| נשלח ב-10/4/2006 23:54 |
|
| |
מעג מען רייכערן ציגרעטל פסח???
די שאלה פלאגט מיר שוין א שטיק צייט. איך רייכער א יעדן טאג בערך א 10 צוגרעטלעך אפגעוויינען דערפון איז זייער שווער איך רייכער שוין פון אלס 18 יעריגע בחור אין במשך די יארן האב איך עטליכע מאל שוין פראבירט צו מאכן א עק דערצו אבער אן ערפאלג.
צום ענין.. מעג מען רויכערן פסח??? ווער עס איז באקאנט זאל ביטע ענטפערן, מענטשן שטעלן אפ רויכערערס אינמיטן יו"ט אין טיילן פסקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 01:27 |
|
| |
ביי ציגארעטלעך זעהט מען בחוש
כי השוחד יעור איינער וואס איז אדיקטעט טרעפט אויס התירים וואס האבען נישט קיין שום טעם וריח אבער אבער האט דען נישט דער צאנזער רבי געזאגט אז גערייכערט פלייש איז גוט?? וכו' וכו' כל מיני משוגענע זאכען.. הערט מען פון א SMOKER
לענין מ'טאר נישט אנצינדען א פייער נאר לאוכל נפש מ'האט שוין מעורר געוועהן אז אמאהל האט דאס געהאלטן פאר נחיצות פארן געזונט האט מען געקענט אפשר האבען א היתר...
היינט וואס עס איז ברור אז דאס איז א געפערליכער מזיק ווי איז דער היתר?? גלייב מיר צו שלעפען אן עלפאנט אויף לי עוו. מיט'ן היתר העירוב איז 100 פאכיג מער אויסגעהאלטן ווי רייכערען יו"ט. דער מורא הוראה וואס מאכט דאס אוועק מיט א שמייכעל פון א יולד, האט פשוט נישט דעם קוראזש צו זאגען דעם אמת.
לגבי חמץ ווייס איך נישט. ראביי בלומענקראנץ זאגט אז וויבאלד עס איז דא אין דעם א מעגליכקייט פון 2000 APPROVED אינגרידיענס א טייל פון זיי חמץ גמור, טאר מען דאס נישט רייכערען. כך שמעתי מפיו הק' בראדיא.
אבל קשה לי שהרי ריחא לאו מילתא. וכמדומה שאחד מגדולי הפוסקים הלך להנות מריח אפית הלחם של הגוים בפסח ומה החילוק בזה.
א הארבע בלומענקראנץ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 03:38 |
|
| |
ר' ישראל יעקב פישר האט מתיר געווען צו רייכערען פסח.
ר' מאיר סירוטה פון די עדה איז אויך מתיר.
איך האב אמאל גערעדט מען בלומענקראנץ וועגען וואס ער שרייבט אז ס'חמץ אין ציגערעטלאך. ער האט
געקעקעכצט, נישט עכט ציגערעטלאך, ער האט בעיקר געמיינט ציגארעס CIGARS
אבער, האט ער געזאגט, ס'נישט געפעהרליך וואס איך שרייב אזוי, ווייל סיי ווי טאר מען נישט
רייכערען א גענץ יאהר.
פארשטייט זיך אז ווער ס'פארלאזט זיך אויף אן אנאנימער מענטש אויפ'ן אינטערנעט איז א קל. יעדער
וואס האט א שאלה זאל אליין פרעגען זיין רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 22:15 |
|
| |
קאל 845-782-2507 און פרעג אים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2006 22:28 |
|
| |
יוחי איך בין נישט אזוי ברור יעצט אין די נושא פין יו"ט, אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי פשוט לאיסור, ווייל איין סיגארעטעל איז נישט קיין סכנה, און די פאקט איז אז גאר אסאך מענטשען רייכערען, און צו זאגען אז עס הייסט נישט קיין שוה לכל נפש, דארף מען זיין א שטיקעל עקסטרימיסט, איך זאג נישט אז מען קען נישט אזוי זאגען, אבער מען קען זאגען פארקערט אויך.
און בנוגע וואס די זאגסט אז ריחא לאו מילתא, קודם כל לגבי פסח נעמט מען אהן אז ריחא מילתא, ושנית, איך מיין אז סיגארעטלעך איז מער ווי ריחא, לויט מיין זכרון טאר קיין סיגארעטעל נישט זיין פין טריפות.
|
|
|
|
|