארום פון די זאלונים. וואס זאל איך ענק זאגן? דער פארום קוקט אויס ווי געשריבן דורך "עלטערע" שלעכטע כתה ז' יונגלעך וועלכע דער יצר הרע שטופט צו רעדן ניבול פה, אבער זייערע וואקעביולערי איז נאך צו קליין צו קענען די עכטע מיאוסע ווערטער מוזן זיי זיך באגנוגענען מיט אזעלכע ווערטער ווי "כקש" און "צואה", און זיי שפירן זיך גליקליך דערנאך.
חברה, מיר האבן נישט קיין אפאנענטן קעגן אונז. מיר האבן דא איינפאכע משוגעים און קליינע שלעכטע קינדערלעך קעגן אונז. לאמיר נישט אהערברענגען זייער טינופת, לאמיר האבן אביסל סעלף רעספעקט. מיר זענען אלע ערוואקסענע און פארשטענדליכע מענטשן, לאמיר זיך טאקע אויפפירן אזוי.
לאמיר פארשטארקן אונזער באיקאט קעגן יענעם פארום, און נישט ח"ו פרובירן דא נאכצומאכן זייערע ניבול פה געשרייבעכצער און זייערע גילוי שמות'ן (וואס זענען ב"ה 125 פראצענט אומאקוראט), און אזוי אויך לאמיר נישט אריינגיין אין קיין פאלעמיק מיט זיי.
געדענקט, זיי זענען צו קליינקעפיג און קורצזיכטיג אז מיר זאלן אפילו פירן א דעבאטע מיט זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 01:57 |
|
| |
פערד
האסט זיי זייער גוט ארויסגעברענגט,
גראדע בליק איך יא אמאל אמאל אריין ביי זיי, ממש א גרויל, ס'ווערט ערגער פון טאג צו טאג, איך וואלט מיך געשעמט צו זיין א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 01:58 |
|
| |
אגב, דער דוד שווארץ איז נעבעך א ביטערער רחמנות, א זעלטן געלונגענער מענשט מיט א זעלטן
שלעכטער מזל
אגב, דאכט זיך אז דער בריוו איז מן הסתם וועגן דעם נעבעך א. מ. וואס איז א ה. אייניקל, א פרשה
וואס איז שוין פאר א 3-4 יאר צוריק, די פראגע איז נאר, ווען דער בריוו איז געשריבן געווארן,
מן הסתם שוין דעמאלטס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 07:39 |
|
| |
רבותי. WRONG
איך קען דוד שווארץ
דאס האט דוד שווארץ נישט געשריבן !.
דוד שווארץ מאכט בעסער פון דעם. נישט בעסער פון דעם. בעסער פון דעם קען א יונגל אויך. ווען דוד שווארץ מאכט עפעס ציפט עס זייער שטארק...
די נארישע געשטיקעלטע פסוקים האט נישט קיין הענט און קיין פיס, אויסער נואף, זונה, גיפוף וכו' וכו' וכו' וכו'.
דאס איז נישט דוד שווארץ דאס איז פיצי פרידמאן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 07:50 |
|
| |
זשוליאנו איך גלייב דיר אז ס'איז נישט דוד שווארטץ ווער איז אבער דער דוד שווארטץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2006 21:20 |
|
| |
ווילי_יונג האט היינט געפענט 6 נייע אשכול'ס
3 דערפין איז סטאם שמוץ מיט נאכאמאל שמוץ זאל דער עולם זעהן וואס די זאלי'ס זענען
|
|
|
|
|