גענעראל פארזאמלונג און בית המדרש הגדול בקרית יואל
עס האט אויפגעטרעטן מיט א געשטיקטע שטימע הרה"ח המפורסם ר' דוד עקשטיין סגן ראש הקהל דקהלתינו, און ער האט אויסגעשריגן דעם חובת השעה, זיך צו מחזק זיין נאך דעם אויסטערלישן אומגליק וואס האט אונז באטראפן.
דאן האט דער לאנגיעריגער ראש הקהל וראש העיר דקרית יואל הרה"ח ר אברהם ווידער שליט"א מכריז געווען דעם באשלוס פון די קהלה, מכתיר צו זיין רבינו שליט"א אלס אונזער מנהיג, און ער האט אויסגעריגן מיט א רירענדע קול אדיר
יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי
און די טויזענטער אידן אין בית המדרש וואס איז געווען פול מקצה אל הקצה האבן אויסגעשריגן כאיש אחד בלב אחד
יחי
דאן האט גערעדט מיט א קול חוצב להבות אש דער דומ"ץ דמתא הגה"צ ר' געציל, און ער האט מאריך געווען בשבחו פון דעם גדלות בתורה ובקדושה פון רבינו שליט"א, און ער האט געזאגט בזה הלשון, "דער רבינו אבינו רועינו האט עם געשטעלט דא אין קרית יואל מיט איבער צוואנציג יאר צוריק, און מען האט געזען דעם הצלחה וסייעתא דשמיא וואס האט עם באגלייט די אלע יארן, און במשך פון די יארן בין איך געווארן מיט עם אלס נאנטער און נאנטער, און איך האב געזען גרויסע זאכען, אין פארשידענע ענינים, און ער האט אויסגערופן צו די הנהלת הקהלה, יפה בחרתם, וגם אני הצעיר צוזאמען מיטן גאנצן ציבור זענען מיר מקבל מרות פון אדונינו מורינו ורבינו שליט"א.
דאן האט גערעדט הגאון האדיר הרה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א, קורץ פארציילט דעם גדלות פון רב, און האט מפליא געווען די טייערע ערליכע פירות וואס דער רב איז מגדל אין די מתיבתא הקדושה, און ער האט בענוותנותו מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א מיט א זעלטענע התבטלות.
דאן האט גערעדט ר' מרדכי דוד קאהן, , אז רבינו שליט"א וועט אונז ווייטער פירן די מלחמות לה' בעמלק ועם הנגררים אחריהם.
דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות, וועלכער האט געשילדערט דעם התקשרות פון רבינו הקדוש, מיט רבינו שליט"א, ווי אויך האט ערקלערט א רבי קען ווען סיי ווער, אויב דער טאטע איז געווען א רבי, איז דער זוהן אויך א רבי, אבער וויאזוי מעסט מען א גדול און מנהיג מעסט מען לויט וויפיל התנגדות מען האט, און פאר הונדערטער יארן איז שוין נישט געווען א רב מיט אזויפיל התנגדות, און די פיינונגען און שטיינער וואס מען האט געשטעלט פארן רב די אלע יארן און איבערהויפט אין די לעצטערע יארן, דאס איז א סימן אז ער איז דער מנהיג הדור, און צוליב דעם האבן אלע קהלות סאטמאר איבער די וועלט עם אויפגענומען אלס אונזער מנהיג.
דערנאך האט גערעדט דברי נעילה הרה"ג ר דוד שלמה עקשטיין, און אויפגעפאדערט דעם ציבור צוצוהעלפן און מיטצושטיין מיט רבינו שליט"א מיט אלע כוחות כאיש אחד בלב אחד, און האט בקול בוכים דערמאנט דעם עולם אז מיר גלייבן א א ממלא מקום נעמט איבער אלע כוחות פון אלע פריעריגע מנהיגים, און די הייליגע כוחות פון אבות אבותינו הקדושים וועט ווייטער באגלייטן כ'ק אדונינו מורינו ורבינו שליט"א עד ביאת הגואל.
 |
|
|