בית פורומים כל העולם כולו

געטרייער משב"ק שבתי ווערטהיימער פארציילט:

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2006 20:20 לינק ישיר 
געטרייער משב"ק שבתי ווערטהיימער פארציילט:

געטרייער משב"ק שבתי ווערטהיימער פארציילט:

1) דער רבי זי"ע הכ"מ האט און מיטן אייר תשנ"ו בביתו נאוה קודש אים געבעטן ער זאל רופן משה גבאי שבתי האט אים געקאלט משה האט גענטפערט אז ער איז יעצט פארנומען און ער וועט באלד קומען ... האט דער רבי אים געהייסן רופן נפתלי (אזוי האט דער רבי גרופן ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א) ביז 5 מינוט איז ער דארט געווען אין דער רבי האט אים געזאגט אז ביי די לויה זאל ער אויסרופן אז זיין רצון איז אז מו"ה ר' אהרן שליט"א זאל אים ממלא מקום זיין
ווען איך האב אים געפרעגט בשעת די לויה פארוואס ער רופט נישט אויס האט ער געזאגט "דער רבי האט נישט געזאגט בי מסירות נפש"

2) דארנשטיג פרשת בהעלותך יענע וואך וואס איז ארויסגעקומען דער בריוו פון רבי'ן כלומפרשט אז ער נעמט אויף זאלי פאר רב אין ווילי איז ער געווען אין שטוב מיטן רבין און ר' עזריאל און דער רבי האט געפרעגט וואס איז דער רודערניש דא? און ר עזריאל האט נישט געוואלט ענטפערען דערנאך איז ר עזריאל ארויס און דער רבי האט צוגעשפארט אלע טירן און דער רבי האט געפרעגט שבתי יעצט איז קיינער נישט דא זאג מיר וואס גייט דא פאר? האט ער גענטפערט וואס הייסט דער רבי האט אויפגענומען זלמן לייב פאר רב  פרעגט דער רבי ווער איך? זאגט ער יא און ער נעמט ארויס פון טאש דער בריוו און דער רבי זאגט וואס הייסט ? איך האב שוין אויפגענומען ר' אהרן?

3)




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 20:30 לינק ישיר 

האסט אויסגעלאזט א יסודות'דיגן פרט.

רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הכ"מ איז געווען דאן זייער נישט געזונט, מען האט געטראפן די ביטערע מחלה אויף א ניר רח"ל, און דער רבי איז אריבער א שווערע אפעראציע ארויסצונעמען די ניר, און מען האט זיך ערנסט געשראקן דאן פארן געזונט פון רביה"ק, דעריבער איז דאן פארגעקומען די אלע מעשיות, וואס איך לאז פאר דיר צו צוענדיגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 20:35 לינק ישיר 

3) בשעת סיני קויפמאן איז געווען הויז בחור אין די אנהייב נ' יארן און דער רבי איז צוריקגעקומען פון מיאמי האט אים סיני געזאגט אז עס איז דא א נייע פאליסי אז דער רבי האט זיך געבייזערט ווייל ווען מען פלעגט איבערגעבן פארן רבין א טעלעפאון קאל פון די קינדער האט מען געזאגט די נאמען ווי ר' אהן קאלט אדער ר' בעריש ר' שלום אליער אא"וו  האט אים סיני געזאגט אז פון היינט און ווייטער דארץ מען זיי רופן רב ווי ק"י רב סיגוטר רב בארא פארקער רב אא"וו שוין ער ווייסט שוין
דער טעלעפאון קלינגט און זלמן לייב איז אויפן פאון און ער זאגט פארן רבין אז סיגוטור רב איז אויפן טעלעפאון און דער רבי פרעגט ווער דער מחותן?!! דער מחותן?!! (געמיינט סיגעיט'ר רב) און ער זאגט ניין סיגוט'ער רב און דער רבי פרעגט ווער דער מחותן?!! דער מחותן?!! זאגט ער ניין זלמן לייב זאגט דער רבי אהא זלמן לייב נו זאג אזוי
האט ער געטראכט אז סיני האט עפעס געחלומט און שוין און ער וועט ווייטער רופן ביי די נעמען גייט נישט דורך 15 מינוט און דער רבי שליט"א קאלט (ר' אהרן) און ער זאגט פארן רבין "ר' אהרן פון ק"י קאלט" זאגט דער רבי מיט התגרשות אה! דער רב! דער רב!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 22:03 לינק ישיר 

צו די מעשה פון ר' הירצקא צוויבל שליט"א בין איך אויך א לעבעדיגער עדות , ( די מעשה האט פאסירט צוויי מאל ) ווען דער רבי זי"ע הכ"מ האט מיך געהייסן רופן משה גבאי'ן זייער וויכטיג , און איך האב געקאלט משה זאגן אז דער רבי רופט אים האט ער געענפערט אז ער איז ביזי (?) און ער וועט שפעטער קומען , האב איך געזאגט פארן רבי'ן אז משה זאגט אז ער איז ביזי און ער וועט באלד קומען , האט דער רבי געזאגט דעמאלטס רוף מיר הירצקא'ן , איך האב אים גערופן און ער איז באלד דארט געווען און ס'איז פארגעקומען דער שמועס וואס איז באשריבן אינעם אנדערן אשכול.


איינמאל ביי די דירה אויף קיעפ סט. ביים ביהמד"ר שמועסנדיג מיטן רבי'ן זי"ע הכ"מ ,האט דער רבי זיך אנגערופן איך האב פינעף זון ניין ? איך האב אים געזאגט אז נאר פיר , האט דער רבי נאכאמאל געזאגט פינעף און אנגעפאנגען אויס צורעכענען , דער רב ר' אהרן, ליפא, זלמן לייב, שלום אליעזר און מענדל , האב איך געזאגט אז מענדל איז א אייניקל האט זיך דער רבי אנגערופן ער איז אבער ווי מיין קינד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געטרייער משב"ק שבתי ווערטהיימער פארציילט:
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext